היסטאריע געבראכן: זהאראן מאמדאני ווערט מעיאר פון ניו יארק

באריכט איבער מאמדאני'ס פלאטפארמע פאליסיס אפדעיטס:

אין די ערשטע וואך פון די איינשווערונג האט מר. מאמדאני געהאלטן זיין פאקוס אויף האוזינג און זיך גענומען ארבעטן אויף איינע פון זיינע צוזאגן פון נאכגיין שלעכטע לענדלארדס וואס פירן זיך נישט על פי חוקי הסיטי. ער איז נאכגעגאנגען לענדלארדס מיט ווייעלעישנס, אין א טאפלטע פארזוך איינצוהאלטן זיין צוזאג איבער דעם, פלאס זיין צוזאג איבער אויפרייניגן די סיטי'ס ווייעלעישן דעסק (זעה פלאטפארמע וועבסייט אויפן ערשטן בלאט) און אויפנעמען פרישע באאמטע דאס צו העלפן צאמנעמען פאר די סיטי אין איין פארזוך צו בעלענסן די בודזשעט. געהערט פון א נאנטע סאורס אין די קאמפיין אז מ'האט זיך געטראפן מיט א 20 ביליאן דאלערדיגע דעפיציט וואס אפילו מאמדאני אליין האט זיך נישט גערישט אז ס'איז אזוי שלעכט, דאס רעיזט די סטעיקס פאר אים, אבער מ'קען עס אנקוקן אביסל מליץ יושר'דיג אז די פריערדיגע האבן אים דא איבערגעלאזט יענע חזיריי און דאס גייט שוין ווארשיינליך צוריק אפאר מעיאר'ס.

א שטייגער האט ער פרובירט צו שטערן דאס סעיל פון 83 פראפערטיס פון פיניקעל ריעלטי - א גרויסע קאמערשל בראוקערידזש אין די סיטי - באריכט די ניו יארק טיימס - פון זיך פארקויפן צו א נייע אייגנטומער זיין אדמיניסטראציע גיט אן זענען אין נישט גוטע אומשטענדן, נאך יארן פון קאמפלעינטס פון ניגלעיקט און שלעכטע מעינטעינענס, מאמדאני פרובירט צו לייגן א יד אויף די אפארמענטס וואס זענען שוין רענט סטעבילייזט יוניטס אפצוהיטן די טענענטס בשעת די קאמפאני פיילט פאר בענקראפטסי. לויט מאמדאני האט די פירמע באקומען 5000 ווייעלעישנס און איבער 14,000 קאמפלעינטס אין אירע 83 בילדונגס פון צובראכענע סילינגס, קרעקד טיילס און ראסטיגע פייפס. און די סיטי'ס חשבון איז אפצקויפן די 83 בילדונגס ביים ביד'ן די העכסטע ביים אקשן אזוי ארום זאל די סיטי דאס קענען קאנטראלירן און נישט עס זאל גיין צו נאך א פריוואטע אייגנטומער וואס וועט מעגליך אויך פארנאכטלעסיגן דאס פארנאכטלעסיגטע. Cea Weaver די דירעקטאר פון די פריש אויפגעשטעלטע אפיס פון טענענט פראטעקשן, איז געשטעלט אויף די אקציע. פיניקעל טענה'ט אז דאס קומט וויבאלד די סיטי'ס רעגולאציע'ס אונטערדריקן זיי פון זיך ערלויבן צו באצאלן פאר די טייערע קאסטן פון מעינטענעס און אינטרעסט רעיטס און פיילט פאר בענקראפטסי טענה'נדיג אז זי האט נישט קיין שום cash on hand אבער געריכט דאקומענטן שלאגן פאר אז פיניקעל איז נישט געווען טראנספערנט אנבאלאנגט אירע פינאנצן אריינגערעכנט פריאריטיזירן דאס שפענדונג אויף אדמיניסטראטיוו איבער אדרעסירן פראבלעמען פון די באקלאגנדע טענענטס.

