הלכהדיגע שאלה בענין השתלת שחלות - Ovarian Transplant

ער פארט אים גוט ארײן. ראזענבערג שרײבט למשל דא:
View attachment 7794

שרײבט אים דער 'לכבוד הכותב המעלים שמו':
View attachment 7797

האב איך נאכגעקוקט דעם באר היטב און ער קװאָט נישט דעם תפארת למשה אינערגעץ אפ' נישט אײנמאל. טשעק איך װיקי זעה איך אז כאטש דער בעל תפא"ל איז געשטארבן אין 1681 און ר' יהודה אשכנזי בעל הבאר היטב ערשט אין 1743, האט מען אבער נישט געדרוקט דעם תפא"ל ביז כמעט 100 יאר נאך דעם מחבר'ס טױט, אין 1776.

ראזענבערג פארענטפערט זיך אין זײן מענה אז ער רעדט פון דעם תפארת למשה'ס לשון אלײנס. נו נו:
View attachment 7796
ווער איז ראזנבערג?
 
איך זע אז די ווייסט א נאמען פין ווייסטו און ווער איז דער ראזענבערג
 
אין די פדף פראפערטיס איז געשטאנען אלס author, יעקב ראזענבערג און כ'האב עס קאנפירמד מיט עמיצן.
 
forum.otzar.org/viewtopic.php?f=53&p=874069
 
זייער זיס די לעצטע תגובה דארט:

אך על זה ידאב ליבי על איש הדומה לו אליעזר רומפלער היושב נמק בכלא הציוני על ג' חמורות. ואילו היה הוא בחוץ לבטח היינו זוכים לתשובת הגה"ק האדמו"ר רשכבה"ג מתהילות ישראל אשר היה עולה עליו בדברי דמיונות עשרת מונים. והיינו זוכים להבין כי הכל מטומאת הקליפה של בעל פעור שחזר ובא לעולם על ידי הבונים החופשיים, והעולה על כולנה הברון רוטשילד שהוא הממציא לא רק של השתלת שחלות אלא של השחלה בעצמה. והכל ע"י החיסונים שמזריקים דנ"א של קופים וסוסים לילדי ישראל, ולכן כל המתנגדים לחיסונים מתנגדים גם להשתלת השחלה, והכל עניין הציונות שראה רבינו הגה"ק ברוח קדשו עד להיכן יגיעו רק כדי לגייס בני ובנות ישראל במרמה, וסינוואר ימ"ש לא היה באמת מי שעמד מאחורי ה7 באוקטובר ולכן הרגו אותו המוסד הציוני שלא יספר האמת שזה היה באמת הנשיא טראמפ שהיה מאחרי זה בשליחות ג'פרי אפשטיין שר"י.
וכל המשתיל שחלה עובר על ומזרעך לא תתן להעביר למולך לפי שעוד יקריבוהו למולך באיזור 51 , וזה כל העניין של התרנגולים המפוטמים בדנ"א של חזיר ולכן רק אוכלי הברעקעל מבינים כמה חמור העניין הזה.
 
כ'מיין אז ס'שוין געווארן פארמעקט פון דארט. א מזל ס'געהיטן געווארן דא.
 
דער יעניגער נערווירט דארטן געפערליך, ער טענה'ט אויף זיך אליינס אז ער איז א גרויסער ת"ח, ממילא נעמט ער זיך אן פאר כבוד התתורה, און פליקט אריין פאר יעדעם אנדערש אויף זייערע עמי-הארצות, מיט שארפע ווערטער. מען קען זיך אונטערהאלטן מיט אים מיין איך
 
איך בין שבת געווען אין די מאונטענס, איז מיר אויסגעקומען צו טענה'ן מיט א גאנצע קופקע פון מענטשן איבער די פרשה, פאר קרוב צו צוויי שעה. איין זאך קען איך ענק זאגן, איך האב זיי אלע שטיל געמאכט!

