אנקעטע חילול שבת - ניצן די פאון

ניצסטו דיין פאון שבת?

  • חלילה קיינמאל

    Votes: 42 62.7%
  • יא, איך האלט אז עס איז נישט ממש אסור

    Votes: 5 7.5%
  • יא, איך האב נישט קיין פראבלעם מיט חילול שבת

    Votes: 11 16.4%
  • אמאל פאל איך דורך אבער נישט אפט

    Votes: 9 13.4%

  • Total voters
    67
בקיצור און אנדערע ווערטער קומסט דא דרייען א קאפ
האסט אנגעהויבן אז אין להרהר אחריו און דא ביזטו שוין מודה
דיין קאפ זיך איך נישט צו פארדרייען ער איז מונח במקומו
ספעציעל אז דו ביסט מתייחס נאכען זיידע וואס רבים הלכו לאורו
עס קען זיין אז אנדער קאפ ווערט יא פארדרייט
און דאס קען אמאהל זיין א דבר טוב
אילו לא באתי אלא בשביל זה די
 
להבהיר הענין - צופארדרייען א קאפ - קען מען מיט בינה והשכל מחלק זיין, ביי די זאכען וואס עס איז דא מנהג ווי
אזוי מען פיערט זיך איז א וודאי נהרא נהרא ופשטיה לדוגמא ביי איסור חדש איז דא רוב ראשונים האלטען אז עס איז נוהג אין חוץ לארץ , און עס זענען דא וואס זאגען אז עס איז נישט נוהג , האט יעדער איינער א מסורה ווי אזוי מען איז זיך נוהג להלכה , אבער ביי א סעל פאון אום שבת איז נישט דא קיין מתירים למעשה , קען מען בריוח צורעכענען דעם חזון אי״ש פאר א טעם לאיסור, א
היתר איז עניוועי נישטא.
 
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
Back
Top