למעשה איז זיין פראוו דורכגעפאלן ווען א באנקראפטסי ריכטער האט געפס'קנ'ט לטובת די נייע פירמע וואס הייסט Summit Properties USA

Legal Aid Society און אנדערע טענענט גרופעס זאגן אז זיי וועלן ווייטער לייגן דרוק אז די נייע פירמע זאל פארעכטן די פראבלעמען, טראץ די אפקויף.

מאמדאני האט אין די day 4 פארשפראכן רענטעל ריפ אף הירינגס אין די סיטי און האט אויפגענומען דינה לעווי (א איד?) געוועזענע ראטגעבער און געהילף פאר סטעיט אטורני דזשענערל, אלס Department of Housing Preservation and Development וואס זי איז געשטעלט זיך אנצונעמען פאר טענענט רעכטן אויף וואס מאמדאני איז ארויסגעקומען גאר שטארק. לעווי איז געשטעלט צו העלפן איבערקוקן א פלאן צו בויען פרישע 200,000 אפארדעבל יוניטס איבער די נעקסטע צען יאר. לעווי האט א רעקארד פון פירן סטעיט'ס האוזינג עידזשענסי און איר מארגעטדזש עידזשענסי.

רענטל ריפ אף הירינגס זענען פארגעקומען איבער די פינף בארא'ס אלס די ערשטע פארזוך צו סימבאליזירן א טענענט פריינטליכע אדמיניסטראציע. איך האב נאכנישט געליינט מער דעטאלן וואס מ'האט דארט אויסגעשמועסט.

אין די זעלבע צייט קומט פאר א נורס סטרייק ווי נורסעס פון 5 שפיטעלער זענען שוין נישט אין ארבעט פאר 4 וואכן אן קיין פעי טשעק די שפיטעלער זענען: קאלאמביע, מאונטיפיוארי, מאונט סיני, מאונט סיני וועסט, און מאונט סיני מארנינגסייד. מאמדאני איז א שטארקע שטיצער פון יוניענס און מ'האט אים געזעהן שטיין מיט די 1199 יוניען אין עלמהורסט קווינס האספיטעל, און ער האט באקומען זייער אינדארסירונג און האט זיך זייער קלאר ארויסגעשטעלט אז ער וועט שטיצן לעיבאר יוניען און האט טאקע געקריגן די אינדארסירונג פון די New York Central Labor Council א פאראיין וואס רעפרעזענטירט מערערע יוניענס וועלכע נעמען אריין א מיליאן ארבעטער אין ניו יארק. מ'מוז קלארמאכן אז דאס איז נישט א statewide שפיטאל סטרייק נאר א ספעציפישע סטרייק פון די נורס יוניען וועלכע פארלאנגען מער באצאלט, בענעפיטן און סעיפטי פון געוואלדטאטן אין די ארבעט. עס איז ערווארטעט אז די שפיטעלער וועלן זיך פשטות צושטעלן צו זייער פארלאנג און קומען צו אן עגרימענט.

מאמדאני האט עטליכע מאל פארשפראכן אז ער וועט נישט טאלערירן סיי וועלכע האסע קעגן אידן און האט שוין עטליכע מאל נאך אפילו פארן אפיצעלע איינשווערונג געשריבן זייער שטארקע מעסעדזש'ס קעגן אנטיסעמיטיזם, שטעלנ'דיג אין שאטן אפילו פרעזידענט טראמפ אדער וויצע פרעזידענט ווענס'ס רעאגירונג צו די באנדי אטאקע אין אויסטראליע אדער ווענ'ס קאלטע פאוסט איבער יום השואה וואס האט ניטאמאל געהאט די ווארט איד אין זיך איינמאל. אויך האט מען אים געזעהן ביי די טרויעריגע טאג ווען א בייזוויליגע גייסטיגער ווייסער פון ניו דזשערזי מיט א רעקארד פון טארגעטס אויף חב"ד אין ניו דזשערזי איז אריינגעפארן אין די סיידוואלק ביי די 770 ליבאוויטש'ע שוהל. מיר ווייסן ערשטהאנטיג אז יענע טאג איז געווען פלאנירט א גאר וויכטיגע זיצונג אויפן אגענדע און נאר וועגן די אינצידענט האט מען עס מבטל געווען.

