האט משה רבינו טאקע עקזיסטירט?

blender

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אקט. 28, 2024
מעסעדזשעס
383
רעאקציע ראטע
1,356
פונקטן
223
איך האב געשריבן די ארטיקל א שטיק צייט צוריק אויף טעלעגראם, לכבוד פסח וועל איך עס דא ארויפברענגען.


מיר זענען אלע באקאנט מיט די צווייט וויכטיגסטע פיגור אין אידישקייט נאך אונזער טאטע אברהם אבינו. ווי פארשטענדליך איז דאס אונזער גרויסער מנהיג "משה רבינו".

די גאנצע תורה חוץ פון סדר בראשית, דרייט זיך נאר ארום דעם פיגור. די מכות, די יציאת מצרים, די מתן תורה און די אריינגיין קיין ארץ ישראל. אפי' א דרויסנדיגע אבזערווירער וואס וועט נאר געבן א קליינע בליק אריין אין די תורה וועט גלייך באמערקן די וויכטיגקייט פון די פיגור.

נעמענדיג אין באטראכט די אויבנדערמאנטע, קען אפשר אויסזעהן גאר מאדנע, און אפי' נאריש צו פרעגן די קשיא: "האט טאקע משה רבינו בכלל עקזעסטירט?"... אבער לאמיר כאפן א טיפערע בליק: ווי אזוי קענען מיר וויסן אויב סיי ווער האט באמת עקזעסטירט אין היסטאריע?

פיזישע באווייז.​


די בעסטע ראי' וועט אוודאי זיין, אויב טרעפט מען די פיזישע איבערבלייבענישן פון דעם פערזאן וועמענס היסטארישער אינדענטיטעט מען פראבירט צו פעסטשטעלן.

נעם למשל קעניג ריטשארד דער דריטער פון ענגלאנד. לויט די היסטארישער רעקארד איז ער געשטארבן אין יאר 1485, דוראויס א מלחמה. לויט די רעקארד איז ער דערנאך געווארן באערדיגט אין א קליינע קירכע אין די שטעטל "לעסטער", צופיסנס פון די שלאכטפעלד אויף וועלעכע ער איז געשטארבן. למעשה, דורכאויס די קומענדיגע יארן איז פארגעסן געווארן די פונקטליכע לאקאציע פון זיין באגרעבעניש, און עס איז געווארן אוםבאקאנט פאר די מענשהייט וואו זיין קבר איז.

אזוי איז עס געווען ביז אינעם יאר 2012. ווען נאך יארן פון חשבונות און פארשונגען , האבן ארכילאגן און פארשער געטראפן זיין סקעלעט אונטער א פארקינג לאט. נאכן נוצן רעדיא-קארבאן דעיטינג, די.ען.עי. טעסטינג און אנדערע פארעמעס פון אנאלעזירונג, האבן די סייענטיסן מצליח געווען צו קומען צו די מסקנא, אן קיין שום ספיקות, אז די ביינער זענען טאקע אין פאקט, פון ריטשארד דער דריטער.

אבער ריטשערד איז דאך א רעלעטיוו יונגער פיגור. וואס איז מיט איינער פון א תקופה אסאך אסאך עלטער ווי דעם, ווי אזוי באשטעטיגט מען זיין עקזיסטענץ?

ארכעלאגישע באווייז.​


לאמיר נעמען פאר א משל די אלעמען באקאנטן לעגענדארער קעניג און גענעראל "אלכסנדר מוקדון". וואס איז אנגעבליך געשטארבן אין יאר ג' אלפים של'ז (424 bc), דאס קומט אויס בערך א יאר פארן חרבן בית ראשון.

צום בדויערן, איז די גענויע לאקאציע ווי אלכסנדר מוקדון איז באגראבן געווארן, פארלוירן געגאנגען צו היסטאריע, ממילא איז נישט מעגליך פאר אונז צו האבן זיינע פיזישע איבערבלייבענישן.

אבער וואס מיר האבן יא פון אים, איז די נעקסטע בעסטע באווייז נאך פיזישע איבערבלייבענישן. מיר האבן מאסיווע ארכילאגישע באווייז צו זיין עקזיסטענץ.

ווי למשל, מיר האבן גאר אסאך סקולפטורן פון זיין געשטאלט, וואס מען קען טעסטן און זעהן אז עס איז אויסגעשניצט געווארן גאר נאנט צו זיינע אפיציעלע לעבנס יארן, אדער זענען זיי גאר אקוראטע קאפיעס פון סקולפטורן וואס זענען אויסגעשניצט געווארן דורכאויס אלכסנדר'ס לעבן. מיר האבן אויך הונדערטער מטבעות פון יענע צייט, מיט זיין בילד און נאמען אויסגעקריצט אויף דעם.

אלזא, אפי' מיר האבן טאקע נישט קיין שום פיזישע איבערבלייבענישן פון אלכסנדר מוקדון, קענען מיר נאך אלץ זיין זיכער אן קיין שום ספיקות, אז אזא פערזאן האט טאקע אמאל עקזעסטירט.

אבער וואס איז מיט די פעלער וואס מיר האבן אויך נישט קיין שום ארכילאגישע איבערבלייבענישן וואס קומט פון די צייטן וואס דער מענטש איז נאך געווען ביים לעבן? אלע דריי גרויסע רעליגיעזע היסטארישע פירערס, משה, יאשקע און מוכאמאד, פאלן אריין אין אט די קאטאגאריע.

געשריבענע באווייז.​


אין די פעלער האט מען נישט קיין ברירה. מען מוז זיך פארלאזן אויף די באווייז וואס איז די וויינגסטע קראנט. נעמליך, אפגעשריבענע מקורות.

מיט "אפגעשריבענע מקורות" מיינט מען נישט אפאר ווערטער אריינגעקריצט אויף א שטיין. וואס מען מיינט איז, לאנגע ווערק פון ליטעראטור. געווענטליך געשריבן אין אנפאנג אויף פעל פון בהמות, און שפעטער איבערגעשריבן אויף פאפיר און געמאכט פאר ביכער.

