זע נישט פון וואס דו ברענגסט אז ער האט עס נישט אראפגעשריבן. אדרבה, ער שרייבט טאקע עד תומם, אבער ער (גאט) ווייסט דאך וואס עס גייט שטיין ווייטער אויך, כזע נישט די גרויסע קשיא דא.
אפילו אין אלגעמיינע בוכער קען מען זען אזעלכע זאכן. למשל די שרייבער ברענגט אויף בלאט 20 א רעפערענס צו די זעלבע בוך דף 80, ווייל נאכן שרייבן גייט עס דורך אן עורך, און מען פיחט עס שפעטער אריין.
ווער האט גערעדט פון קשיות?
און וואס העלפן מיר דיינע תירוצים פון גאט ב"ה?
ווען דו טרעפסט א בוך וואס שרייבט אז "זרח האט פרייטאג נאכמיטאג אפגעשריבן אויף זיין בלעקבאורד א נייע ווערסיע פון די מעשה מיט די 3 בערעלעך, און דערנאך האט ער אנגעקאלט זיין באבע איר פארציילן די געוואלדיגע מעשה וואס ער האט נארוואס אראפגעריבן", וואלט יעדער מודה געווען אז
בפשטות שטייט נישט דא אז זרח האט אראפגעשריבן אויף די בלעקבאורד אז ער האט געקאלט זיין באבע, נאר דאס אז ער האט געקאלט זיין באבע איז עפעס וואס דער שרייבער פונעם בוך לייגט צו.
נאכאמאל
בפשטות.
אפשר איז עס נישט גענוג קלאר, סאוי לאמיר זאגן נאכאמאל:
בפשטות.
איך פארשטיי אז דו ווילסט זייער שטארק זאגן אז עכט האט עס משה יא געשריבן, איי וויאזוי האט ער געוואוסט וואס ס'גייט זיין נאכדעם? גאט האט אים פארציילט! איך פארשטיי אלע דיינע תירוצים און געדאנקען... אבער ס'נעמט נישט אוועק פון דעם אז סיי וועלכע
אנדערע בוך וואלסטו נישט אזוי אפגעלערנט...
ד.מ. אז לפי די
פשטות הפסוקים (פאר דיינע תירוצים און פשט'לעך) האט עס משה נישט געשריבן אין
יענע תורה וואס דער פסוק דערמאנט דארט
.
בנוגע דיין נקודה פון רעפערנסן, העל איך מודה זיין אז לא זכיתי להבין וואס דו מיינסט מיט דעם.
ביכער האבן אויך אפט הארטע דעקלעך, און א חלק האבן אפילו נקודות, במילא?
וואס פארא שייכות האט "זאכן וואס האט פאסירט נאכן שרייבן דעם בוך" מיט "רעפערענסן"?
נ.ב. איך האב עס רעדאגירט פאר מער קלארקייט (דער געדאנק איז דער זעלבער).