היסטאריע געבראכן: זהאראן מאמדאני ווערט מעיאר פון ניו יארק

באריכט איבער מאמדאני'ס פלאטפארמע פאליסיס אפדעיטס:

אין די ערשטע וואך פון די איינשווערונג האט מר. מאמדאני געהאלטן זיין פאקוס אויף האוזינג און זיך גענומען ארבעטן אויף איינע פון זיינע צוזאגן פון נאכגיין שלעכטע לענדלארדס וואס פירן זיך נישט על פי חוקי הסיטי. ער איז נאכגעגאנגען לענדלארדס מיט ווייעלעישנס, אין א טאפלטע פארזוך איינצוהאלטן זיין צוזאג איבער דעם, פלאס זיין צוזאג איבער אויפרייניגן די סיטי'ס ווייעלעישן דעסק (זעה פלאטפארמע וועבסייט אויפן ערשטן בלאט) און אויפנעמען פרישע באאמטע דאס צו העלפן צאמנעמען פאר די סיטי אין איין פארזוך צו בעלענסן די בודזשעט. געהערט פון א נאנטע סאורס אין די קאמפיין אז מ'האט זיך געטראפן מיט א 20 ביליאן דאלערדיגע דעפיציט וואס אפילו מאמדאני אליין האט זיך נישט גערישט אז ס'איז אזוי שלעכט, דאס רעיזט די סטעיקס פאר אים, אבער מ'קען עס אנקוקן אביסל מליץ יושר'דיג אז די פריערדיגע האבן אים דא איבערגעלאזט יענע חזיריי און דאס גייט שוין ווארשיינליך צוריק אפאר מעיאר'ס.

א שטייגער האט ער פרובירט צו שטערן דאס סעיל פון 83 פראפערטיס פון פיניקעל ריעלטי - א גרויסע קאמערשל בראוקערידזש אין די סיטי - באריכט די ניו יארק טיימס - פון זיך פארקויפן צו א נייע אייגנטומער זיין אדמיניסטראציע גיט אן זענען אין נישט גוטע אומשטענדן, נאך יארן פון קאמפלעינטס פון ניגלעיקט און שלעכטע מעינטעינענס, מאמדאני פרובירט צו לייגן א יד אויף די אפארמענטס וואס זענען שוין רענט סטעבילייזט יוניטס אפצוהיטן די טענענטס בשעת די קאמפאני פיילט פאר בענקראפטסי. לויט מאמדאני האט די פירמע באקומען 5000 ווייעלעישנס און איבער 14,000 קאמפלעינטס אין אירע 83 בילדונגס פון צובראכענע סילינגס, קרעקד טיילס און ראסטיגע פייפס. און די סיטי'ס חשבון איז אפצקויפן די 83 בילדונגס ביים ביד'ן די העכסטע ביים אקשן אזוי ארום זאל די סיטי דאס קענען קאנטראלירן און נישט עס זאל גיין צו נאך א פריוואטע אייגנטומער וואס וועט מעגליך אויך פארנאכטלעסיגן דאס פארנאכטלעסיגטע. Cea Weaver די דירעקטאר פון די פריש אויפגעשטעלטע אפיס פון טענענט פראטעקשן, איז געשטעלט אויף די אקציע. פיניקעל טענה'ט אז דאס קומט וויבאלד די סיטי'ס רעגולאציע'ס אונטערדריקן זיי פון זיך ערלויבן צו באצאלן פאר די טייערע קאסטן פון מעינטענעס און אינטרעסט רעיטס און פיילט פאר בענקראפטסי טענה'נדיג אז זי האט נישט קיין שום cash on hand אבער געריכט דאקומענטן שלאגן פאר אז פיניקעל איז נישט געווען טראנספערנט אנבאלאנגט אירע פינאנצן אריינגערעכנט פריאריטיזירן דאס שפענדונג אויף אדמיניסטראטיוו איבער אדרעסירן פראבלעמען פון די באקלאגנדע טענענטס.