אבער דא איז ווי זאכן ווערן היבש קאמפליצירט. וויבאלד ווען עס קומט צו פאצייטישע היסטאריע, באקומען מיר אפט שריפטליכע באשרייבונגען וואס זענען זיך סותר איינע אויף די אנדערע ווען עס קומט צו וואס האט טאקע באמת פאסירט. דאס פירט געוויסע צו קומען צו די באשלוס, אז עס איז נישטא קיין וועג צו וויסן די אמת, און עס איז בלויז מעגליך צו פשוט אויסקלויבן איינעם, און אפמאכן אז אים וועל איך גלייבן.

אבער דאס איז נישט ווי אזוי עס ארבעט. פארשער האבן אנטוויקלט א מהלך, גערופן די "היסטארישע מעטאד", וואס דאס העלפט זיי צו פעסטשטעלן וועלעכע מקורות זענען מער ווארשיינדליך צו זיין אמת ווי די אנדערע מקורות.

די היסטארישע מעטאד.​


אט זענען טייל פון די זאכן וואס זיי נעמען אין באטראכט.

ערשטנס. די מעשה וואס די מקור פארציילט שטימט מיט די אכילאגישע געפינסן? ווי למשל אויב געוויסע שריפטן טענה'ן, אז אין די און די צייט, איז געווען א קעניג אויף די און די פלאץ, און ער האט געהאט אן ארמיי פון א מיליאן סאלדאטן. אבער ווען ארכילאגן גראבן אויף די קעניגס שטעט, און זי אנטדעקן אז זיי זענען געווען צו קליין צו קענען אונטערשטיצן אזא גרויסע נומער פון מענטשן, דאן וועט די אקוראטקייט פון די שריפטליכע מקור זיכער פאלן אונטער א פראגע צייכן.

צווייטנס. איז דא מערערע מקורות וואס פארציילן אלע די זעלבע מעשה? לאמיר זאגן אז מיר האבן צעהן עקסטערע מקורות, וואס זיי אלע זאגן אז די גריכן זענען בייגעקומען די פערסישע אין א ספעציפישער שלאכט, אבער עס איז נאר דא איין מקור וואס זאגט אז די פרסישע האבן געווינען די גריכישע. אין אזא פאל, איז לכאורה פארזיכערט צו אננעמען אז די צעהן זענען גערעכט, און די איינס איז נישט קראנט.

דריטנס. איז דא סיי וואספארע טשאנס, אז די מקור איז דא צו שטיפן א נאראטיוו, אדער אז ער האט א נטיה צו א געוויסע זייט? עס איז היבש מערקבאר פון אמאליגע מקורות, אז די פירערס האבן שטארק געגליכן צו מאכן פראפאגאנדע פון זיך און פון זייערע דעגרייכונגען, און היבש אסאך מאל גאר שטארק איבערגעטריבן מיט זייערע דעגרייכונגען. ממילא, אויב האבן מיר פונקט א דריטע זעלבשטענדיגע מקור, גשריבן דורך א נייטראלער צוקוקער, וואס האט פונקט געוואוינט דערנעבן, דאן איז דא גרעסערע טשאנס אז זייער ווערסיע פון די מעשה איז מער אקוראט ווי די פון די סעקטע וואס האט א נטיה צו איין ספעציפישע ווערסיע.

פערטנס. וויפיל צייט איז אריבער ציווישן די געשיכטע, און די צייט ווען די געשיכטע איז פארשריבן געווארן? דאס איז שוין פשוט. אויב אויב א שריפט איז געשריבן געווארן גאר נאנט צו די צייט ווען די געשיכטע האט פאסירט, דאן איז עס אסאך מער ווארשיינליך צו זיין אקוראט ווי א שריפט וואס איז געשריבן געווארן עטלעכע דורות נאך די געשיכטע האט פאסירט.

און צום שלוס, נומער פינף. אין וואספארא קאטאגאריע פון זשאנאר פאלט די שריפט אריין? א גרויסע טעות וואס אסאך מענטשן מאכן, און זענען נישט גערעכט, איז אז אלע אמאליגע שרייבער וואס האבן פארשריבן היסטאריע, האבן עס געשריבן אויף די זעלבע וועג ווי אזוי מיר שרייבן היינט היסטאריע. היינטיג צייטן פאלן היסטאריע ביכער זייער קלאר אריין אין די קאטאגאריע פון "נישט פיקציע", און איז געווענטליך געשריבן אין די פשוטע פאקטן וואס האבן פאסירט, פאקוסירנדיג אויף די פאקטן און פיגורן, פונקטליך ווי אזוי די געשיכטע האט טאקע פאסירט. אבער היסטאריע איז נישט אייביג געווען געשריבן אזוי. ווי ווייטער מען גייט צוריק אין צייט, זעהט מען אז ביי די אמאליגע מענטשן היסטאריע איז געווען א מעשה. און די עיקר נקודה פון די מעשה איז געווען אסאך וויכטיגער פאר זיי, ווי די פונקטליכע איינצלנע פאקטן.

אויב מיר טרעפן א פארצייטישע שריפט, וואס נוצט לשונות וואס מאכט אויסזעהן ווי די שרייבער פארציילט א מעשה וואס איז באמת אמאל געשעהן, דארפן מיר גוט איבערטראכטן צו עס מוז טאקע זיין אז די שרייבער האט אפגעשריבן א מעשה וואס איז באמת געשעהן, אדער ער קוט דא ארויסברענגען א נקודה און די מעשה וואס ער פארציילט כדי דאס ארויסצוברענגען, איז נאר א לעגנדע, און האט נישט ממש פאסירט.

משה רבינו.​


נאך די אלע הקדמות קען מען זיך שוין ענדליך נעמען צו משה רבינו, און איבערפרעגן די פינף אויבערדערמאנטע קשיות. אבער דאס מאל, מיט משה אין געדאנק .

די עלטסטע מקור וואס רעדט פון משה רבינו, איז ווי פארשטענדליך: די תורה.

