עס איז שטארקע קושיא , און די תלמוד ברענגט א מעשה פון נקדימון בן גוריון שנקדה חמה בעבורו
ווען עס זענען געקומען גרויסע רעגנס אהנצופילען די
ברונעמס וואס ער האט גידראפט צוריק געבן צו דעם שר, און דער שר טענה׳ט עס איז נאך די שקיעה,
( ער איז גיוועהן א ליטוואק ) און ער זאגט דו האסט גישפעטיגט און פארלאנגט דעם קנס , האט נאכאמאהל אויפגישיינט די זוהן, איז דאך אויך שווער , די אסטראנאמער האבען עס קיינמאהל באמערקט,
נאר דער עין יעקב זאגט דארט פשט, אז נישט ממש די זוהן האט זיך צוריק גידרייט, נאר עס האט זיך גימאכט עפעס א מין רעפלעקשען פון די זוהן,פון ווי זי איז דענסטמאהל גיוועהן אין די מערכת השמים און עס האט צוריק גישיינט,אזוי אז עס האט גימאכט די אימפרעשן ווי ער האט צוריק אויפגישיינט. אויך ביי יהושע ווי ער האט מלחמה גיהאלטען אין גבעון און ער האט דערלאנגט א מכה גדולה פאר די כנענים האט ער גידארפט לעכטיקייט, האט דרך נס די זוהן צוריק רעפלעקטעט פון זיין ליכטיקייט אויף די מקום פון גבעון און אילון עס זאל זיין לעכטיג מען זאל קענען אהנגיין מיט די מלחמת מצוה פון כיבוש הארץ.
דרשות פון חז״ל זענען דרך רמז,תפוחי זהב במשכיות כסף תחפשנה כמטמונים תמצאנה.