למעשה איז זיין פראוו דורכגעפאלן ווען א באנקראפטסי ריכטער האט געפס'קנ'ט לטובת די נייע פירמע וואס הייסט Summit Properties USA

Legal Aid Society און אנדערע טענענט גרופעס זאגן אז זיי וועלן ווייטער לייגן דרוק אז די נייע פירמע זאל פארעכטן די פראבלעמען, טראץ די נייע אפקויףץ

מאמדאני האט אין די day 4 פארשפראכן רענטעל ריפ אף הירינגס אין די סיטי און האט אויפגענומען דינה לעווי (א איד?) געוועזענע ראטגעבער און געהילף פאר סטעיט אטורני דזשענערל, אלס Department of Housing Preservation and Development וואס זי איז געשטעלט זיך אנצונעמען פאר טענענט רעכטן אויף וואס מאמדאני איז ארויסגעקומען גאר שטארק. לעווי איז געשטעלט צו העלפן איבערקוקן א פלאן צו בויען פרישע 200,000 אפארדעבל יוניטס איבער די נעקסטע צען יאר. לעווי האט א רעקארד פון פירן סטעיט'ס האוזינג עידזשענסי און איר מארגעטדזש עידזשענסי.

רענטל ריפ אף הירינגס זענען פארגעקומען איבער די פינף בארא'ס אלס די ערשטע פארזוך צו סימבאליזירן א טענענט פריינטליכע אדמיניסטראציע. איך האב נאכנישט געליינט מער דעטאלן וואס מ'האט דארט אויסגעשמועסט.

אין די זעלבע צייט קומט פאר א נורס סטרייק ווי נורסעס פון 5 שפיטעלער זענען שוין נישט אין ארבעט פאר 4 וואכן אן קיין פעי טשעק די שפיטעלער זענען: קאלאמביע, מאונטיפיוארי, מאונט סיני, מאונט סיני וועסט, מאונט סיני מארנינגסייד. מאמדאני איז א שטארקע שטיצער פון יוניענס און מ'האט אים געזעהן שטיין מיט די 1199 יוניען אין עלמהורסט קווינס האספיטעל, און ער האט באקומען זייער אינדארסירונג און האט זיך זייער קלאר ארויסגעשטעלט אז ער וועט שטיצן לעיבאר יוניען און האט טאקע געקריגן די אינדארסירונג פון די New York Central Labor Council א פאראיין וואס רעפרעזענטירט מערערע יוניענס וועלכע נעמען אריין א מיליאן ארבעטער אין ניו יארק. מ'מוז קלארמאכן אז דאס איז נישט א statewide שפיטאל סטרייק נאר א ספעציפישע סטרייק פון די נורס יוניען וועלכע פארלאנגען מער באצאלט, בענעפיטן און סעיפטי פון געוואלדטאטן אין די ארבעט. עס איז ערווארטעט אז די שפיטעלער וועלן זיך פשטות צושטעלן צו זייער פארלאנג און קומען צו אן עגרימענט.

מאמדאני האט עטליכע מאל פארשפראכן אז ער וועט נישט טאלערירן סיי וועלכע האסע קעגן אידן און האט שוין עטליכע מאל נאך אפילו פארן אפיצעלע איינשווערונג געשריבן זייער שטארקע מעסעדזש'ס קעגן אנטיסעמיטיזם, שטעלנ'דיג אין שאטן אפילו פרעזידענט טראמפ אדער וויצע פרעזידענט ווענס'ס רעאגירונג צו די באנדי אטאקע אין אויסטראליע אדער ווענ'ס קאלטע פאוסט איבער יום השואה וואס האט ניטאמאל געהאט די ווארט איד אין זיך איינמאל. אויך האט מען אים געזעהן ביי די טרויעריגע טאג ווען א בייזוויליגע גייסטיגער ווייסער פון ניו דזשערזי מיט א רעקארד פון טארגעטס אויף חב"ד אין ניו דזשערזי איז אריינגעפארן אין די סיידוואלק ביי די 770 ליבאוויטש'ע שוהל. מיר ווייסן ערשטהאנטיג אז יענע טאג איז געווען פלאנירט א גאר וויכטיגע זיצונג אויפן אגענדע און נאר וועגן די אינצידענט האט מען עס מבטל געווען.

ווען נאך פרטים וועלן אריינקומען אין די נייעס וועלן מיר זיך אנשטרענגען עס ארויפצושטעלן פאר אייער צופרידנהייט, און צוהאלטן די שנירל פאר א ערנסטע נייעס שנירל.
 
איך האב הערשט איצט אריינגעטרעטן דא אבער ווער זאגט אז רוב יודן אין די סיטי ווערן נישט רעפרעזענטירט דורך א יאפפעדניק?