לויט ווי עס שטייט אין די תורה, איז משה געבוירן געווארן אין מצרים דורכאויס די צייט ווען זיין פאלק - די אידן, זענען געווען קנעכט דארט. אלץ בעבי, איז משה אריינגעשטעלט געווארן אין א קאסטן אין די טייך נילוס, וואו ער איז שפעטער געטראפן געווארן דורך בתי', די טאכטער פון די קעניג פון מצרים. נאכן אויפוואקסן אין דעם קעניגליכער פאלאץ, האט משה אדורכגעפירט א מארד אויף א מצרי וואס האט געפייניגט איינע פון זיינע אידישע ברודער, און ער דערפאר האט ער געדארפט אנטלויפן צו די שטאט מדין, ווי ער האט דאן געהאט א הימלישע איבערלעבעניש ווען גאט האט גערעדט צו אים אין די פארעם פון א ברענעדיגע סנה בוים, און אים געהייסן זיך צוריקציקערן קיין מצרים צו ארויספירן די פארשקלאפטע אידישע פאלק פון מצרים, און זיי פירן קיין כנען, די צוגעזאגטע לאנד.

נאכדעם וואס דער אויבערשטער שיקט צעהן מכות אויף די מצרים, טוט משה וואס גאט האט אים באפוילן, און ער נעמט ארויס כלל ישראל פון מצרים.

דערנאך באקומען מיר די באקאנטע קריעת ים סוף מעשה, דאס געבן די עשרת הדיברות אויפן בארג סיני, און דאס וואנדערן אין מדבר פאר פערציג יאר. צום סוף פון די תורה האלטן מיר מיט ווי משה מעג נישט אריינגיין אין דאס הייליג לאנד, ממילא נעמט אים זיין תלמיד יושע איבער, און ער נעמט איין רוב כנען מיט א דראמאטישע מלחמה.

שטימט עס מיט די ארכעלאגישע באווייז?

פיין, יעצט לאמיר זעהן אויב די מעשה קען שטימען מיט די ארכילאגישע געפינסן. לויט ווי די תורה געבט אן, זענען ארויסגעגאנגען פון מצרים ארום זעקס הונדערט טויזנט מענטשן וואס זענען אלט געווען, ציווישן צוואנציג און זעכציג יאר. דאס מיינט אז רעכענענדיג די פרויען, קינדער, אינגע מענער אונטער די צוואנציג און אלטע מענער איבער די זעכציג, דאן איז די נומער לכאורה ארום צווי מיליאן. אזוי אויך לויט די תורה, האט משה געלעבט ערגעצוואו ציווישן די יארן 1500 און 1200 BCE.

אבער למעשה איז נישטא קיין שום ארכילאגישע באווייז אז אין די צייט (אדער אין סיי וועלעכע אנדערע צייט) איז געווען א פלוצלינדיגע פאפולאציע פאל פון צווי מיליאן מענטשן, אין אדער ארום מצרים. שוין אפגערעדט פון אפאר מליאן סאלדאטן וואס זענען געשטארבן אין איין טאג ביי קרית ים סוף. אזוי אויך איז נישטא קיין זכר פון צוויי מיליאן מענטשן רייזנדיג אין די סיני מדבר. אזוי אויך איז נישטא קיין זכר פון צוויי מיליאן מענטשן וואס זענען פלוצלינג אנגעקימען אין כנען, און דורכפירן שווערע שלאכטן אין א קורצע צייט אפשניט.

ווי אויך איז נישטא קיין שום אנדייטונג אין די שריפטן פון די מצרים פון יענע צייט, אויף עפעס אויסערגעווענליכע איבערלעבענישן וואס זיי וואלטן ווען געדארפט מיטלעבן ביי די מכות.

אסאך וועלן פראבירן צו ענטפערן, אז די מצרים זענען געווען געפערליך פארשעמט, און ממילא האבן זיי זיכער געמאכט אז עס בלייבט נישט איבער קיין שום שריפטן אדער איבערבלייבענישן פון זייער שרעקליכע דורכפאל.

אבער קודם לייגט זיך שווער אויפן שכל אז זיי האבן טאקע מצליח געווען אז ממש קיין איין איינצלנע ציווילע בירגער זאל זיך נישט פריוואט אפשרייבן די איבערלעבענישן וואס זיי זענען אריבער. און אפי' אויב יא, וואלט נישט געווען קיין שום מעגלעכקייט ווי אזוי צו באהאלטן די סמנים וואס א פאל אין פאפולאציע פון צוויי מיליאן מענטשן וואלטן ווען פאראורזאכט.

אבער אפי' מיר וועלן שוין יא אננעמען אז זיי האבן יא מצליח געווען, און קיין איין מצרי האט נישט גארנישט אפגעשריבן, איז אבער נאך אלץ זייער שווער, וואס האט אפגעהאלטן די שונאים פון מצרים אפצושרייבן די אומנאטורליכע מפלות וואס זייערע פיינט גייען דורך? מען וואלט ווען געדארפט זעהן אן איבערפלוס פון אזאלעכע שריפטן. ווי קען זיין אז אפי' איין שריפט איז נישט צום געפינען? עס לייגט זיך שווער אויפן שכל.

און אזוי אויך אין ארץ ישאל איז נישט דא קיין סיבה פארוואס ס'זאל נישט זיין קיין שום זכר פון די העראישע מלחמות וואס איז דארט פארגעגאנגען.

איז דא מערערע אידענטישע מקורות?

איינמאל די ערשטע שאלה איז שוין פארענטפערט, קען מען זיך ריקן ווייטער צו די צווייטע שאלה. איז דא מערערע מקורות וואס פארציילן אלע די זעלבע מעשה? די מעשיות וואס אנדערע מקורות פארציילן שטימט מיט די מעשה וואס די תורה פארציילט?

דו וועסט לכאורה זיין איבעראשט צו הערן אז עס איז גראדע דא אסאך ווערסיעס פון די משה מעשה וואס האבן צירקולירט צווישן די פארצייטישע שבטים און פעלקער. ווי למשל, אין געוויסע העלעניסטשע ווערסיעס פון די געשיכטע, איז משה בעיקר געדענקט פארן אויפבויען א שטאט און דערינען געבויעט א העלעניסטישער טעמפל. און דאס איז געווען אין מצרים, נישט אין ארץ ישראל.

