- זיך איינגעשריבן
- אפר. 15, 2025
- מעסעדזשעס
- 235
- רעאקציע ראטע
- 1,315
- פונקטן
- 213
פארוואס קען איך נישט ליב האבן צוויי ווייבער? פונקט ווי מען האט צוויי קינדער און ביידע האט מען ליב.אין @שעפטאל ’ס וועלט, פון האנטער געדערער איז עס פשוט. עס איז א גרויזאמע וועלט. פרויען קענען נישט דאס וואס מענער קענען. דארפן פרויען פארדינען זייער קיעפ. ממילא ווען מען האט א ווייב קען מען האבן זון. די זון העלפן האנטן, געדערן, און איינעמען שטחים. טעכטער? זענען נאר א לייעביליטי. ממילא די רגע זיי האבן ווערד, ד’ה זיי קענען האבן קינדער, האבן זיי א וועליו. און מען פארקויפט דאס פאר די העכסטע בידדער. דאס איז נויטיג פאר די סורווייוועל פונעם טאט׳ן און דאס קינד. און דערפאר פלעגט מען חתונה מאכן טעכטער אינג און פארקויפן פאר די העכסטע בידדער און די תורה שרייבט טאקע אז די געלט איז פארן טאטן.
ווען מען האט פילע ווייבער, האט מען פילע זון און מאכט ווי אויך טעכטער=געלט. אלעס איז אין סורווייוועל מאוד.און עס איז אויך א טובה פאר די ווייבער יעדע פרישע ווייב. ווייל עס העלפט סורווייוון.
לאוו און א רילעישנשיפ צווישן מאן און ווייבער עקזיסטירט נישט אין א גרויזאמע וועלט ווי יעדער פרובירט נאר צו סורווייוון. עס איז סטריקטלי א תוצאה פון קענען האבן די מענטעל ספעיס און כוח אויפצובויען א רילעישנשיפ וואס דאס איז געשען עז יומעניטי האט דעוועלאפד תענוג. איך למשל, קען מיך נישט זען חתונה געהאט צו צוויי ווייבער פשוט ווייל עס איז אן עקסקלוסיוו מיוטועל רילעישאנשיפ. אויב אבער וואלט איך געשפענד מיין טאג האנטן און געדערן, וואלט איך מסתם נישט געהאט דעם העדספעיס דא צו שרייבן און מסתם אויך נישט צו אינוועסן און א רילעישאנשיפ און איך וואלט געזוכט וואס מער ווייבער פשוט כדי צו קענען מאכן נאך קינדער.
די גאנצע מושג פון ודבק באשתו והיו לבשר אחד און שאר כסות ועונה איז א ביבלישע רעוואלוציע בימיו.
צווישן אונז, זענען דא פולע וועלכע האבן דעם פרימארדישע עדיטוט. זי דארף פארדינען איר קיעפ ער דארף פראוויידן. אלעס טעכניש. פולע מאל איז דאס וואס זיי האבן געזען ביי די עלטערן, עס קען זיין שיקלגרובערס שולד אדער נישט. געווענטליך מיינט מען נישט קיין שלעכטס מען ווייסט פשוט נישט אז עפעס פעלט.
מיין ווייב האט מיר געפרעגט, טאמער וואלט מען געמעגט האבן צוויי ווייבער וואלסטו חתונה געהאט מיט נאך איינס? איך האב גענטפערט אז, יא!
די ענטפער האט איר נישט געשמעקט, זי האט געפילט ווי זי ווערט געטשיד אויף.
איז קודם כל (דאס האב איך איר נישט געזאגט) פרעג נישט קיין שאלות אויב ביסטו נישט גרייט צי הערן די ענטפער.
אבער די עיקר (און דאס האב איך איר יא געזאגט) איך קען ליב האבן צוויי ווייבער פונקט ווי איך און די האבן ליב אלע אונזערע דריי קינדער. ליבע איז נישט עקסקלוסיוו.