דער היימישער עולם כאפט נישט ווי ענטייטלד מיר זענען, יודן אין די סיטי זענען בערך 10% (8-900k) פון די פאפולעישן, אלע יארן זענען מיר געווען בני בית אין גרעיסי מענשאן כאילו מיר זענען 70% פון די סיטי, נאכמער, פון די 8-900k זענען קוים א דריטל אין ברוקלין (וואס רעכנט אריין גענוג וואס זענען ליבעראל/פריי), דאס איבריגע זענען מערסטנס פון מאנהעטן און קווינס וואו יאפפעד איז בכלל נישט קיין אישו און/אדער רעספעקטירט,
ביי די פארגאנגענע וואלן האט מאמדאני נישט באקומען קיין 10% פון די פרומע וואס בשעת אין די אנדערע יודישע געגנטער האט ער באקומען פיל מער, האבן מיר די אראגאנץ צו פארלאנגען אז ער זאל דווקא אריינשטעלן איינעם וואס רעפרעזענטירט די מינאריטעט פון יודן וואס האט אים (און טוט נאך אלס) געשפיגן אין פנים? עס איז נאך א נס אז צו אינדיג וויל ער יא רעדן.

די לעצטע 10 יאר האבן מיר גענומען א מהלך פון א self fulfilling prophecy, מען רייסט אראפ פובליקלי עלעקטעד דעמאקראטן אויף שטותים, ביי וואלן וואוט מען פאר רעפובליקאנער צו "ווייזן פאר די פארשטינקענע דעמאקראטן" און דערנאך וויינט מען מיט קראקאדיל טרערן פארוואס דער דעמאקראט גיבט דיר נישט אפענע טירן אין אלבאני/סיטי האלל, רעב יוד! דו ביזט א פליג אין ניו יארק (5%), ביז יעצט האט דער דעמאקראט דיר געגעבן וואס דו האסט נאר געבעטן, דורכגעפירט צענדליגער געזעצן ספעציפיש פאר דיינע מוסדות/שטעט/אליגארכן ווייל למעשה ביסטו געווען א רעלייעבל וואוט פאר אים, יעצט אז דו בלאזט אויף אים, פארוואס זאל ער קוקן אויף דיין זייט?

אפילו אזוי גיסט די נארישע האוקל נאך ווייטער צענדליגער מיליאנען אין מאנסי/סקווירא/קרית יואל און רעגט אויף די ארומיגע גוים וואס וואוטן יא פאר איר אבער דאס גייט זיך עט סאם פוינט אויך אפשטעלן, די מוסלמענער און ספאנישע זענען א פיל מער רעלייעבל וואוטער בעיס און גראבן דיר נישט אונטער אויף יעדן טריט און שריט
🩷🩷

פילע חרדים פארשטייען נישט בעסיקס פון לאקאלע פאליטיק און רעפרעזענטירונג. זיי ווייסן נאר וואס די עסקנים זאגן זיי און אז זיי זענען דערקעגן, אבער וויאזוי זיך אויסצודריקן און טוהן זאכן אליין? קיינע אהנונג.

גראדע איז נישט אזוי ווי דו זאגסט ריגארדינג אינדיג, זיי האבן זייער שטארק פרובירט צו מאכן באקאנטשאפט מיט די חרדים און מ'האט נישט געקוקט אויף קיין לעיבלס אדער וויאזוי זיי וואוטן אייביג. הענס מיין אויפברויז מיט די פארשטיקענע עי די על שקרים אז מאמדאני האט קיינמאל נישט אנטיילגענומען אין קיין אידישע אווענטן אדער זיצונגען therefore טאר מען אים חלילה נישט שטיצן. הייבט זיך נישט אן. איימסארי אבער זיי פארדינען יעדע אראפרייס און אפאזיציע און דערוואגן זאלן זיי זיך צו וויינען וואלף. ווען די נאר איז ווען נישט מיינער. גרינבלאט פון די עי די על האט געלייקנט און פארשפרייט פראפאגאנדע פאר אביסל איגאו און דאנאר געלט.

זאג נישט קיין ליגנט, מאמדאני האט זיך געלייגט אין די לענג און אין די ברייט צו האבן קשר מיט אונז. סא אינדיג האט נישט געהאט אזא שווער פעלד, אויסער דעס בין איך מסכים מיט יעדע ווארט וואס דו האסט געשריבן. און די עסקנים אין סאטמאר ווייסן וועגן דעם, ארטאדאקסן האבן א געפערליכע ריפט פראבלעם ווען ס'קומט צו דעמאקראטישע עלעקשנס, אויסער סאטמאר, מאוסטלי.
 
לעצט רעדאגירט:
Back
Top