אין אנדערע ווערסיעס האט משה מיט די הילף פון זייער גאט אויסגעטראפן די אלפעבעטן. לויט אן אנדערע ווערסיע איז משה געווען דער וואס האט צום ערשטע מאל איינגעפירט געשריבענע געזעצן...

לויט די רוימישע פארשער טעדיוס, איז משה יא ארויסגעגאנגען פון מצרים מיט די קנעכט, און זיי יא געפירט קיין ארץ ישראל, אבער אנשטאט פערציג יאר, זענען די קנעכט געווען אין מדבר פאר בלויז זעקס טעג... און נאכן אנקומען קיין ארץ ישראל האבן זיי געגרינדעט די רעליגיע פון וועלעכע די רוימישע רעליגיע האט זיך אויסגעפארעמט.

אבער די מערסט אינטערעסאנטע ווערסיע איז די ווערסיע געשריבן דורך די היסטאריקער "מנעטא" אין די צייטן פון די צווייטע בית המקדש. ער לערנט אונז איבער א שבט אין מצרים וואס ריפן זיך די "היקסאס". די גרופע איז אריגענעל געשטאמט פון כנען, אבער זיי האבן זיך פלאצירט אין מצרים. מיט די צייט האט זיך זייער כח געשטארקט, ביז זיי האבן צום סוף צייטווייליג געפירט די אונטערשטע חלק פון מצרים גלייך בעפאר די צייטן פון משה. ביז זיי זענען עווענטואל ארויסגעשטויסן געווארן צוריק קיין כנען.

אבער מנעטא פארציילט אונז אויך איבער א עגיפטישע פירער מיטן נאמען "אסארסעף", וואס האט געלעבט גלייך נאך די היקסאס צייטן. אין די מעשה, טוט פרעה פארשקלאפן א גרופע פון אפשטאמיג פון די היקסאס, און ער מאכט זיי פאר קנעכט, אבער דא איז אסארסעף אויפגעשטאנען, אין צוזאמען געברענגט און פאראייניגט די פארקנעכטעטע אנטקעגן פרעה, און פארמירט אן ארמיי אנטקעגן די פרעה. ער געווינט און ווארפט אראפ פרעה פון זיין טראן, און אסארסעף נעמט עס איבער. אסארסעף האט געפירט די לאנד פאר דרייצן יאר. אין די צייט צושטערט ער אלע בנינים פון אלע אלטע פרעה'ס, חוץ פון זיינע בנינים.

נאך דרייצן יאר איז ער געווארן באזיגט דורך דעם נייעם פרעה, און ווערט פארטריבן פונעם לאנד. ביי דעם פונקט האט אסארסעף באלאסן צו טוישן זיין נאמען פון אסארסעף צו... משה...

און אויף אט די משה איז געבויעט די רעליגיע אין וועלעכע מנעטא איז געווען אנגעשלאסן.

די געשיכטע וואס מנעטא פארציילט אונז, האט גאר מערקבארע ענדליכקייטן צו די געשיכטע וואס די תורה פארציילט איבער משה, אבער עס האט אויך גאר שטאקע חילוקים.

סיי מנעטא'ס געשיכטע, און סיי די תורה'ס געשיכטע האבן ביידע געוויסע פאראלעלן. אבער די אונטערשטע שורה איז, אז עס איז דא צענדליגע אנדערע געשיכטעס איבער א געוויסע "משה" אין די היסטארישע רעקארד, אבער קיין איינס פון זיי זעהט נישט אויס צו שיין שטימען מיט די משה פון וועלעכע די תורה רעדט.

וואס מען זעהט יא איז, אז אין יענע צייט איז געווען גאר פאפולער א געוויסע לעגענדע איבער עפעס א מאכטפולע מענטש מיטן נאמען "משה", וואס האט אדורכגעפירט עפעס א דורכברוך, און יעדע שבט אדער סעקטע האט גענימען די לעגנדע פאר זיך צו מסביר זיין ווי אזוי זייער פאלק איז צושטאנד געקומען. פארשטייט זיך אז יעדער האט אויסגעשטעלט דעם משה מיט די פאקטן וואס זיי האבן געוואלט ארויסברענגען איבער זייער רעליגיע.

אין אנדערע ווערטער, פון אלע אנדערע שריפטן, זעהט אויס ווי יעדע שבט האט אדאפטירט די משה פאר זיך, און עס איז נישט מסתבר אז די מענטש האט באמת עקזעסטירט, און האט באלאנגט צו איין געוויסע פאלק, נאר דאס איז אמאל געווען די נארמע פון יעדע רעליגיע. עס הייבט זיך אן מיט א גאט, און דערנאך איז דא משה. דאס הייסט, משה איז געווען וויכטיג אלץ א קאנצעפט, נישט אלץ פיגור.

ממילא קען מען פארענטפערן די צווייטע קשיא. ניין, עס איז נישטא מערערע מקורות וואס פארציילן די זעלבע געשיכטע. די אייציגסטע זאך וואס מיר האבן איז א געמיש פון ווערסיעס פון א לעגענדע וואס יעדע פון צענדליגע רעליגיעס האבן גענימען און פארדרייט לטובת זייער טיאלאגישע שיטות. דאס מיינט אז מען קען נישט אננעמען אז די געשיכטעס און פאקטן וואס די תורה פאציילט איבער משה, האט טאקע פאסירט אין די פאקטישע ריאלעטעט.

זענען די מקורות באיינפלוסט?

און וואס איז מיט די דריטע קשיא, איז דא א מעגליכקייט אז די מקורות פון וועלעכע מיר ווילן ארויסנעמען פאקטן איבער א געוויסע היסטארישער פיגור, האט געוויסע נטיעות און בייעסעס, אדער איז דא צו שטיפן א נאראטיוו?

