האסטו קלאר געהערט פון דיין טאטע איבער מעמד הר סיני?

וויאזוי האבן חז"ל האבן געקענט זאגן אז אלע וואסערען פון די וועלט האבן זיך געשפאלטן וואס דאס איז א קלעים אז מיליאנען מענטשן האבן געזען,

אזוי אויך אז די זון פון יהושע האט.זיך אפגעשטעלט פאר 24 שעה, וכהנה רבות
די פאקט איז דאך אבער אז די גאנצע וועלט ווייסט נישט פון אזא מעשה צוזאגן, וואס דאס ווייזט אז וואס חז"ל האבן געזאגט איז זיכער נישט אמת אין א ליטעראל סענס
 
עס איז שטארקע קושיא , און די תלמוד ברענגט א מעשה פון נקדימון בן גוריון שנקדה חמה בעבורו
ווען עס זענען געקומען גרויסע רעגנס אהנצופילען די
ברונעמס וואס ער האט גידראפט צוריק געבן צו דעם שר, און דער שר טענה׳ט עס איז נאך די שקיעה,
( ער איז גיוועהן א ליטוואק ) און ער זאגט דו האסט גישפעטיגט און פארלאנגט דעם קנס , האט נאכאמאהל אויפגישיינט די זוהן, איז דאך אויך שווער , די אסטראנאמער האבען עס קיינמאהל באמערקט,
נאר דער עין יעקב זאגט דארט פשט, אז נישט ממש די זוהן האט זיך צוריק גידרייט, נאר עס האט זיך גימאכט עפעס א מין רעפלעקשען פון די זוהן,פון ווי זי איז דענסטמאהל גיוועהן אין די מערכת השמים און עס האט צוריק גישיינט,אזוי אז עס האט גימאכט די אימפרעשן ווי ער האט צוריק אויפגישיינט. אויך ביי יהושע ווי ער האט מלחמה גיהאלטען אין גבעון און ער האט דערלאנגט א מכה גדולה פאר די כנענים האט ער גידארפט לעכטיקייט, האט דרך נס די זוהן צוריק רעפלעקטעט פון זיין ליכטיקייט אויף די מקום פון גבעון און אילון עס זאל זיין לעכטיג מען זאל קענען אהנגיין מיט די מלחמת מצוה פון כיבוש הארץ.
דרשות פון חז״ל זענען דרך רמז,תפוחי זהב במשכיות כסף תחפשנה כמטמונים תמצאנה.
 
שיינע הסבר אבער דו קענסט אפשר מסביר וויאזוי אזא נס געשעהט אין א עכטע מציאות?
 
דיין תירוץ איז זייער שוואך, די לשון "והקול מדבר אליו ואנו שומעים משה משה לך אמור להם כך וכך" מיינט אז די אידן האבן געהערט די ווערטער וואס איז א סתירה צו וואס ער זאגט אין מורה.

אבער אפילו איך זאל אננעמען דיין תירוץ, האב איך געברענגט צוויי ראיות אז די קול איז געווען בנבואה. איינס, פון וואס ער שרייבט "שלא שמעו כל ׳ישראל׳ ב׳מעמד׳ ההוא אלא ׳קול׳ אחד לבד פעם אחת, והוא ה׳קול׳ אשר השיג משה וכל ׳ישראל׳ ממנו ׳אנכי׳ ו׳לא יהיה לך׳ והשמיעו להם משה בדברו בהבדל אותיות נשמעות", פון א קול נברא קען מען נישט משיג זיין אנכי ולא יהיה לך. צווייטנס פון וואס ער שרייבט "ודע, שזה ה׳קול׳ גם כן אין מדרגתם בו שוה עם מדרגת ׳משה רבנו׳. ואנכי אעירך על זה הסוד ואודיעך שהוא – ענין מקובל באומה ידוע אצל חכמיה – וזה שכל מקום שתמצא ׳וידבר יי אל משה לאמר׳ – יתרגמהו אונקלוס ׳ומלל יי׳ (וכן: ״וידבר אלהים את כל הדברים״ – ומלל יי ית כל פתגמיא״); אמנם מאמר: ׳ישראל׳ למשה ״ואל ידבר עמנו אלהים״ – תרגמו ״ולא יתמלל עמנא מן קדם יי״ – הנה הבדיל לך עליו השלום הכלל אשר הבדילנוהו", וואס אויב רעדט מען פון א קול נברא איז נישט פארשטענדליך וויאזוי עס זאל זיין א חילוק צווישן משה און די אידן.
מען דארף צוזאגען אז עס איז גיוועהן א פיזיש קול ווי עס שטייט און פסוק, וכל העם רואים את הקולות ואת הלפידים ואת ההר עשן וינועו ויעמדו מרחוק
די זענען אלע פיזישע מורגש׳דיגע זאכן , נאר מיט דעם צוזאם, בשעת די מורא׳דיגע קולות איז מיט געקומען א רוח קודש מיט נבואה ווי דו זאגסט, און עס איז גיוועהן השגות כל אחד לפי דרכו, דער רבי אלימלך זאגט אז ער גידענקט זיין שכן ביי מעמד הר סיני, אונז גידענקען מיר נישט ( איך זיכער נישט ) אבער גלייבען דארף מען .
בא חבקוק והעמידה על אחת.
 