ווען נאך פרטים וועלן אריינקומען אין די נייעס וועלן מיר זיך אנשטרענגען עס ארויפצושטעלן פאר אייער צופרידנהייט, און צוהאלטן די שנירל פאר א ערנסטע נייעס שנירל.
 
לעצט רעדאגירט:
איך האב הערשט איצט אריינגעטרעטן דא אבער ווער זאגט אז רוב יודן אין די סיטי ווערן נישט רעפרעזענטירט דורך א יאפפעדניק?

דער היימישער עולם כאפט נישט ווי ענטייטלד מיר זענען, יודן אין די סיטי זענען בערך 10% (8-900k) פון די פאפולעישן, אלע יארן זענען מיר געווען בני בית אין גרעיסי מענשאן כאילו מיר זענען 70% פון די סיטי, נאכמער, פון די 8-900k זענען קוים א דריטל אין ברוקלין (וואס רעכנט אריין גענוג וואס זענען ליבעראל/פריי), דאס איבריגע זענען מערסטנס פון מאנהעטן און קווינס וואו יאפפעד איז בכלל נישט קיין אישו און/אדער רעספעקטירט,
ביי די פארגאנגענע וואלן האט מאמדאני נישט באקומען קיין 10% פון די פרומע וואס בשעת אין די אנדערע יודישע געגנטער האט ער באקומען פיל מער, האבן מיר די אראגאנץ צו פארלאנגען אז ער זאל דווקא אריינשטעלן איינעם וואס רעפרעזענטירט די מינאריטעט פון יודן וואס האט אים (און טוט נאך אלס) געשפיגן אין פנים? עס איז נאך א נס אז צו אינדיג וויל ער יא רעדן.

די לעצטע 10 יאר האבן מיר גענומען א מהלך פון א self fulfilling prophecy, מען רייסט אראפ פובליקלי עלעקטעד דעמאקראטן אויף שטותים, ביי וואלן וואוט מען פאר רעפובליקאנער צו "ווייזן פאר די פארשטינקענע דעמאקראטן" און דערנאך וויינט מען מיט קראקאדיל טרערן פארוואס דער דעמאקראט גיבט דיר נישט אפענע טירן אין אלבאני/סיטי האלל, רעב יוד! דו ביזט א פליג אין ניו יארק (5%), ביז יעצט האט דער דעמאקראט דיר געגעבן וואס דו האסט נאר געבעטן, דורכגעפירט צענדליגער געזעצן ספעציפיש פאר דיינע מוסדות/שטעט/אליגארכן ווייל למעשה ביסטו געווען א רעלייעבל וואוט פאר אים, יעצט אז דו בלאזט אויף אים, פארוואס זאל ער קוקן אויף דיין זייט?

אפילו אזוי גיסט די נארישע האוקל נאך ווייטער צענדליגער מיליאנען אין מאנסי/סקווירא/קרית יואל און רעגט אויף די ארומיגע גוים וואס וואוטן יא פאר איר אבער דאס גייט זיך עט סאם פוינט אויך אפשטעלן, די מוסלמענער און ספאנישע זענען א פיל מער רעלייעבל וואוטער בעיס און גראבן דיר נישט אונטער אויף יעדן טריט און שריט
🩷🩷

פילע חרדים פארשטייען נישט בעסיקס פון לאקאלע פאליטיק און רעפרעזענטירונג. זיי ווייסן נאר וואס די עסקנים זאגן זיי און אז זיי זענען דערקעגן, אבער וויאזוי זיך אויסצודריקן און טוהן זאכן אליין? קיינע אהנונג.

גראדע איז נישט אזוי ווי דו זאגסט ריגארדינג אינדיג, זיי האבן זייער שטארק פרובירט צו מאכן באקאנטשאפט מיט די חרדים און מ'האט נישט געקוקט אויף קיין לעיבלס אדער וויאזוי זיי וואוטן אייביג. הענס מיין אויפברויז מיט די פארשטיקענע עי די על שקרים אז מאמדאני האט קיינמאל נישט אנטיילגענומען אין קיין אידישע אווענטן אדער זיצונגען therefore טאר מען אים חלילה נישט שטיצן. הייבט זיך נישט אן. איימסארי אבער זיי פארדינען יעדע אראפרייס און אפאזיציע און דערוואגן זאלן זיי זיך צו וויינען וואלף. ווען די נאר איז ווען נישט מיינער. גרינבלאט פון די עי די על האט געלייקנט און פארשפרייט פראפאגאנדע פאר אביסל איגאו און דאנאר געלט.