אבער דא מיין איך אז עס איז אויסגעהאלטן צו זאגן, אז צום באדויערן עקזעסטירט נישט קיין שום מקור וואס פאציילט אונז איבער משה, און האט נישט גאר שטארקע נטיעות צו שטיפן א נאראטיוו. וויבאלד די עיקר נקודה פון די תורה איז דאך צו פארשפרייטן א ספעציפישע רעליגיעזע געדאנקענס-גאנג. נאכדערצו דערנאך וואס מיר האבן שוין געזעהן אז די פיגור משה איז ביי יעדע רעליגיע אראפגעלייגט געווארן אז עס זאל שטימען מיט זייערע רעליגיעזע שיטות און געדאנקען.

אבער די נישט תורה'דיגע מקורות, האבן פונקט אזוי נטיעות. מערסטנס פון די נישט תורה'דיגע מקורות זענען געשריבן געווארן אין לויף פון די העלעניסטישער צייטן, ווען שנאת ישראל איז געווען גאר שטארק אריינגעגעסן ביי די המון עם, ממילא איז זייער מעגליך אז דדי נישט תורה'דיגע ווערסיעס פון די משה געשיכטע, איז געווארן ספעציעל פאברעצירט כדי צו קענען אריינברענגען אנדערע ווערסיעס פון די אידישע ווערסיע.

איז דא א גרויסע צייט אפשניט?

צו די פערטע קשיא, וואס איז די צייט אפשניט צווישן די אפיציעלע צייט ווען משה האט עקזעסטירט, ביז די ערשטע אפציעלע מאל מען טרעפט איינעם רעדן פון דעם פיגור אין א נישט אידישער מקור?

ביי די אראבישער גייסטליכער "מוחמעד", איז די צייט אפשניט ציווישן זיין אפציעלע טויט, און די ערשטע מאל מען געפונט זיין נאמען דערמאנט אין א נישט איסלאמישע מקור, אכט יאר. ווידעראום ביי יאשקע איז די צייט אפשניט ציווישן זיין אפיציעלע טויט, און די ערשטע געפונס פון זיין נאמען אין א נישט קריסטליכער מקור, דריי און זעכציג יאר.

אבער ביי משה, איז עס שוין גאנץ אן אנדערע געשיכטע. די צייט אפשניט פון די אנגעבליכע טויט פון משה, און די ערשטע מאל וואס מען טרעפט די נאמען פון די משה (פון וועלעכע די תורה רעדט) אין א נישט אידישער מקור, איז בערך ניין הונדערט און ניינציג יאר... (שוין אפגערעדט אז לויט די פארשערס און לינגוויסטן, איז אפי' די תורה געשריבן געווארן, נישט פאר זיבן הונדערט יאר נאך די אפיציעלע טויט פון משה)

היוצא לנו מזה.​


ווען מען נעמט אין באטראכט די פאקט, אז די ארכילאגישע רעקארד איז זיך סותר מיט די תורה'דיגע ווערסיע פון די משה געשיכטע. און אז עס איז דא צענדליגע מקורות וואס קריגן זיך איבער די פאקטן ארום די משה געשיכטע. און אז אלע פון די מקורות האבן לכאורה שטארקע נטיעות צו שטיפן א געוויסע נאראטיוו. און אז אלע פון זיי זענען געשריבן געווארן הונדערטער אויב נישט טויזנטער יארן, נאך וואס משה האט אנגעבליך געלעבט. איז לכאורה יושר'דיג צו טראכטן, אז די איינציגסטע מסקנה צו וועלעכע מען קען צוקימען נאכן לערענען די רייד פון די תורה איז, אז משה איז לכאורה ענדערש געווען מער א לעגענדארער פיגור, ווי א אמת'דיגע היסטארישער מענטש וואס האט אמאל געלעבט.

דאס מיינט נישט אז ער האט פאר זיכער נישט עקזעסטירט. דאס מיינט פשוט אז די אינפארמאציע וואס מיר האבן איבער אים, איז לכאורה א צוזאמשטעל פון אמת און פיקציע. און מיר האבן נישט קיין שום וועג פון וויסן, וויפיל פון די פאקטן זענען טאקע אמת, און וויפיל דערפון איז פיקציע.


וואס איז די זשאנאר?

אבער עס איז נאך אלץ דא איין קשיא, אין וועלעכע מיר האבן נאכנישט אריינגעבליקט. און דאס איז: וועלעכער זשאנאר פון ליטעראטור פאלט די תורה אריין אין? ווי געשריבן אויבן, האבן אמאליגע מענטשן בכלל נישט געשריבן היסטאריע, אויף די זעלבע וועג ווי מיר שרייבן היסטאריע היינט. פאר זיי, זענען היסטארישע פאקטן געווען אסאך מער בדרך משל. זיי האבן נישט געשריבן היסטאריע כדי צו פרעזעווירן די פאקטן, זיי האבן עס נאר געשריבן ווען זיי האבן געוואלט ארויסברענגען א געוויסע נקודה. זיי האבן גאר אסאך געמישט פאקטן מיט פיקציע, כדי אז די נקודה וואס זיי האבן געוואלט ארויסברענגען מיטן שרייבן די היסטאריע זאל ארויסקומען אסאך שטערקער און קלארער, און נישט בלויז עפעס וואס פארצייכנט פשוט וואס עס האט פאסירט און ווען.

מיר געפונען אסאך גוטע עקזעמפלארן דערפון, טאקע אין אונזער תורה. ווי למשל, כאטש וואס ער איז געבוירן געווארן צו א פשוטע ארימע פאמיליע, האט משה צום סוף גענדיגט מיטן אויפוואקסן אין א רייכע קעניגליכער געזעלשאפט. דאס איז א גאר גאנגבארער טעמע וואס מיר טרעפן אין גאר אסאך אלטע געשיכטעס, ווען מען רעדט פון די היסטאריע פון איינער וואס האט שפעטער געהאט א גרויסע השפעה אויף אסאך מענטשן.

אפי' די פאקט אז ער איז אריינגעלייגט געווארן אין א קאסטן אין די טייך איז געווען א פאפולערע טעמע. אין א געוויסע לעגענדע וואס איז נאך אפי' עלטער ווי די תורה, פארציילט די פאלגענדע איבער "סארגאן פון אקאד" וואס האט שוין אפציעל געלעבט איבער טויזנט יאר בעפאר משה.

