הלכהדיגע שאלה בענין השתלת שחלות - Ovarian Transplant

.
 
בייגעלייגטע פיילס

  • file_199_121416.webp
    file_199_121416.webp
    31.1 KB · געזען: 115
די אלע וואס האבן דא אונטערגעשריבן זענען מתירי ממזירים בישראל!!
זיי זענען מתיר התבללות גוים בישראל רחמנא ליצלן!!

זיי זענען שרעקליכע פורצי גדר הקדושה בישראל, פונקט אזוי ווי די רעפארמער רבנים בשעתם!!

דער ערליכער כלל ישראל האט זיך נישט דערשראקן פון די רעפארמער בשעתם, און מ'וועט זיך פון די פורצי גדר הקדושה אויך נישט דערשרעקן!

זיי מאכן חרוב און זענען מטמא דעם כלל ישראל. און זיי זענען עתיד ליתן את הדין באופן חמור רחמנא ליצלן!!

זיי זאלן גוט געדענקען: אית דין ואית דיין!!

די וועלט איז נישט הפקר. יש מנהיג לבירה!
 
לעצט רעדאגירט:
א חרפה און א בושה פון א קול קורא!

אזא הארבע און שווערע שאלה וואלט געדארפט האבן כאטשיג פערציג רבנים חתימות להתיר, און דערווייל קוים פיר נעבעך.

די נעבעכדיגע ליידיגע קול קורא שרייט ארויס פון זיך בקול גדול אז רוב רבנים אסרן דאס.

אבער באמת מאכט עס נישט אויס, ווייל אזאך וואס די תורה אסרט, קענען אפילו טויזענט רבנים אויך נישט מתיר זיין.
 
הרב מוואלקאן האט ביז דאן בכלל נישט געהאט קיין אהנונג פון די גאנצע נושא?? ממש אזוי?
ער זאגט אז ער האט געהאט א הו''א להתיר, אבער ער האט חוזר געווען ווייל ער האט זיך דערמאנט אז השבט הלוי זצ''ל האט אים יארן צוריק געזאגט לאיסור.

לעומת זאת, הרה"ג דומ"ץ טאהש שליט"א האט שוין נושא ונותן געווען אין די שאלה מיט השבט הלוי זצ"ל, און ער האט אים קלאר געזאגט לאיסור, און בשום אופן נישט געוואלט מתיר זיין.
אוי געוואלד, איך גיי מיך דארפן טענה'ן נאכאמאל אויף פאקטן????

הער איבער די רעקארדינג, ער זאגט קלאר אז ער האט זיך דערמאנט אז דער שבט הלוי האט אים יארן צוריק געזאגט לאיסור אויף "תרומת ביצית", און לויט דעם פארשטייט ער אז מסתמא דערפאר האט פשעווארסקער רבי געזאגט אז עס איז א הארבע שאלה, וויבאלד דאס איז די זעלבע זאך.
 
לעצט רעדאגירט:
א חרפה און א בושה פון א קול קורא!

אזא הארבע און שווערע שאלה וואלט געדארפט האבן כאטשיג פערציג רבנים חתימות להתיר, און דערווייל קוים פיר נעבעך.
‎ ווען די מהרשם רעדט פין די ערשטע ווערסיע פון ivf וואס ער ריפט אן א שאלה חמירא איז ים גענוג 3 רבנים וואס ער האט נישט געהאט ביז ר וואזנער ווען די להורת נתן רעדט פין egg donor איז עם גענוג 3רבנים להתיר ממילא דיין חידוש פון‎ 40???
 
קעגן די 40 טעג וואס מען טוט די סגולה פון מתיא בן חרש.....
 
‎ ווען די מהרשם רעדט פין די ערשטע ווערסיע פון ivf וואס ער ריפט אן א שאלה חמירא איז ים גענוג 3 רבנים וואס ער האט נישט געהאט ביז ר וואזנער ווען די להורת נתן רעדט פין egg donor איז עם גענוג 3רבנים להתיר ממילא דיין חידוש פון‎ 40???
מאך דיך נישט טאמעוואטע. ווען אויף יעדע נארישע קול קורא היינט צוטאג האסטו מינימום 15 רבנים, און אויף אזא סאמע וויכטיגע ענין האסטו נאר פיר, איז עס א שווייגעניש וואס שרייט ביזן הימל, און ס'איז גרויסע בושות.
 
