א חידוש אין לאנדאן הבירה

חסידיש משפיע

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אוג. 11, 2024
מעסעדזשעס
189
רעאקציע ראטע
590
הגיגים איבער די פארברענגן "לאמיר זינגען" חוה"מ פסח תשפ"ה לונדון הבירה

די פענע איז צו ארעם צו שילדערען די מעמד אדיר און די אטמאספערע וואס איז געווען אין זאל ווען א ריזיגער ציבור פון איבער 1000 אידן האבן זיך צוזאמען גענומען צו זינגען ניגונים פון די אלטע היים מיט געשמאק און ווארימקייט.
דער עולם האט אנגעהויבן צו שטראמען אין די יסודי התורה זאללן ארום אכט פופצן ביינאכט ווי מאנכע האבן נאך בשעת מעשה געקויפט טיקעטס אריינצוגיין, די זאל איז געווען אויסגעשטעלט מיט הונדרעטע בענקלעך און יעדע האט זיך געטראפן זיין פלאץ מיט זיינע באקאנטע און זיך באקוועם געמאכט.
די זאל איז געווען טונקל - אביסל ווי שלש סעודות- צו ערמעגליכן די שעמעדיגע עולם צו זינגען אן א שטער- איך קען נישט אראפשרייבן פונקטליך די זייגער ווען מען האט געזינגען וואס ווייל מען האט ניטאמאל באמערקט ווי די צייט פליט אדורך.
די זאל האט אנגעהויבן ווערן באלאכטן מיט פארשידענע קאלירטע לייטונג און די נגינה קווייער בראשות רבי שמאי שווארץ זענען ארויף אויפן סטעידזש,
צום ערשט האט מען געהערט א רעקארדירטע מעסעדזש וואס האט מייסטערהאפטיג בארגריסט די עולם און באדאנקט די ספאנסערס פון די עיווענט. דערנאך האט די קווייער אנגעהויבן מיט א מארש און א סעריא פון אלטע ניגונים. רבי ישראל שטערן איז ארויף געקומען און באגריסט די עולם מיט טרעפליכע און בליציגע געדאנקן ארום די כח הנגינה און די כח הרבים און ארויס געברענגט אז יעדע איינער איז וויכטיג און אריינגעברענגט די עולם און די מצב פון זינגען, רבי שמאי האט צוגעלייגט אז בעצם איז כאילו מזינגט אינדערהיים מיט די משפחה נאר אויף א גרעסער פארנעם און אזוי האט מען אנגעהויבן זינגען צוזאמען, א ניגון פון בני יששכר, תפארת שלמה די ריזינער ניגון, אדון עולם און די עולם האט ווארים מיטגעזינגן, רבי שמאי האט אריינגעברענגט די עולם ביים זינגען די ד' בבות כפי המושר בחב"ד. מען האט געזינגן די קדושת לוי'ס ניגון און די אפטער רב לאמיר דעציילן די מעלות פון יודישע קינדער.
דערנאך האט רבי ישראל שטערן ווייטער גערעדט איבער די ניגונים פון די ת"ר יארן ארויסגעברענגט אז בשנת ת"ר איז ארפגעקומען א גרויסע אור אויף די וועלט און דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט ניגוני קודש,
רבי שמאי האט מייסטערהאפטיש אריינגענוצען די גאנצע עולם ביים באקאנטע ניגון "חד גדיא" און צוטיילט די עולם און דריי ווען יעדע קבוצה באקומט א אנדערע חלק הארמאני צי זינגען וינועו אמות הסיפים.
דערנאך האט מען געהערט פון רבי ישראל שטערן איבער די ניגונים פון די מלחמה יארן און מען האט געזינגען די בקאנטע אני מאמין מיט גרויסע התעוררות. רבי ישראל שטערן האט פארציילט איבער די ניגון יודע בגויים ווען און ווי די סקולענע רבי האט דאב מחבר געווען און מען האט דאס געזינגען מיט גרויס געשמאק.
דערנאך האט מען געזינגען די מודזיצע בצאת ישראל ווי רבי שמאי האט ווידער מיסטערהאפטיש אריינגענומען די גאנצע עולם און צוטיילט הארמני פאר יעדע קבוצה וכל העם רואים את הקולות בקול נעים גילת ורנן.
די מעמד דערנענטערט זיך צו ענדע ווי רבי ישראל באדאנקט אלע עוזרים ומסייעים און בליציש ארויס געברענגט אז לעתיד לבוא וועט זיין די הלכה ווי שמאי... דערנאך איז געווען א מחרוזת פון אלקא דיליה און פרוק ית ענך און מען איז ארויס מיט פייערדיגע טענץ צוענדיגן מיט בנה ביתך כבתחילה וכונן מקדשך על מכונו!
ומי שלא ראה פארברענגן זו לא ראה פארברענגן מימיו.
 