"My mother was a high priestess, my father I knew not."
"My high priestess mother conceived me, in secret she bore me."
"She set me in a basket of rushes, with bitumen she sealed my lid."
"She cast me into the river which rose not over me."
"The river bore me up and carried me to Akki, the drawer of water."

ווי אויך איז דא די ענדליכע לעגנדע, איבער א פרינצעסן וואס וואנדערט ארויס איין טאג פונעם פאלאץ, נאר צו אויסגעפינען ווי שווער לעבן איז, פאר די טאג טעגליכע דארפס-מאן.

אפי' קריעת ים סוף איז גאר ענדליך צו אסאך פארצייטישע געשיכטעס איבער מאכטפולע פיגורן. לאנג בעפאר די תורה איז געשריבן געווארן, איז אריבערגיין א וויכטיגע פארום פון וואסער, פאררעכנט געווארן, אלץ א משל פון אנהייבן א נייע שטאפל אין די לעבן, און איבערלאזן די אלטע שווערע לעבן אונטער זיך.


סך הכל.​


און אזוי קען מען גיין ווייטער און ווייטער. אבער די נקודה איז, די תורה איז א הערליכע און גאר מערקבארע שטיק ליטעראטור, וואס האט צוזאמגענומען פאפולערע טעמעס און משלים וואס איז געניצט געווארן אין יענע צייט, און האט דאס צוזאמגעוועבט צו פאבריצירן א נייע געשיכטע. א געשיכטע וואס ברענגט ארויס די געדאנק פון די היסטאריע פון די אידישע פאלק, פארטיידיגט און איז מסביר זייערע גלויבינגען. און פונקט ווי אפי' אמעריקאנער וואס זענען נישט קיין אפשטאמיגע פון די וואס האבן מיטגעלעבט די דעקלעראציע פון זעלבשטענדיגקייט, נאר זייערע זיידעס זענען אריינגעקומען אין אמעריקע אין די שפעטערע יארן, דאך וועלן זיי ווייטער סעלעברירן יולי דעם פערטן און זיי וועלן זיך באמת פרייען, וויבאלד עס איז געווארן א חלק פון זייער נאציאנאלע אינדענטיטעט. פונקט אזוי, אפי' אונזערע עלטערן זענען טאקע נישט ארויס פון מצרים, דאך איז די נקודה אז די געשיכטע און דאס וואס עס סימבאליזירט, געווארן א נאציאנאלע אינדענטיטעט פאר אונז. די פאקט אז עס איז נישט אן אמת'ע היסטארישע געשיכטע, פארמינערט נישט גארנישט פון די נקודה וואס די געשיכטע קומט ארויסברענגען.
 
מערערע ווערסיעס פון א געשיכטע ווייזט אז עס האט א קערנדל פון אמת, וואס אויף דעם האבען פארשידענע אומות געבויעט זייער המשך הדורות, קיין איינע פון די ווערסיעס איז מוקדם צו אונזער משה, קענען מיר אהנעמען מיט אמונה נכונה, אז אונזער ווערסיע איז היסטוריש , פאר איינעם וואס איז נוטה צו עקטשועל היסטוריה און עס זענען איהם שווער די נומבערס פון שישים רבוא, פלוס נשים וטף, און די שש מאות רכב בחור פון קריעת ים סוף ,מעג אהנעמען אז די נומבערס רעפרעזענטען א גרויס קהל פון מענטשען וואס זענען געגאנגען נאך משה בארץ לא זרועה און עווענטועל אהנגעקומען קיין ארץ ישראל אונטער די די פירערשאפט פון יהושע, נומבערס איז נישט וויכטיג , דער עיקר איז ויוציאנו ה׳ משם .
 
קודם כל אסאך היסטאריקער ווייזן אן אויף סאודיע אראביע אלס די מדבר וועג פאר די אידן אין מען ברויך נעמען אין באטראכט אז די אידן זענען נישט געווען געסעטעלט ציוועלעזאציע נאר נאמאדן אין געצעלטן און די פרעוועזאקישע כלים ווערן גרינג באגראבן און די מדבר זאמד אדער די זימפיגע געגנט פון די נולוס
 
דא באשרייבט איינער די טעאריע אז די סיני איז און מערב סאודיה
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
א געדאנק וואס איז שייך אהער כאטש עס האט נישט מיט דעם עצם נושא:

ווי מ'קען זעהן טוט דעי ארטיקל (און ענליכע אזעלכע, פון חברינו המוכשרים) ברענגן אומבאקוועמליכקייט (מילד גערעדט) צו א טייל פון אונזערע ברידער.

עס לאזט זיך קלערן אז אפשר איז פארשפרייטן אזעלכע ארטיקלען נישט קיין שיינע און ריכטיגע זאך צו טוהן.

אבער לעומת זה איז אבער קלאר אז די זכות פון די 'לינקע חברה' צו עקספרעסן זייערע אמונות ודעות טוט איבערוועגן די א.ד. קאנסערן, כל עוד מ'ארבעט נישט אויס א טיילונג וואס ארבעט פאר ביידע מחנות.
 
יאפ עס פילט זיך זייער אומבאקוועם נאכדערצו ווען מען איז אין א סאסייעטי וואס אויב איינער האט א ספק אין אפילו אן אות אין תורה משה איז אן אפיקורס וואס אין לו חלק בעולם האט שרעקעדיק פילט זיך עס נישט באטעמט
 
יאפ עס פילט זיך זייער אומבאקוועם נאכדערצו ווען מען איז אין א סאסייעטי וואס אויב איינער האט א ספק אין אפילו אן אות אין תורה משה איז אן אפיקורס וואס אין לו חלק בעולם האט שרעקעדיק פילט זיך עס נישט באטעמט
ממש אזוי פילן די מוסלעמענער ווען זיי ליינען אן ארטיקל קעגן די הייליגקייט פון איסלאם.