זאג נישט קיין ליגנט, מאמדאני האט זיך געלייגט אין די לענג און אין די ברייט צו האבן קשר מיט אונז. סא אינדיג האט נישט געהאט אזא שווער פעלד, אויסער דעס בין איך מסכים מיט יעדע ווארט וואס דו האסט געשריבן. און די עסקנים אין סאטמאר ווייסן וועגן דעם, ארטאדאקסן האבן א געפערליכע ריפט פראבלעם ווען ס'קומט צו דעמאקראטישע עלעקשנס, אויסער סאטמאר, מאוסטלי.
 
לעצט רעדאגירט:
@אינטעליגענט דו האלטס אז ס'איז נישט אן עוולה צו נעמען א מענטש זאל פארטרעטן א געוויסע געמיינדע - וואס די געמיינדע האט אים פרעזענליך פיינט און האלטן אז ער איז דא זיי צו פייניגען און אויסמעקן?

(ביטע ענטפער בלויז יא אדער ניין)
קומט נישט אריין.

איך זאג דיר א גאנצע שמועס אז ס'איז פעיק ניוז אז זי פארטרעט חרדים, זי פארטרעט די New York Jewish Agenda און נישט הופער אדער ווייט

אינדיג פארטרעט שוין די ארטאדאקסישע וואוטערס, זיי קענען ארבעטן האנט ביי האנט אבער נישט ביאנד אנטיסעמיטיזם.
 
“Phylisa loves the Jewish people and is a leader of moral clarity. She will fight antisemitism with courage and compassion,” said Rabbi Rachel Timoner, Senior Rabbi of Congregation Beth Elohim.
 
🩷🩷

פילע חרדים פארשטייען נישט בעסיקס פון לאקאלע פאליטיק און רעפרעזענטירונג. זיי ווייסן נאר וואס די עסקנים זאגן זיי און אז זיי זענען דערקעגן, אבער וויאזוי זיך אויסצודריקן און טוהן זאכן אליין? קיינע אהנונג.

גראדע איז נישט אזוי ווי דו זאגסט ריגארדינג אינדיג, זיי האבן זייער שטארק פרובירט צו מאכן באקאנטשאפט מיט די חרדים און מ'האט נישט געקוקט אויף קיין לעיבלס אדער וויאזוי זיי וואוטן אייביג. הענס מיין אויפברויז מיט די פארשטיקענע עי די על שקרים אז מאמדאני האט קיינמאל נישט אנטיילגענומען אין קיין אידישע אווענטן אדער זיצונגען therefore טאר מען אים חלילה נישט שטיצן. הייבט זיך נישט אן. איימסארי אבער זיי פארדינען יעדע אראפרייס און אפאזיציע און דערוואגן זאלן זיי זיך צו וויינען וואלף. ווען די נאר איז ווען נישט מיינער. גרינבלאט פון די עי די על האט געלייקנט און פארשפרייט פראפאגאנדע פאר אביסל איגאו און דאנאר געלט.

זאג נישט קיין ליגנט, מאמדאני האט זיך געלייגט אין די לענג און אין די ברייט צו האבן קשר מיט אונז. סא אינדיג האט נישט געהאט אזא שווער פעלד, אויסער דעס בין איך מסכים מיט יעדע ווארט וואס דו האסט געשריבן. און די עסקנים אין סאטמאר ווייסן וועגן דעם, ארטאדאקסן האבן א געפערליכע ריפט פראבלעם ווען ס'קומט צו דעמאקראטישע עלעקשנס, אויסער סאטמאר, מאוסטלי.
ביזט גערעכט, מיין פוינט איז אז איך פארשטיי נישט פארוואס אינדיג זאל זיין א בן בית ביי אים ווען ער ברענגט אים נישט דאס איינציגסטע זאך וואס א פאליטישן ברויך: וואוטס, דו האסט נאר א מזל אז ער איז א ליבעראל וואס וויל ווייזן אז ער איז דא פאר יעדן מינאריטעט.

