לאמיר רעדן פון די הוכחה פון די מוסלומענער, אז דער קוראן איז א ספר, וואס איז נישטא נאך זיינס גלייכן אויף די וועלט, און קיינער האט נאכנישט געשריבן אזא שיינע ספר. ווער עס וויל, קען פראבירן צו מאכן אזא ספר.
Follow along with the video below to see how to install our site as a web app on your home screen.
Note: This feature may not be available in some browsers.
זיסקייט מיינער. ווען אין א בוך שרייבט איינער "און יענקל האט אראפגעשריבן דאס און יענץ" איז זייער קלאר אז יענקל איז נישט דער וואס שרייבט די ווערטער.ווען איר בארואיגט זיך פון די שאק, קענט איר ביטע מסביר זיין אויף וואס דאס איז באזירט?
וַיִּכְתֹּב מֹשֶׁה אֶת הַתּוֹרָה הַזֹּאת וַיִּתְּנָהּ אֶל הַכֹּהֲנִים בְּנֵי לֵוִי הַנֹּשְׂאִים אֶת אֲרוֹן בְּרִית יְהוָה וְאֶל כָּל זִקְנֵי יִשְׂרָאֵל.זיסקייט מיינער. ווען אין א בוך שרייבט איינער "און יענקל האט אראפגעשריבן דאס און יענץ" איז זייער קלאר אז יענקל איז נישט דער וואס שרייבט די ווערטער.
סיריעסלי... טראכט אריין פאר איין מינוט!
אויב משה שרייבט די "גאנצע" תורה דאן וואס מיינט דא די פסוק מיט "און משה האט אראפגעשריבן יענע דאזיגע ......" ער האט דאך אלעס אראפגעשריבן, ניין?
ליידער אבער האט דער שרייבער פון יענע שורות נישט אנגענומען דיין שיטה.
באשעפער איינציגער!!! וויאזוי קען מען זיין אזוי בלינדוַיִּכְתֹּב מֹשֶׁה אֶת הַתּוֹרָה הַזֹּאת וַיִּתְּנָהּ אֶל הַכֹּהֲנִים בְּנֵי לֵוִי הַנֹּשְׂאִים אֶת אֲרוֹן בְּרִית יְהוָה וְאֶל כָּל זִקְנֵי יִשְׂרָאֵל.
וַיְהִי כְּכַלּוֹת מֹשֶׁה לִכְתֹּב אֶת דִּבְרֵי הַתּוֹרָה הַזֹּאת עַל סֵפֶר עַד תֻּמָּם.
מהיכי תיתי אז דברי התורה הזאת זאל מיינען א ספעציפישע חלק? וועלכע חלק?
דאס אז משה ווערט דערמאנט ווי א דריטער איז אין די גאנצע תורה אזוי, ווייל ער האט נישט געשריבן מדעת עצמו נאר מפי הקב״ה, כמבואר בראשונים אדער אין חז״ל
מ׳קען אלץ קוועטשן און זיך אנהענגען פארשטייצעך, אבער דאס פאר זיך איז בעצם נישט קיין ראי׳ איין וועג אדער די אנדערע
מיין טענה פון לאגיק איז בעיקר אז דאס איז אריגינעל איבערגעגעבן געווארן פאר א דור וואס האט דאס מיטגעהאלטן, אז נישט
א. וואלטן אסאך זאכן געשריבן געווארן אנדערשט
ב. ס׳וואלט נישט אנגענומען געווארן אויף אזא פארנעם בכמות ובאיכות
העי, איך מוז אריינהאקן דא, ווייל מען פארפארט אביסל פון לאגיק.באשעפער איינציגער!!! וויאזוי קען מען זיין אזוי בלינד
לאמיר זיך מאכן אז מיר ווייסן נישט אויף וואס דאס גייט ארויף... לאמיר זיך אויך מאכן ווי כאילי מיר האבן נישט באמערקט ווי ס'ווערט אין די קאפיטל איבערגעשריבן די זעלבע זאך 2 מאל... אבער רבש"ע! ער שרייבט דאך ויכתוב משה עד תומם דא, און דערנאך פארציילט ער דאך נאך זאכן!!!!!!! ער פארציילט דאך זאכן וואס ס'איז געשעהן נאכדעם וואס ויכתוב משה עד תומם!