אבער גלייב מיר אז כיוון שעבר עבירה וכו' נעשית לו כהיתר...
נאך 3-2 אזאנע ארטיקלען בארואיגט מען זיך און מען ווערט מער באקוועם 😉🤪🤣
 
ממש אזוי פילן די מוסלעמענער ווען זיי ליינען אן ארטיקל קעגן די הייליגקייט פון איסלאם.

אבער גלייב מיר אז כיוון שעבר עבירה וכו' נעשית לו כהיתר...
נאך 3-2 אזאנע ארטיקלען בארואיגט מען זיך און מען ווערט מער באקוועם 😉🤪🤣
מען דארף זיין באקוועם מיט די אמונה אז אפילו מען איזעקספאוזט צו דעות פון השכלה און סייענס איז נאך אלץ דא גענוג פלאץ פאר אמונה מיט עדזשאסטמענטס
לויט די מאדערנע סייענס,און דאס האבען מיר פון דעם רמב״ם וואס האט מסדר געוועהן די עיקרים עס זאל שטימען מיט חקירה,און איינע פון די באקאנטע חידושים פון איהם איז דאס וואס ער מאכט אוועק די כח פון כישוף און אויך מערכת הכוכבים, מען מאכט עדזשאסטמענטס מיט די סייענס.וכן תעשו לדורות.
 
מען דארף זיין באקוועם מיט די אמונה אז אפילו מען איזעקספאוזט צו דעות פון השכלה און סייענס איז נאך אלץ דא גענוג פלאץ פאר אמונה מיט עדזשאסטמענטס
לויט די מאדערנע סייענס,און דאס האבען מיר פון דעם רמב״ם וואס האט מסדר געוועהן די עיקרים עס זאל שטימען מיט חקירה,און איינע פון די באקאנטע חידושים פון איהם איז דאס וואס ער מאכט אוועק די כח פון כישוף און אויך מערכת הכוכבים, מען מאכט עדזשאסטמענטס מיט די סייענס.וכן תעשו לדורות.
ביזט גערעכט. אויב די ציל איז צו בלייבן א מאמין נישט קיין נפקא מינה אין וואס, דאן איז דא גענוג און נאך וואס מען קען זיך קלויבן צו גלייבן וואס זאל נאך שטימען מיט סייענס.

אויב אבער וויל מען זיין א טראדיציאנאלער אידישער מאמין (גלייבן גענוי דאס אין וואס אונזערע זיידעס האבן געגלויבט) דאן ברויך מען אויפגעבן אויף סייענס, און לאגיק.
 
ביזט גערעכט. אויב די ציל איז צו בלייבן א מאמין נישט קיין נפקא מינה אין וואס, דאן איז דא גענוג און נאך וואס מען קען זיך קלויבן צו גלייבן וואס זאל נאך שטימען מיט סייענס.

אויב אבער וויל מען זיין א טראדיציאנאלער אידישער מאמין (גלייבן גענוי דאס אין וואס אונזערע זיידעס האבן געגלויבט) דאן ברויך מען אויפגעבן אויף סייענס, און לאגיק.
לפי דעתי דארף די אמונה זיך עוואלווען און ווערן רעפארמירט אין די מחשבה אויף אן אופן אז עס שטימט מיט סייענס,און אויב איז עס מיט א שינוי פון ווי אזוי די פריערדיגע דור האט געגלייבט- סאו בי איט- דאס האט מען ארויס פון דעם מהלך פון רמב״ם וואס האט אפגעלאכט פון כישוף קעגען משמעות פון חז״ל,און כאטש דער רמב״ן און די בעלי זוהר האבען נאך געגלייבט אין דעם כח,דוכט זיך אז היינט צוטאג געפינט זיך נישט א באוואוסטזיניג פערזאן וואס האלט אזוי.
דאס מיינט דער רשב״ם - לפי פשטות המתחדשים בכל יום .
 
לפי דעתי דארף די אמונה זיך עוואלווען און ווערן רעפארמירט אין די מחשבה אויף אן אופן אז עס שטימט מיט סייענס,און אויב איז עס מיט א שינוי פון ווי אזוי די פריערדיגע דור האט געגלייבט- סאו בי איט- דאס האט מען ארויס פון דעם מהלך פון רמב״ם וואס האט אפגעלאכט פון כישוף קעגען משמעות פון חז״ל,און כאטש דער רמב״ן און די בעלי זוהר האבען נאך געגלייבט אין דעם כח,דוכט זיך אז היינט צוטאג געפינט זיך נישט א באוואוסטזיניג פערזאן וואס האלט אזוי.
דאס מיינט דער רשב״ם - לפי פשטות המתחדשים בכל יום .
קען זיין דו דרייעסט דיך נישט צווישן פרומע חרדישע אידן, אבער דארט איז מער ווייניגער אלעס ביים אלטן (עכ"פ די אפיציעלע אנגענומענע מיינונג).

פארשטיי אויך אז די רגע וואס מען נעמט אן דיין מהלך איז דא 0 לאגיק צו ווייטער גלייבן אין סיי וואס, ווייל די איינציגסטע לאגישע סיבה אויף צו גלייבן אין עניטינג אפילו ס'איז נישטא קיין קלארע פרוף איז נאר ווייל אז "יענע גרויסע לייט" האבן אזוי געגלייבט אפשר האבן זיי געוואוסט עפעס וואס מיר ווייסן נישט. די רגע אבער מען פארשטייט אז זיי האבן געמאכט גרויסע טעותים דאן איז דא 0 לאגיק צו בכלל גלייבן אין עפעס.
חוץ אויב:
1. ס'איז דא קלארע פרוף (דאן איז עס מער נישט אמונה).
2. דו ווילסט גלייבן פשוט ווייל דו ווילסט גלייבן... האסט א פערזענדליכע עמאציאנאלע געברויך צו גלייבן, אבער דאן איז עס נישט אנדערש ווי די וואס גלייבן אין העררי פאטער, עיליענס און דראגאנען.
 
קען זיין דו דרייעסט דיך נישט צווישן פרומע חרדישע אידן, אבער דארט איז מער ווייניגער אלעס ביים אלטן (עכ"פ די אפיציעלע אנגענומענע מיינונג).