רוב פון זיי האבן ווייט נישט געוויסט די פאקטן ארום, און זיי זענען ממש געווען איבערראשט צו הערן ווי ווייט אז דער גאנצער היתר איז געבויעט בלויז אויף דעם אז די צווייטע טוט מיט אירע כוחות מבשל זיין די ביצה, און איך האב זיי עס צולייגט, אז דאס הייסט אזוי: דאס אז די ביצה באלאנגט פאר די ערשטע, און דאס אז דער דנ''א איז פון די ערשטע דאס מאכט איר נאכנישט פאר די מאמע. וואס מאכט יא פאר די מאמע? דאס אז די צווייטע איז עס מבשל? און וועמענס איז זי מבשל? נישט איר'ס נאר יענעמס!! און אה! דאס מאכט איר שוין יא די מאמע.. ווי קען בכלל א מענטש מיט א טראפ דעת אין מח, רעדן און האלטן אזא קרומע סברא האב איך זיי געפרעגט? אלע האבן מודה געווען אז איך בין 100% גערעכט.
אויסער איין עקשן וואס האט זיך געהאלטן ביי זיינס מיט אן אייגן פאברעצירטער פאקט אז די ביצה ווען ס'ליגט נאך אין די פרימארדיעל פאליקעל, הייסט עס נאכנישט קיין ביצה... האב איך איהם געפרעגט, אז אויב די פרעצעדור פון נעמען א אנמעטשטור עגג און עס מאכן אלס מעטשור קען מען מאכן אין א לעברעטאריע, וועסטו נאך אלץ אזוי טענה'ן? דאס הייסט אז די לעב. פראדוצירט די ביצה יש מאין....? ער האט ווייטער געטענה'ט אהער און אהין, ביז איך האב איהם געפרעגט אז חז''ל זאגן דאך אז אמו מזריע אודם שממנו בשר גידין ועצמות. האב איך עם געפרעגט קורץ און שארף: וועמענס בשר גידין ועצמות האט דאס קינד, דעם ערשטענס, אדער דעם צווייטענס? האט ער מודה געווען אז דעם ערשטענ'ס! זאג איך, אז אויב אזוי איז דאך קלאר אז היא אמו!!! דא האט ער מודה געווען אינגאנצן.

אויך האט יעדער אגריעט איבער די מאדנעקייט אז רוב מתירים זענען אזעלכע רבנים וואס האבן מיט א קורצע צייט צוריק ניטאמאל געוויסט וואס ס'מיינט א שחלה, און זיי זענען גאר מתיר אקעגן אזויפיל רבנים מומחים בפוריות שוין יארן לאנג, וואס אויסער ר' ב''ל אסרן זיי אלע. און יעדער דארט האט מסכים געווען אז דאס איז זייער נחשד. איך בין אוועקגעגאנגן פון דארט מיט גרויס סיפוק אז כ'האב כאטש זוכה געווען אויפצוקלערן עטליכע אידן איבער דעם חומר האיסור. און אויפצוווייזן זיי אויף וואספארער פאלטשער יסוד דער היתר איז געבויעט.
 
כ'האף דו פילסט נאכאלס בעסער. ב"ה.
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
איך האף אז אין די קומענדיגע יארן וועט ווערן אוועילעבל In vitro gametogenesis (IVG) וואס מיינט אז מ'קען פראדוצירן ביצי האשה פון סיי וועלכע צעל פון די פרוי. דאס וועט זיכער זיין א גרויסע ישועה און בפשטות וועלן רוב אוסרים דארט נישט האבן קיין פראבלעם.
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
רוב האוסרים האבן קיינמאל נישט געהאט קיין שום ידיעה אין די זאכן, אסר'ן איז זייער גרינג, דאך איז כוחא דהתירא עדיף, כי להחמיר כל אחד יכול וכדי להקל לטובת הציבור, הזמן והמקום יש צורך בחוכמה ורגישות גדולה אשר אין אצל רוב האוסרים,
 
צו מאכן ליצנות פון מענטשן איז א גרויסע עבירה... טוה עס נישט.
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
לויט די אוסרים איז קיינער נישט קיין קינד פון זיין מאמע נאר פון זיין מאמע'ס מאמע. די מאמע פראדוצירט נישט די ביצים נאר די באבע פראדוצירט די ביצים פאר די מאמע ווען זי איז במעיה. אויב זיי טענה'ן אז די אאוסייטס הייסט שוין זרע איז דאס עפעס וואס די באבע האט פראדוצירט און נישט די מאמע וואס איז נאכנישט געווען געבוירן.
 
איך בין שבת געווען אין די מאונטענס, איז מיר אויסגעקומען צו טענה'ן מיט א גאנצע קופקע פון מענטשן איבער די פרשה, פאר קרוב צו צוויי שעה. איין זאך קען איך ענק זאגן, איך האב זיי אלע שטיל געמאכט!

