א גאר לאנגער מעסעדזש וואס שרייט ארויס טראומה, און האפענונג.
לענ"ד אבער איז די טראומא דאס וואס מאכט מיר זייער פעסעמיסטיק.
אויף די מינוט שיינט עס אז יאפעד ארבעט מיט די רעליגיעזע מאטא פון "מען דארף טוהן, נישט אויפטוהן" (לכאורה איז די טראומא דאס וואס איז גורם אז זיי זאלן קלאפן קאפ אין וואנט).
ס'איז ביי מיר ברור כשמש, אז די מהלך פון יאפעד בעקפייערד אויף א שרעקליכער פארנעם.
אויב אין די פארגאנגענהייט האט מען אפט געקענט הערן מענטשן ביי אונז וואס רעדן זיך אפ אויף די שוואכע לימודי חול ביי אונז, האט זיך דאס אבער היינט כמעט ווי גענצליך אפגעשטעלט.
קיינער וואגט זיך היינט מער נישט צו רעדן דערפון אין ביהמ"ד, ווייל דו וועסט דאך ווערן באטראכט ווי די פיינטליכע יאפעד...
און אפילו פאראן אזעלכע וואס שטיצן גאר שטארק לימודי חול, אבער ס'באדערט זיי אז די רעגירונג מישט זיך ביי אונז, בשעת זייער סיסטעם איז אזוי דורכגעפוילט. ס'פילט זיך זיי ווי עפעס נישט יושר'דיג גייט דא פאר.
ביי די יושר'דיגע סארט מענטשן, איז די גאנצע לימודי חול פרשה געווארן אזא בחינה ווי אוי לי אם אומר ואוי לי אם לא אומר...
בקיצור. צווישן די חרדישע אידענטום זעלבסט, האט יאפעד אויפגעטוהן איין זאך: אוועקגענומען יעדעס ביסל ווינט וואס ס'איז נאך געווען פרא לימודי חול.
ליידער פון די אנדערע זייט, האבן זיי גארנישט אויפגעטוהן.
נוצן די רעגירונג אלס א שטעקן צו פרובירן "צווינגען" פארנאטישע ברעינוואשעדיגע חברה האט גאר שוואכע טשאנסן צו ארבעטן!!!
אזאנע זאכן ברויכן געטוהן ווערן מיט מח, נישט מיט כח.
ווען יאפעד שטופט ענדערש פאר א געזעץ וואס וועט שיין באצאלן פאר עלטערן וואס שיקן טאקע אין מוסדות התורה אבער מען לערנט אויך נארמאל לימודי חול, וואלט זיך עס פיל שענער אויסגעארבעט.
למשל:
געבן 12,000 -פער קינד- פאר עלטערן וואס שיקן אין מוסדות התורה וואס קומען נאך די נארמאלע לימודי חול פארלאנגען, וועט גורם זיין צו אן עקספלאוזשן פון פרישע מוסדות וואס וועלן זיך פארמערן ווי שוואמען נאך א רעגן.
מוסדות וועט ווערן א ביזנעס, און ס'וועט זיך לוינען אפילו פאר ביזנעסלייט עס צו עפענען, און נישט נאר פאר די קהילות מיט זייערע אגענדעס.
(נישט פארגעסן אז אפילו 12,000 פער קינד, איז נאך אלס פיל ווייניגער ווי דאס וואס די רעגירונג שפענדעט אויף א פאבליק סקול קינד).
און פארשטייט זיך אליינס אז אויב יאפעד זוכט דא דעם תכלית, וואלטן זיי נישט פארלאנגט מען זאל לערנען ממש אלעס וואס ווערט געלערנט אין די 2025 פאבליק סקול סיסטעם.
