האסטו קלאר געהערט פון דיין טאטע איבער מעמד הר סיני?

לאמיר רעדן פון די הוכחה פון די מוסלומענער, אז דער קוראן איז א ספר, וואס איז נישטא נאך זיינס גלייכן אויף די וועלט, און קיינער האט נאכנישט געשריבן אזא שיינע ספר. ווער עס וויל, קען פראבירן צו מאכן אזא ספר.
 
ווען איר בארואיגט זיך פון די שאק, קענט איר ביטע מסביר זיין אויף וואס דאס איז באזירט?
זיסקייט מיינער. ווען אין א בוך שרייבט איינער "און יענקל האט אראפגעשריבן דאס און יענץ" איז זייער קלאר אז יענקל איז נישט דער וואס שרייבט די ווערטער.

סיריעסלי... טראכט אריין פאר איין מינוט!
אויב משה שרייבט די "גאנצע" תורה דאן וואס מיינט דא די פסוק מיט "און משה האט אראפגעשריבן יענע דאזיגע ......" ער האט דאך אלעס אראפגעשריבן, ניין?
ליידער אבער האט דער שרייבער פון יענע שורות נישט אנגענומען דיין שיטה.
 
לעצט רעדאגירט:

וַיִּכְתֹּב מֹשֶׁה אֶת הַתּוֹרָה הַזֹּאת וַיִּתְּנָהּ אֶל הַכֹּהֲנִים בְּנֵי לֵוִי הַנֹּשְׂאִים אֶת אֲרוֹן בְּרִית יְהוָה וְאֶל כָּל זִקְנֵי יִשְׂרָאֵל.

וַיְהִי כְּכַלּוֹת מֹשֶׁה לִכְתֹּב אֶת דִּבְרֵי הַתּוֹרָה הַזֹּאת עַל סֵפֶר עַד תֻּמָּם.

מהיכי תיתי אז דברי התורה הזאת זאל מיינען א ספעציפישע חלק? וועלכע חלק?

דאס אז משה ווערט דערמאנט ווי א דריטער איז אין די גאנצע תורה אזוי, ווייל ער האט נישט געשריבן מדעת עצמו נאר מפי הקב״ה, כמבואר בראשונים אדער אין חז״ל

מ׳קען אלץ קוועטשן און זיך אנהענגען פארשטייצעך, אבער דאס פאר זיך איז בעצם נישט קיין ראי׳ איין וועג אדער די אנדערע

מיין טענה פון לאגיק איז בעיקר אז דאס איז אריגינעל איבערגעגעבן געווארן פאר א דור וואס האט דאס מיטגעהאלטן, אז נישט
א. וואלטן אסאך זאכן געשריבן געווארן אנדערשט
ב. ס׳וואלט נישט אנגענומען געווארן אויף אזא פארנעם בכמות ובאיכות
 
באשעפער איינציגער!!! וויאזוי קען מען זיין אזוי בלינד 🤣🤣🤣

לאמיר זיך מאכן אז מיר ווייסן נישט אויף וואס דאס גייט ארויף... לאמיר זיך אויך מאכן ווי כאילי מיר האבן נישט באמערקט ווי ס'ווערט אין די קאפיטל איבערגעשריבן די זעלבע זאך 2 מאל... אבער רבש"ע! ער שרייבט דאך ויכתוב משה עד תומם דא, און דערנאך פארציילט ער דאך נאך זאכן!!!!!!! ער פארציילט דאך זאכן וואס ס'איז געשעהן נאכדעם וואס ויכתוב משה עד תומם!

ווען דו זעהסט אזעלכע ווערטער אין סיי וועלכע אנדערע בוך וואלסטו פאר א רגע נישט געהאט קיין ספק אז א צווייטער שרייבט אראפ די מעשה.

זיי מיר מוחל אויף מיין אויסברוך, אבער פון אלע טענות פרא-מסורה וכו איז דאס די נערישסטע טענה! דו הארגעסט אפ דיין שיטה מיטן ברענגען אזא טענה.
 
Back
Top