שיינע הסבר אבער דו קענסט אפשר מסביר וויאזוי אזא נס געשעהט אין א עכטע מציאות?
דער וואס איז ראציאנאל געשטימט,און ער האט א פראבלעם מיט ניסים וועט זאגען אז מיט א וואלקען קען זיך מאכען אמאהל אזא רעפלעקשען בדרך טבע .די קושיא פון די שמש בגבעון איז גיוועהן אז אפילו מען גלייבט אין ניסים חוץ לדרך הטבע,אבער דער מערכת השמים ווערט נישט גישטערט,ווי דער רמב״ם זאגט אין אהנפאנג יסודי התורה,הגלגל תסוב לעולם,אז דער סיבוב פון די זוהן קען זיך נישט אפשטעלן, אויף דעם איז מען מיישב מיט א רעפלעקשען תירוץ, און דער רעפלקשען איז שוין א פלא פון א נס וואס מען קען ענדערש פארדייען, דעם
ויעמוד השמש בחצי השמים ולא אץ לבוא כיום תמים
 
לעצט רעדאגירט:
די פאקט איז אז עס נישט מעגלעך צו מאכן אז מענטשן זאלן איבערגעבן אזא מעשה איינע פאר די אנדערע און "קיינער" פון די כאטש 2 מיליאן מענטשן זאלן נישט זאגן אז סאיז נישט געווען.
די גרעסטע ראיה איז דאס אליין אז איז נאך קיינעם נישט איינגעפאלן צו מאכן א רעליגיע אז גאט האט זיך באוויזן אין געוויזען ווינטער פאר אזוי סאך מענטשן אויף אמאל.
 
די פאקט איז דאך אבער אז די גאנצע וועלט ווייסט נישט פון אזא מעשה צוזאגן, וואס דאס ווייזט אז וואס חז"ל האבן געזאגט איז זיכער נישט אמת אין א ליטעראל סענס
עס איז שטארקע קושיא , און די תלמוד ברענגט א מעשה פון נקדימון בן גוריון שנקדה חמה בעבורו
ווען עס זענען געקומען גרויסע רעגנס אהנצופילען די
ברונעמס וואס ער האט גידראפט צוריק געבן צו דעם שר, און דער שר טענה׳ט עס איז נאך די שקיעה,
( ער איז גיוועהן א ליטוואק ) און ער זאגט דו האסט גישפעטיגט און פארלאנגט דעם קנס , האט נאכאמאהל אויפגישיינט די זוהן, איז דאך אויך שווער , די אסטראנאמער האבען עס קיינמאהל באמערקט,
נאר דער עין יעקב זאגט דארט פשט, אז נישט ממש די זוהן האט זיך צוריק גידרייט, נאר עס האט זיך גימאכט עפעס א מין רעפלעקשען פון די זוהן,פון ווי זי איז דענסטמאהל גיוועהן אין די מערכת השמים און עס האט צוריק גישיינט,אזוי אז עס האט גימאכט די אימפרעשן ווי ער האט צוריק אויפגישיינט. אויך ביי יהושע ווי ער האט מלחמה גיהאלטען אין גבעון און ער האט דערלאנגט א מכה גדולה פאר די כנענים האט ער גידארפט לעכטיקייט, האט דרך נס די זוהן צוריק רעפלעקטעט פון זיין ליכטיקייט אויף די מקום פון גבעון און אילון עס זאל זיין לעכטיג מען זאל קענען אהנגיין מיט די מלחמת מצוה פון כיבוש הארץ.
דרשות פון חז״ל זענען דרך רמז,תפוחי זהב במשכיות כסף תחפשנה כמטמונים תמצאנה.
שיין אריינגעקוועטשט, די גמרא פשטות זאגט עס האט געהעריג אויפגעשיינט, דעי אלע נאנסענס אריינגעקוועטשטע תירוצים איז גוט פאר שלש סעודות תורה
Don't insult our intelligence
 
לעצט רעדאגירט:
די פאקט איז דאך אבער אז די גאנצע וועלט ווייסט נישט פון אזא מעשה צוזאגן, וואס דאס ווייזט אז וואס חז"ל האבן געזאגט איז זיכער נישט אמת אין א ליטעראל סענס
די פאקט איז אז קיינער פרעגט נישט אפ די גמרא ווייל די וועלט ווייסט נישט
אין מצרים ווייסט מען אויך גארנישט היינט וועגן די צען מכות וואס זאגסטו אויף דעם?
 
וואס מיינט קיינער פרעגט נישט אפ? 99% קלוגע מענטשן אריינגערעכנט אסאך ארטאדאקסישע אידן גלייבן דאס נישט ליטערלי
 
שיין אריינגעקוועטשט, די גמרא פשטות זאגט עס האט געהעריג אויפגעשיינט, דעי אלע נאנסענס אריינגעקוועטשטע תירוצים איז גוט פאר שלש סעודות תורה
Don't insult our intelligence
בכלל נישט גימיינט צוזאגען אז דאס איז די פונקטליכע פשט -זיל בתר איפכא- די כוונה איז אז כפשוטו איז עס זיכער נישט , ווייל די זוהן פאהרט נישט אהין אין צוריק הגלגל תסוב לעולם ווי דער רמב״ם זאגט איי די מעשה פון נקדימון און פון יהושע
איז שבקיה לקרא ואיהו דחיק ואוקמי אנפשיה.
 
Back
Top