אינדיג גייט אויך איין טאג מיד ווערן פון אינדארסירן קאנדידאטן וואס דער ציבור גייט אים פארשעלטן פאר און ער גייט זיך ברעכן און אינדארסירן רעפובליקאנער קאנדידאטן מיט 0 שאנסן צו געוואונען, מיש צוריק דעם בלעטל 4 יאר ווען דאס גאנצע יודישע גאס איז געווארן פארשיכורט פאר לי "משה" זעלדין און געמאכט ראליס אין די גאסן פון בארא פארק פאר אים, די פאר נארמאלע מענטשן האבן דעמאלטס געשריגן אז דער זעלדין האט נישט קיין שאנס צו געוואונען און מען פארברענט בריקן מיט האוקל על לא דבר אבער עס איז נישט געווען צו וועמען צו רעדן און רוב עסקנים האבן זיך געבראכן און אינדארסירט זעלדין.

פעסט פארווערד און האוקל האט באקוועם געוואונען אפילו אין א שוואכע יאר פאר דעמאקראטן און די לעצטע 4 יאר האבן טאקע רוב עסקנים פארלוירן זייער צוטריט צו האוקל חוץ די געציילטע ווי קרית יואל, סקווירא, בלומינג גראוו וכו' וואס האבן נישט פארלוירן דעם קאפ און געארבייט מיט לאגיק אנשטאט פילינגס.

עטליכע וואכן צוריק האט מען אנאנסירט סטעיט גרענטס פאר די יודישע געגנטער און איך האב געלאכט, קרית יואל האט באקומען א $20 מיליאן גרענט סקווירא א $2 מיליאן גרענט און די טאון אוו ראמאפא וואס שלינגט איין די 2 געגנטער 5 מאל מיט טשעינדזש האט באקומען א "ריזיגע" גרענט פון $600 אלפים, אבער לאמיר ווייטער "ווייזן פאר די דעמאקראטן" וואס געוואונען באקוועם אן אונז און דערנאך גייען מיר שרייען "אנטיסעמיטיזם" ווען דער קראן ווערט פארמאכט.
 
אבער מארגן גייסטו שרייען אז אין סקווירא איז דא א דיקטאטורשאפט ווי מ'לאזט דיר נישט טראכטן אליינס און טאמער דו טראכסט אליינס ווערסטו פארברענט..

געס וואט, ס'איז בעסער נישט צו באקומען א גרענט פון די גאווערמענט און מ'זאל קענען וואוטן די אייגענע קאנשעס ווי לאזן א קארופטירטע לאקאלע טאון באקומען 20 מיליאן דאלער.

מ'קען נישט לאזן דעם ציבור דעסיידן אליינס...
 
די וואך איז מאמדאני געווען באזוכן אין די וואשינגטאן הויפקוואטירן צום צווייטן מאל וואו ער האט איבעראשט טראמפ מיט א mock up פון די דעילי ניוז קעפל ארגינעל פון Gerald Ford וואס ער האט אין א ווערטער שפיל געטוישט אלס "טראמפ צום סיטי: לאמיר בויען" און פון אונטן "טראמפ בויט 12 טויזנט הייזער אין ניו יארק" און אין איין האנט האט ער געהאלטן די ערשטע ווערסיע, און די צווייטע די נאכגעמאכטע.

אין א כיטרע שריט האט ער אפעלירט צו די איין פלאץ וואו ער און זיין שטארקע קעגנער קען מיט אים עגריען, וואס דאס איז בויען די סיטי, און ער האט מיט אים איבערגעשמועסט פלענער וויאזוי זיי קענען ארבעטן האנט ביי האנט דאס אויסצופירן צו בויען אפארדבל האוזינג אין ניו יארק סיטי. פארשטייט זיך אויב קען ער דערביי עפעס פארדינען וועט זיך לוינען פאר יעדעם איינעם. דאס ווייזט אויף זייער כיטרע און סטראטעגישע מאוו'ס וואס איז סיי דורכגעטראכט און געמאכט צו שפילן גראד צו טראמפ'ס איגאו, און סיי אפן צו די קעגנער צו ווייזן אז מ'איז דא צו ארבעטן און נישט זיך ארומרייסן.