זיי וואלטן זיך באגנוגט מיט א קוריקולעם וואס אנטהאלט שטארקע ענגליש, מאטעמאטיקס, סייענס און אנדערע וויכטיגע יסודות, וואס וועט זיי ברענגען אן היי סקול דיפלאם, און א מעגליכקייט צו גרינגערהייט גיין אין קאלעדזש (פארשטייט זיך מיט טעסטס און אנדערע וועגן צו ווייזן אז מען שפילן זיך נישט ארום).
צו לערנען אויף די חשיבות פון LGBTQ און אנדערע מאדערנע געדאנקען, איז צייט פאר שפעטער.
ס'וועט פון אונזערע קינדער גארנישט פעלן טאמער וועלן זיי באקומען די סעקולארע חינוך וואס מען האט געגעבן אין די פאבליק סקולס 20 יאר צוריק.
All due respect
יעדער אין קרעמל איז וועלקאם צו זאגן א מיינונג, אבער דאס איז א ספעציעלע אידישע זיצן אויסגעשטרעקט אויפן סאפע קייען פאפיטעס מיינונג.
קאם אן קוועטשן קען יעדער, און דו הרצחת וגם ירשת, דו קעשט נאך איין אויף אוועקמאכן וואס מ'טוט אז נישט נאר איז עס נישט גוט, נאר דאס בעקפייערט.. רעדן רעדסטו גרויס, וואס האס
טו געטוהן? אויב האסטו קינדער האסטו גערופן א מנהל, א פרינציפעל? און אויב האסטו נישט האסטו געשטופט דיין נענסטע חבר? געגעבן געלט פאר יאפעד זיי זאלן קענען אנגיין?
אויסער זאגן ס'איז נישט גוט האסטו עפעס געטוהן פון דיין זייט?
יאפעד האט אסאך אויפגעטוהן ביי די וועי זאלסטו וויסן, די פאקט אז זיי זענען נאך אלס דא, און די עולם זעהט אז ס'גייט נישט וועקעישן האט געגעבן אן ערנסטע שטופ, און איך רעספעקטפולי דיסעגרי מיט דיין טיימליין, אז אמאל האט מען כאילו געהאמערט אין דעם און יאפעד האט עס אונטערגעברענגט, די פריידי וויזל אפעלדזשעטיקס איז ריין פאנטאזיע, פונקט פארקערט! 5-6 יאר צוריק האט מען נישט געקענט הערן א מענטש דיפענדן יאפעד און היינט וויבאלד ס'גייט שוין אן אזויפיל יאר און ס'איז נאר געווארן מער אויפגעפיקט, טאקע קאנטערווערסיאל, אבער די עולם וואס האט זיי עמטליך פיינט האט דאך געזעהן אז זיי זענען מער ווי רעדן, נאך די ניו יארק טיימ'ס און די באורד אף רידזשענטס וואוט, אויב ביז דאן האט זיך איינער געדאוד, האט דעמאלטס געזעהן אז די זאך איז מער ערנסט, ווייל מ'האט געזעהן די אינפלוענס, טראץ וואס די 777,000 קאמענטארן וואס די ציבור האט געשיקט, איז עס געווען א דורכפאל פון זייער זייט יעצט איז עס די אנדערע וועג...
עגעין מיר רעדן נישט פון די עולם וואס ביי זיי האט זיך די מיינונג קיינמאל נישט געטוישט, מ'רעדט פון געווענליכע בעל בתים, צו יונגערע יונגעלייט וואס זענען נישט אזוי פארגלייבט אין אלעס ווי די שמאלציגע סמעטענע, ביי די עולם, זעה איך זייער שטארק אז די אלע תירוצים וואס זיי האבן געגעבן 6 יאר צוריק און 8 יאר צוריק, האט זיך געטוישט פון ”תלי מאסטער איז נישט די מענטש” און ”ס'וועט קיינמאל זיך נישט טוישן” און ”אויב מ'גייט לאזן וועט זיין השכלה” צו א לשון פון א שאלה, א רגע יאפעד טוט יא אויף? ”האלסט מ'גייט אמאל טוישן? ווייל איך האלט בעצם זיי זענען גערעכט” און אזעלכע סארט אפטימיסטישע פראגעס און סטעימענטס, און די אנטי גאווערמענט טויש קומט אויסדריקליך נאר פון אינעווייניג האט זיך עטוואס איינגעשטילט...