פארשטיי אויך אז די רגע וואס מען נעמט אן דיין מהלך איז דא 0 לאגיק צו ווייטער גלייבן אין סיי וואס, ווייל די איינציגסטע לאגישע סיבה אויף צו גלייבן אין עניטינג אפילו ס'איז נישטא קיין קלארע פרוף איז נאר ווייל אז "יענע גרויסע לייט" האבן אזוי געגלייבט אפשר האבן זיי געוואוסט עפעס וואס מיר ווייסן נישט. די רגע אבער מען פארשטייט אז זיי האבן געמאכט גרויסע טעותים דאן איז דא 0 לאגיק צו בכלל גלייבן אין עפעס.
חוץ אויב:
1. ס'איז דא קלארע פרוף (דאן איז עס מער נישט אמונה).
2. דו ווילסט גלייבן פשוט ווייל דו ווילסט גלייבן... האסט א פערזענדליכע עמאציאנאלע געברויך צו גלייבן, אבער דאן איז עס נישט אנדערש ווי די וואס גלייבן אין העררי פאטער, עיליענס און דראגאנען.
איך הער וואס דו זאגסט אבער אז איינער איז אפען צו די וועלט אננשויאונג און ער ווייסט אז יש חכמה בגוים און מען קען נישט זאגען אז זיי רעדן סתם דברים בטלים מוז זיך מסדר זיין אין זיין מח,עס זאל נישט א זיין א היפאקריסי פאר זיך אליין - לפי השמועה ווען די אמעריקאנער אסטראונאטן זענען אהנגעקומען צו די לבנה אין 1969
האבען געוויסע געהאט א פראבלעם מיט ווי אזוי זיי האבען זיך פאהרגעשטעלט די צורת הלבנה פון טובים מאורות , ביסלעכווייז האט מען זיך רעפאמירט די מחשבה אז די לבנה איז נישט מער ווי א דבר גוש ווי דער ערד קוגעל , און אויך די מזל מאדים האט מען אמאהל געמיינט אז עס האט עפעס א שליטה - עס שטייט אין תלמוד, און עס איז דא וואס שטופען אפ קידוש ווען ער איז כאילו שולט, און כהיום וויל אילון מאסק גיין וואוינען דארט , עס האט גארנישט קיין שליטה, איי עס שטייט אין תלמוד? , זאגט מען יענס איז געוועהן אמאהל, אבער לפי האמת איז עס געוועהן א דמיון ,
 
לעצט רעדאגירט:
איך הער וואס דו זאגסט אבער אז איינער איז אפען צו די וועלט אננשויאונג און ער ווייסט אז יש חכמה בגוים און מען קען נישט זאגען אז זיי רעדן סתם דברים בטלים מוז זיך מסדר זיין אין זיין מח,עס זאל נישט א היפאקריסי פאר זיך אליין - לפי השמועה ווען די אמעריקאנער אסטראונאטן זענען אהנגעקומען צו די לבנה אין 1969
האבען געוויסע געהאט א פראבלעם מיט ווי אזוי זיי האבען זיך פאהרגעשטעלט די צורת הלבנה פון טובים מאורות , ביסלעכווייז האט מען זיך רעפאמירט די מחשבה אז די לבנה איז נישט מער ווי א דבר גוש ווי דער ערד קוגעל , און אויך די מזל מאדים האט מען אמאהל געמיינט אז עס האט עפעס א שליטה - עס שטייט אין תלמוד, און עס איז דא וואס שטופען אפ קידוש ווען ער איז כאילו שולט, און כהיום וויל אילון מאסק גיין וואוינען דארט , עס האט גארנישט קיין שליטה, איי עס שטייט אין תלמוד? , זאגט מען יענס איז געוועהן אמאהל, אבער לפי האמת איז עס געוועהן א דמיון ,
דו זאגסט אינטערעסאנטע נקודות אבער ס'האט נישט צו אונזער שמועס.

אויב פארשטייסטו אויך אז חז"ל האבן געמאכט טעותים און זייער אמונה איז געווען געבויעט אויף טעותים, דאן וואס געבט אז איך זאל בכלל אנטהאלטן סיי וואס פארא אמונה וואס זיי האבן געגלייבט אין???
איז פאראן פרוף איז איין זאך, אבער אז נישט זענען זייערע ווערטער בכלל נישט מער ווי דברי אריסטו וכדומה (וואס כאטש זיי האבן געזאגט קלוגע ווערטער איז אבער קלאר אז זייער בליק אויף די וועלט איז געווען פאלש).
 
דו זאגסט אינטערעסאנטע נקודות אבער ס'האט נישט צו אונזער שמועס.

אויב פארשטייסטו אויך אז חז"ל האבן געמאכט טעותים און זייער אמונה איז געווען געבויעט אויף טעותים, דאן וואס געבט אז איך זאל בכלל אנטהאלטן סיי וואס פארא אמונה וואס זיי האבן געגלייבט אין???
איז פאראן פרוף איז איין זאך, אבער אז נישט זענען זייערע ווערטער בכלל נישט מער ווי דברי אריסטו וכדומה (וואס כאטש זיי האבן געזאגט קלוגע ווערטער איז אבער קלאר אז זייער בליק אויף די וועלט איז געווען פאלש).
מען גלייבט אין מעמד הר סיני, קבלת התורה שבכתב ובעל פה דאס איז דער יסוד ווי דער רמב״ם איז אזוי קלאהר מאריך אינדעם יסוד , און נאכדעם איז מצוה לשמוע דברי חכמים ווי ער זאגט ועשית ככל אשר יורוך
און צוזאם מיט די די י״ג עיקרים וואס ער איז מבאר אין פרק חלק אין עס איז חוזר ונשנה אין זיין מאנומענטאלער חיבור משנה תורה ספר היד הלכות יסודי התורה הפך בה והפך בה דארט זענען די יסודות, און פון דארט אין ווייטער האט מען שוין א בעיסיס צו ג׳יין מעלה מעלה .
 
לעצט רעדאגירט:
Back
Top