עס איז דא / גייט זיין א רעקארדינג פון דעם
 
יעפ, געווען א חידוש פון א מעמד!
שמאי איז ארויס דער שטערן פון דער נאכט!
בעני איז געווען היבש צוריקגעצויגן לדעתי.
ישראל שטערן פראבירט זיך צו האלטן יונג, אן קיין סך ערפאלג.
און די לייטינג? א טאטאלע דיזעסטער!... אבער נישט פאר דעם זע'מיר געגאנגען.
 
המשך:
די עולם נאכן דריי שעה פון קורת רוח דריקט זיך אויס: פשש "לונדון קען" "לונדון האט באוויזן".... אבער לדעתי מורי ורבותי איז דאס נישט די ריכטיגע הגדרה, נאר די צוויי ינגערלייט וואס האבן דאס צוזאמגעשטעלט האבן באוויזן! רבי סנדר ראזנבערג און רבי זלמן גאלדמאן צוויי וויזנשיצע יונגערלייט חסידים פון רבי דוד בן סימא מירל זיי האבן באוויזן! זיי האבן געהאט א חלום און זענען נישט געשלאפן נאר מוציא געווען מן הכח אל הפועל! עס זאגט זיך לייכט "לונדון באווייזט" "לונדון קען" און עס ברענגט נישט ארויס די די אמתע לימוד וואס קען ארויס נעמען פון די מעמד נורא הוד.
נאך א וויכטיגע נקודה וואס מיר האבן געזעהן ביים מעמד, די עולם האט געשמאק געזינגען מיט א ווארימקייט אונטער די הנהגה פון א טאלאנטפולע אינגערמאן וואס קען זינגען, מען האט געשעפט יראת שמים, מען האט געפילט קאנעקטד, עס האט אונז געוויזן אז מברויך נישט דווקא א טיש ווי די רבי עסט פיש מיט די הענט און טיילט שריים לנדיבי העם בשעת די עולם קוקט צו מיט נייגער אדער קנאה, ביים מעמד איז די גאנצע עולם געווען אינוואלווד לא ניכר שוע מפני דל, ולא בעי געבלימטע בעקישע לעורר לבבות און צו ברענגן א געשמאק פאר כלל ישראל..
א וויכטיגע הוראה פאר איינע וואס וויל מאכן אזא מעמד, ביים סוף פון די מעמד האט רבי ישראל שטערן באדאנקט די רבנים וראשי ישיבה ויהי לפלא וואס האבן זיי דען געטאן? די תירוץ איז טאקע "גארנישט" מען האט זיי באדאנקט פאר נישט שטערן.... ווי אזוי איז דאס טאקע צושטאנד געקומען, ווייל מען האט זיך "דורכגערעדט" מיט זיי פאר די מעמד און זיי געלעקט במקומות הצריכים ליקוק כדי שיסתמו פיהם און זיי זאלן פילן אז זיי זענען אין קאנטראל, קומט זיך זיי א דאנק פאר'ן נישט שטערן. ולכן ווען אימער איר ווילט מאכן א מעמד מאכט זיכער צו חנפנן און ארייננעמען די וואס קענען שטערן די מעמד, וחפץ ה' בידכם יצליח
 
לעצט רעדאגירט:
וויכטיגע הוראה פאר איינע וואס וויל מאכן אזא מעמד, ביים סוף פון די מעמד האט רבי ישראל שטערן באדאנקט די רבנים וראשי ישיבה ויהי לפלא וואס האבן זיי דען געטאן? די תירוץ איז טאקע "גארנישט" מען האט זיי באדאנקט פאר נישט שטערן.... ווי אזוי איז דאס טאקע צושטאנד געקומען, ווייל מען האט זיך "דורכגערעדט" מיט זיי פאר די מעמד און זיי געלעקט במקומות הצריכים ליקוק כדי שיסתמו פיהם און זיי זאלן פילן אז זיי זענען אין קאנטראל, קומט זיך זיי א דאנק פאר'ן נישט שטערן. ולכן ווען אימער איר ווילט מאכן א מעמד מאכט זיכער צו חנפנן און ארייננעמען די וואס קענען שטערן די מעמד, וחפץ ה' בידכם יצליח
און טאקע בשעת'ן 'באדאנקען' די רבנים וראשי ישיבה, האט זיך געהערט א הילכיגע קמץ "באאא" פון די בחורי'ישע רייען - א זאך וואס האט ווידער באוויזן דעם אכשר דרא פון וואס ישראל שטערן האט גערעדט בעפאר...
 
און טאקע בשעת'ן 'באדאנקען' די רבנים וראשי ישיבה, האט זיך געהערט א הילכיגע קמץ "באאא" פון די בחורי'ישע רייען - א זאך וואס האט ווידער באוויזן דעם אכשר דרא פון וואס ישראל שטערן האט גערעדט בעפאר...
פון רבי טיקל:

Saying Boo to Rovs
 
לעצט רעדאגירט:
Back
Top