די צעטיל איז מיט די לעדערהעד פון מהרי"י בי"ד מילא האט דאס נאר די חתימות פון די חברי בדי"ץ. וואס מאכסטעך ווי די פארשטייסט נישט?
 
זיי האלטן נישט, זיי ווילן האלטן. דאס הייסט א מגלה פנים בתורה שלא כהלכה. אדער ווייסן זיי פשוט נישט די מציאות.
יעעע נאר די אוסרים ווייסן די מציאות די מתירים און דאקטוירים נישט....
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
די צעטיל איז מיט די לעדערהעד פון מהרי"י בי"ד מילא האט דאס נאר די חתימות פון די חברי בדי"ץ. וואס מאכסטעך ווי די פארשטייסט נישט?
דאס הייסט אז עכט האבן זיי נאך אסאך רבנים, נאר היות ס'האט די לעדערהעד פון מהר''י זענען זיי פשוט געצווינגען צו לייגן נאר די פיר.... איך הער...

ליצנות מאכן פון מענטשן איז א גרויסע עבירה... טוה עס נישט.
 
  • דיסלייק
רעאקציעס: Yesh
@בינה ודעת איך פארשטיי, אז לויט ווי די פארשטייסט די נושא איז בכלל נישט דא קיין צד היתר, אבער זעהט אויס אז די אנדערע רבנים פארשטייען אנדערש ווי דיך...

די מציאות איז כהיום, אז ווער ס'דארף צוקומען צו דעם, וועט זיך פארלאזן אויף די מתירים,
נאכדעם וואס סיי מהר''א מיט זיין דיין ר' געציל און סיי מהרי''י מיט זיין בית דין, און סיי די מומחה הגדול בעניני רפואה דומ''ץ טאהש ב''פּ סיי די דומ''ץ שיכון סקווירא און נאך אנדערע, איז שוין איבער גענוג, אז די וואס דארפן צוקומען וועלן זיך פארלאזן אויף זיי!

די מציאות אז פון קעגן זייטיגע פאליטישע פראקציעס זאלן זיי שטארקע מתירים, גיבט פאר רוב מענטשן א מקום להקל,

דאס איז וואס גייט ווערן ביי כלל ישראל, אזוי האט עס געארבעט אייביג, נישט דווקא ווער ס'איז באמת געווען גערעכט האט געוואונען און איינגעפירט, נאר אויב זענען דא אזעלכע נעמען, האט עס די השפעה ביי אזא פאל.

יעצט אז ס'געפעלט אייך נישט, דאן אפשר זאלט איר טוישן רעליגיע....
 
יעצט אז ס'געפעלט אייך נישט, דאן אפשר זאלט איר טוישן רעליגיע....
לאוו דווקא טוישן רעליגיע...

ביי ציונות האט געדארפט זיין א טיילונג אבער מ'האט זיך ווייטער געמישט.

ביי עבודה זרה שייטלען האב געדארפט זיין א טיילונג אבער מ'האט זיך ווייטער געמישט.

ביי אינטערנעט האט געדארפט זיין א טיילונג אבער מ'האט זיך ווייטער געמישט.

לאמיר האפן אז מיט אזא הארבע שאלה ווי להתיר ממזרים בישראל וועט ענדליך שוין זיין די אזוי אויסגעווארטע טיילונג.

ומחה השם דמעה מעל כל הארץ.

אמן!
 
דאס הייסט אז עכט האבן זיי נאך אסאך רבנים, נאר היות ס'האט די לעדערהעד פון מהר''י זענען זיי פשוט געצווינגען צו לייגן נאר די פיר.... איך הער...

ליצנות מאכן פון מענטשן איז א גרויסע עבירה... טוה עס נישט.
די וועג וויאזוי די רעאגירסט האט נישט מיט בינה ודעת, וואס פארשטייסטו נישט? דאס איז א לעדערהעד פון א בי"ד דא שרייבן אונטער נאר רבנים אונטער די בי"ד
 
דאס הייסט אז עכט האבן זיי נאך אסאך רבנים, נאר היות ס'האט די לעדערהעד פון מהר''י זענען זיי פשוט געצווינגען צו לייגן נאר די פיר.... איך הער...