So for starters האט יאפעד מיטן בלייבן the course ווי מ'זאגט אויפגעטוהן אז די אויפמערקזאמקייט ביים ציבור האט זיך היבש גערוקט צו די גוטע זייט, וואס מ'שמועסט צוזאמען הויעך ביים ליינען איז נישט קיין ראיה, יעדער פאר זיך וואס זיי האלטן שטילערהייט דאס איז וואס מעטערט, איך ווייס דאך יא אז יאפעד באקומט מעסעדזש'ס און אימעיל'ס און נדבות פון מענטשן אינעווייניג, טאקע אסאך העיט און דיינע מינע סיניסיזם אבער גענוג יונגעלייט קומען צו זיי מיט חיזוק אויך, און אפילו פאר העלפ ווי זיך צו ווענדן ווייל זיי מוטשענען זיך.
פאפיטעס אויפן סאפע און גארנישט טוהן, ווס. דעטע...
יעצט איך עגרי מיט דיר הייס אז געלט וואלט אסאך געהאלפן סיי מיט מאטיווירן עלטערן און סיי מיט מאטיווירן אדמיניסטראטור'ס וואס קענען נישט אויפנעמען קיין בעסערע טיטשערס פאר נארמאל באצאלט, און אימפראוו'ן אלע פראבלעמען מיט די קאריקילום וואס דארפן שיניום. אבער דעמאלטס מוז מען אטאמאטיש מודה זיין אז... אז וואס? אה אז די סטאטוס קווא טויג טאקע נישט!
מ'האלט אבער נאכנישט ביי קיין 12,000 דאלער מיין פריינט, ווייל די חרדים אין פאליטיק וואס רעפרעזענטירן נישט די עלטערן'ס אינטערעסן, שטופן צוריק און פארלענגערן אלס מער און מער די אישאו, און נאכדעם זענען דא אזעלכע סאפע זיצערס ווי דיר וואס זאגן אז ס'פאסירט גארנישט אה... לאמיר אראפרייסן דאס ביסל וואס מ'האט יא אויפגעטוהן אז דאס איז נישט גוט, און יענס בעקפייערד, אן לייגן פינגער אין קאלט וואסער און איינזעהן ווי שווער ס'איז באמת און ווער ס'שטערט!
יאפעד האט קיינמאל קיינמאל קיינמאל נישט געזאגט מ'זאל לערנען אלעס, דאס איז נישט וואס די געזעץ איז, און וועט קיינמאל נישט זיין, אויב יא וואלטן נאך די קאטוילישע סקולס נאך זיך געראנגעלט מיט די 2018 גיידליינס וואס מ'האט ארויסגעווארפן ווייל אפאר פון זיי האבן געשריגן ס'איז נישט גוט, אויך א גוטע וועג צו זעהן אז די סטעיט וויל ארבעטן מיט די סקולס, ס'ווערט אבער זייער שווער ווען די פרומע סקולס זאגן קיש מיך... While זיי רעדן דיר נאך פיין איין אז די גאווערמענט ”מישט זיך אריין”
האסט א ברירה, נעם נישט געלט פון די מדינה און די גאנצע זאך גייט אוועק היינט!! שטותים מיט שטותים. מ'זאגט מ'דארף לערנען math science history social studies health hygiene ארומלויפן און שפילן ספארטס ווייל די סייענס זאגט אז ס'איז גאר געזונט פאר יונגע קינדער וואס זיצן ביי די גמרא טישל א גאנצע טאג.... מ'דארף נישט לערנען עוועלושן! מ'דארף נישט לערנען אלעס! ס'מוז זיין equivalent not identical