איך בין שבת געווען אין די מאונטענס, איז מיר אויסגעקומען צו טענה'ן מיט א גאנצע קופקע פון מענטשן איבער די פרשה, פאר קרוב צו צוויי שעה. איין זאך קען איך ענק זאגן, איך האב זיי אלע שטיל געמאכט!
רוב פון זיי האבן ווייט נישט געוויסט די פאקטן ארום, און זיי זענען ממש געווען איבערראשט צו הערן ווי ווייט אז דער גאנצער היתר איז געבויעט בלויז אויף דעם אז די צווייטע טוט מיט אירע כוחות מבשל זיין די ביצה, און איך האב זיי עס צולייגט, אז דאס הייסט אזוי: דאס אז די ביצה באלאנגט פאר די ערשטע, און דאס אז דער דנ''א איז פון די ערשטע דאס מאכט איר נאכנישט פאר די מאמע. וואס מאכט יא פאר די מאמע? דאס אז די צווייטע איז עס מבשל? און וועמענס איז זי מבשל? נישט איר'ס נאר יענעמס!! און אה! דאס מאכט איר שוין יא די מאמע.. ווי קען בכלל א מענטש מיט א טראפ דעת אין מח, רעדן און האלטן אזא קרומע סברא האב איך זיי געפרעגט? אלע האבן מודה געווען אז איך בין 100% גערעכט.
אויסער איין עקשן וואס האט זיך געהאלטן ביי זיינס מיט אן אייגן פאברעצירטער פאקט אז די ביצה ווען ס'ליגט נאך אין די פרימארדיעל פאליקעל, הייסט עס נאכנישט קיין ביצה... האב איך איהם געפרעגט, אז אויב די פרעצעדור פון נעמען א אנמעטשטור עגג און עס מאכן אלס מעטשור קען מען מאכן אין א לעברעטאריע, וועסטו נאך אלץ אזוי טענה'ן? דאס הייסט אז די לעב. פראדוצירט די ביצה יש מאין....? ער האט ווייטער געטענה'ט אהער און אהין, ביז איך האב איהם געפרעגט אז חז''ל זאגן דאך אז אמו מזריע אודם שממנו בשר גידין ועצמות. האב איך עם געפרעגט קורץ און שארף: וועמענס בשר גידין ועצמות האט דאס קינד, דעם ערשטענס, אדער דעם צווייטענס? האט ער מודה געווען אז דעם ערשטענ'ס! זאג איך, אז אויב אזוי איז דאך קלאר אז היא אמו!!! דא האט ער מודה געווען אינגאנצן.
אויך האט יעדער אגריעט איבער די מאדנעקייט אז רוב מתירים זענען אזעלכע רבנים וואס האבן מיט א קורצע צייט צוריק ניטאמאל געוויסט וואס ס'מיינט א שחלה, און זיי זענען גאר מתיר אקעגן אזויפיל רבנים מומחים בפוריות שוין יארן לאנג, וואס אויסער ר' ב''ל אסרן זיי אלע. און יעדער דארט האט מסכים געווען אז דאס איז זייער נחשד. איך בין אוועקגעגאנגן פון דארט מיט גרויס סיפוק אז כ'האב כאטש זוכה געווען אויפצוקלערן עטליכע אידן איבער דעם חומר האיסור. און אויפצוווייזן זיי אויף וואספארער פאלטשער יסוד דער היתר איז געבויעט.