ליצנות מאכן פון מענטשן איז א גרויסע עבירה... טוה עס נישט.
ליין איבער מיין מעסידזש דערנאך דיין. ווען דיין חבר פרעגט פארוואס די ווערסט רויט זאג אים ווייל סאיז הייס....
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
לויט די אוסרים איז קיינער נישט קיין קינד פון זיין מאמע נאר פון זיין מאמע'ס מאמע. די מאמע פראדוצירט נישט די ביצים נאר די באבע פראדוצירט די ביצים פאר די מאמע ווען זי איז במעיה. אויב זיי טענה'ן אז די אאוסייטס הייסט שוין זרע איז דאס עפעס וואס די באבע האט פראדוצירט און נישט די מאמע וואס איז נאכנישט געווען געבוירן.
@בינה ודעת איך וויל הערן דיין ריספאנס צו דעם
 
@בינה ודעת איך וויל הערן דיין ריספאנס צו דעם
כאפסט דיך ארויף אויף א ווארט פראדוצירט, און נאכדעם פרעגסטו קשיות. דו ביסט אפשר א קינד פון דיין באבע ווייל זי האט פראדוצירט דיין מאמע..? ווי קומט אהער פראדוצירט דא?

די ווארט איז איין זאך: וועמענס ביצה האט באשאפן דעם עיבור?
די ביצה וואס האט באשאפן דעם עיבור, פון וועמענס גוף איז דאס ארויס געקומען?
סעלס קומען פון סעלס. סאו די סעלס פון די בשר גידין ועצמות פונעם עיבור, זענען פון וועמענס סעל באשאפן געווארן?
און דער קלארער תירוץ אויף דעם איז: פון די בעלת השחלה! ממילא איז זי די מאמע!

און ווער ס'ווייסט דעם דאזיגן פאקט און דאך זאגט ער אז די צווייטע איז די מאמע, דער איז א פאלנער שקרן און א מגלה פנים בתורה שלא כהלכה, מעג ער זיין כגובה ארזים גבהו. דער אמת איז שטערקער פון סיי וועם, ''יהיה מי שיהיה''
 
  • דיסלייק
רעאקציעס: Yesh
כאפסט דיך ארויף אויף א ווארט פראדוצירט, און נאכדעם פרעגסטו קשיות. דו ביסט אפשר א קינד פון דיין באבע ווייל זי האט פראדוצירט דיין מאמע..? ווי קומט אהער פראדוצירט דא?

די ווארט איז איין זאך: וועמענס ביצה האט באשאפן דעם עיבור? די ביצה וואס האט באשאפן דעם עיבור, פון וועמענס גוף איז דאס ארויס געקומען? די סעלס פון די בשר גידין ועצמות פונעם עיבור, זענען פון וועמענס סעל באשאפן געווארן?
און דער קלארער תירוץ אויף דעם איז: פון די בעלת השחלה! ממילא איז זי די מאמע!

און ווער ס'ווייסט דעם דאזיגן פאקט און דאך זאגט ער אז די צווייטע איז די מאמע, דער איז א פאלנער שקרן און א מגלה פנים בתורה שלא כהלכה, מעג ער זיין כגובה ארזים גבהו. דער אמת איז שטערקער פון סיי וועם, ''יהיה מי שיהיה''
דו טענה'סט אז די סעלס געהערט פאר די בעלת שחלה, וואס מיינט אז עס געהערט צו איר? איר גוף האט עס דען פראדוצירט? ניין! איר מאמע'ס גוף האט עס פראדוצירט! איז אויב די סעלס הייסן שוין ביצים פארוואס איז א קינד זיך מתייחס נאך זיין מאמע און נישט נאך זיין באבע?
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
אמר רבי יוחנן אין אחר מעשה בית דין כלום
אז א בית דין בישראל , א בית דין ,פון קהילה קדושהגיבט ארויס א קלאהרן פסק להיתר , איז נישט קיין ספק אז מען האט אזוי אהנגינומען בשמים ממעל והמהרהר אחר רבו - בית דין - כאילו מהרהר
אחר השכינה ,
די גמרא זאגט תורה לא בשמים , ווען די הלכה
איז אויס געקומען פאר די תנאים , אנדערש ווי
מען האט קודם גיזאגט אין הימעל , האט מען נאך דעם פסק פון בית דין , מכריז גיוועהן נצחוני בני .
 
Back
Top