ווען דו זעהסט אזעלכע ווערטער אין סיי וועלכע אנדערע בוך וואלסטו פאר א רגע נישט געהאט קיין ספק אז א צווייטער שרייבט אראפ די מעשה.
זיי מיר מוחל אויף מיין אויסברוך, אבער פון אלע טענות פרא-מסורה וכו איז דאס די נערישסטע טענה! דו הארגעסט אפ דיין שיטה מיטן ברענגען אזא טענה.
מיין ארגומענט איז:העי, איך מוז אריינהאקן דא, ווייל מען פארפארט אביסל פון לאגיק.
קודם איז דאס נישט געברענגט געווארן אלץ א ראיה פאר די אמת'קייט פון די תורה, אדער פרא מסורה ווי דו ריפסט עס, דאס וואלט געווען א סורקולער ארגומענט. מיין תורה איז אמת ווייל אזוי שטייט אין מיין תורה.
סך הכול רעדט מען דא צו "לויט די תורה" האט משה אלעס אפגעשריבן.
איך זע נישט פון וואס דו ברענגסט אז ער האט עס נישט אראפגעשריבן. אדרבה, ער שרייבט טאקע עד תומם, אבער ער (גאט) ווייסט דאך וואס עס גייט שטיין ווייטער אויך, כזע נישט די גרויסע קשיא דא.
אפילו אין אלגעמיינע בוכער קען מען זען אזעלכע זאכן. למשל די שרייבער ברענגט אויף בלאט 20 א רעפערענס צו די זעלבע בוך דף 80, ווייל נאכן שרייבן גייט עס דורך אן עורך, און מען פיחט עס שפעטער אריין.
דאס איז אריינגעקומען בדרך אגב, אויף דעם זעה איך נישט קיין ראי׳ מוכרחת אויף קיין איין וועג פון די תורה אליינס, מיין עיקר נקודה איז, אז סיי ווער דער שרייבער איז געווען, איז דאס איבערגעגעבן געווארן פאר א דור וואס האט מיטגעהאלטן די מעשיות, דאס זאגט מיין לאגיק, פון די וועג וויאזוי ס׳איז געשריבן געווארן, און פון וויאזוי ס׳איז נתקבל געווארןאיך בין נישט באקאנט פונקטליך וואס דיין כוונה איז דא, איך קען דיר אבער יא זאגן וואס מיין ארגומענט איז:
אין די תורה אליינס ווערט קיינמאל נישט געטענה'ט אז דאס גאנצע סעט ספרים פון בראשית ביז לעיני כל ישראל האט משה געשריבן.
אויב עפעס איז פון די פשטות הפסוקים משמע פארקערט.
אויב פילסטו אז די טענה מאכט דיר נישט אויס צופיל דאן ביסטו מער ווי בארעכטיגט עס צו איגנארירן. פאר געוויסע דא האט עס יא אויסגעמאכט.
האו עבאוט אז נישט?מיין עיקר נקודה איז, אז סיי ווער דער שרייבער איז געווען, איז דאס איבערגעגעבן געווארן פאר א דור וואס האט מיטגעהאלטן די מעשיות,
איך זע נאכאלץ נישט פון וואו די נעמסט אז די "פשטות הפסוקים" איז משמע אז נישט משה האט עס געשריבן. פארקערט, אין די פסוקים שטייט דברי התורה הזאת עד תומם, בפשטות מיינט עס יא די גאנצע.מיין ארגומענט איז:
אין די תורה אליינס ווערט קיינמאל נישט געטענה'ט אז דאס גאנצע סעט ספרים פון בראשית ביז לעיני כל ישראל האט משה געשריבן.
אויב עפעס איז פון די פשטות הפסוקים משמע פארקערט.
אויב פילסטו אז די טענה מאכט דיר נישט אויס צופיל דאן ביסטו מער ווי בארעכטיגט עס צו איגנארירן. פאר געוויסע דא האט עס יא אויסגעמאכט.