רוב פון זיי האבן ווייט נישט געוויסט די פאקטן ארום, און זיי זענען ממש געווען איבערראשט צו הערן ווי ווייט אז דער גאנצער היתר איז געבויעט בלויז אויף דעם אז די צווייטע טוט מיט אירע כוחות מבשל זיין די ביצה, און איך האב זיי עס צולייגט, אז דאס הייסט אזוי: דאס אז די ביצה באלאנגט פאר די ערשטע, און דאס אז דער דנ''א איז פון די ערשטע דאס מאכט איר נאכנישט פאר די מאמע. וואס מאכט יא פאר די מאמע? דאס אז די צווייטע איז עס מבשל? און וועמענס איז זי מבשל? נישט איר'ס נאר יענעמס!! און אה! דאס מאכט איר שוין יא די מאמע.. ווי קען בכלל א מענטש מיט א טראפ דעת אין מח, רעדן און האלטן אזא קרומע סברא האב איך זיי געפרעגט? אלע האבן מודה געווען אז איך בין 100% גערעכט.
אויסער איין עקשן וואס האט זיך געהאלטן ביי זיינס מיט אן אייגן פאברעצירטער פאקט אז די ביצה ווען ס'ליגט נאך אין די פרימארדיעל פאליקעל, הייסט עס נאכנישט קיין ביצה... האב איך איהם געפרעגט, אז אויב די פרעצעדור פון נעמען א אנמעטשטור עגג און עס מאכן אלס מעטשור קען מען מאכן אין א לעברעטאריע, וועסטו נאך אלץ אזוי טענה'ן? דאס הייסט אז די לעב. פראדוצירט די ביצה יש מאין....? ער האט ווייטער געטענה'ט אהער און אהין, ביז איך האב איהם געפרעגט אז חז''ל זאגן דאך אז אמו מזריע אודם שממנו בשר גידין ועצמות. האב איך עם געפרעגט קורץ און שארף: וועמענס בשר גידין ועצמות האט דאס קינד, דעם ערשטענס, אדער דעם צווייטענס? האט ער מודה געווען אז דעם ערשטענ'ס! זאג איך, אז אויב אזוי איז דאך קלאר אז היא אמו!!! דא האט ער מודה געווען אינגאנצן.

אויך האט יעדער אגריעט איבער די מאדנעקייט אז רוב מתירים זענען אזעלכע רבנים וואס האבן מיט א קורצע צייט צוריק ניטאמאל געוויסט וואס ס'מיינט א שחלה, און זיי זענען גאר מתיר אקעגן אזויפיל רבנים מומחים בפוריות שוין יארן לאנג, וואס אויסער ר' ב''ל אסרן זיי אלע. און יעדער דארט האט מסכים געווען אז דאס איז זייער נחשד. איך בין אוועקגעגאנגן פון דארט מיט גרויס סיפוק אז כ'האב כאטש זוכה געווען אויפצוקלערן עטליכע אידן איבער דעם חומר האיסור. און אויפצוווייזן זיי אויף וואספארער פאלטשער יסוד דער היתר איז געבויעט.
עמי הארצים איז נישט שווער צו טוישן
 
עמי הארצים איז נישט שווער צו טוישן
אה! וואס רעדסטו? סאך שווערער. א תלמיד חכם איז גלייך א מבין אויף וואספארא שטותים והבלים דער היתר איז געבויעט. א שוטה אן עם הארץ וואס כאפט התפעלות פון פראפעגאנדע, קען מען הייזעריג ווערן ביז מ'קלערט אים עפעס אויף. א בחינה פון ''ויחכם מכל האדם'' זאגט דער מדרש אפילו מן השוטים. א שוטה איבערצוקליגן איז נישט קיין קליינער קונץ...
 
גראדע קען איך אפאר תלמידי חכמים וואס האלטן יא להתיר
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
גראדע קען איך אפאר תלמידי חכמים וואס האלטן יא להתיר
זיי האלטן נישט, זיי ווילן האלטן. דאס הייסט א מגלה פנים בתורה שלא כהלכה. אדער ווייסן זיי פשוט נישט די מציאות.
 
צו מאכן ליצנות פון מענטשן איז א גרויסע עבירה... טוה עס נישט.
אינטערסאנט, הרב מוואלקאן שליט"א וואס איז באמת א גרויסע מומחה אין עניני רפואה, פארציילט אין זיין דרשה אז פארגאנגענע ווינטער ווען עס האט זיך אנגעהויבן טוהן אין די שאלה, האט ער קודם געקלערט להיתר וכו' וכו', עס זעהט זיך אן זייער קלאר אז ביז דאן האט ער בכלל נישט געהאט קיין אהנונג פון די גאנצע נושא, און אוודאי נישט געטוהן דערינען.
לעומת זאת, הרה"ג דומ"ץ טאהש שליט"א האט שוין נושא ונותן געווען אין די שאלה מיט השבט הלוי זצ"ל, און שוין יארן וואס ער האט שוין דורכגעטוהן דעם נושא.
 
הרב מוואלקאן האט ביז דאן בכלל נישט געהאט קיין אהנונג פון די גאנצע נושא?? ממש אזוי?
ער זאגט אז ער האט געהאט א הו''א להתיר, אבער ער האט חוזר געווען ווייל ער האט זיך דערמאנט אז השבט הלוי זצ''ל האט אים יארן צוריק געזאגט לאיסור.

לעומת זאת, הרה"ג דומ"ץ טאהש שליט"א האט שוין נושא ונותן געווען אין די שאלה מיט השבט הלוי זצ"ל, און ער האט אים קלאר געזאגט לאיסור, און בשום אופן נישט געוואלט מתיר זיין.
 
  • דיסלייק

Back
Top