מאמדאני איז בעיקר געקומען רעדן איבער די סאניסייד הייזער אין קווינס וואו ער וויל די פעדערל גאווערמענט זאל אים פאנדן א 21 ביליאן דאלער אין גרענטס איבערצומאכן די 34 פראזשעקטס אין קווינס וואס וועט האבן 12,000 אפארדבל אפארטמענטס און וועט קומען מיט 30,000 יוניען דזשאבס, טראמפ קוקט אויס צו זיין ריסעפטיוו דערצו, צייט וועט זאגן. דעמעקראטן האבן געלויבט מאמדאני באטיטלנ'דיג דעם מאוו "מאמדאני די ארט פון די דיעל" געוויסע פראגרעסיוו'ס זענעו אויפגעברויזט אויף די טאפלטע סטאנדארט פון די דעמעקראטישע עסטעבלישמענט וועלכע האט נישט געוואלט שטיצן מאמדאני צוערשט און יעצט האבן זיי זיך אויפגעוועקט.

ביידע פון זיי זענען מייסטער שפילער פאר די קאמערא'ס און די מידיא און האבן געוויזן אז זיי האבן גענוג אין קאמאן מער וויפיל מענטשן שטעלן זיך פאר, טראץ דעם איז עס קאמיש צו זעהן די צוויי זיך טרעפן אין איין צימער, ווען די צוויי פראסקענען זיך אויס אויף סאושל מידיא - און טראמפ האט עמטליך געשטערט דער מעיאר פון זיגן אויף אזוי ווייט אז ער האט געוואלט מאכן די רעפובליקאנער זאלן אפלאזן זייער נאמיני און ענדערש שטיצן דעם דעמאקראטישן קאומא -
און צוגאב צו דעם איז עס א גוטע סימן אז די ערשטע מיטונג אין נאוועמבער איז גוט געגאנגען אז מאמדאני איז צוריקגערופן געווארן א צווייטע מאל, טראמפ פון איין זייט גלייכט אים נישט, אבער ער גלייכט זיין לידערשיפ און זיין טשארם, ווייל ער ווייסט וויאזוי צו געווינען און דאס האט ער באוויזן, מאמאדני פארשטייט זיך גלייכט נישט טראמפ, אבער פאר די געלט דארף מען קומען קלאפן קיין וואשינגטאן, און פארוואס נישט מאכן א זיסע שפיצל פארן פרעזידענט, דאס איז וואו צו ווייזן יא, אונז זענען דא צו ארבעטן און אוועקגלייגן אונזערע דיפרענצן אבער אויך האלט דיך אין די ראמען ווייל אונז זענען ניו יארק און אונז קענען דיר אביסל... און טראמפ מאכט אביסל איין פאר דעם. דאס האב איך נישט יעצט געטראכט דאס איז שוין אן אלטע זאך וואס איך האב אויפגעפאסט אז ווען איינער וואס איז אביסל מער מאטשאו אדער טשארמינג ווי אים און שטעלט אים אין פלאץ ווי למשל מעקראון ווערט ער אביסל פארלוירן, ווייל מעקראון איז א מחוצף וואס האט נישט קיין פראבלעם אים צו פעקט טשעקן לייוו אן די עיר. מאמדאני איז געקומען מיט אזא ענליכע געוואגטע חוצפה אבער אויך מיט א פלאן. ס'איז אביסל פון ביידע.

די מידיא האט עס אנגעקוקט אביסל ווי א בראומענס, וואס הייסט די 2 שטארקע כוחות פארברענגען מיט געלעכטער און לייכטע געמיטער? אין די זעלבע צייט לייגט דאס אין שאטן די אלע גערידער אז טראמפ וועט קאנפראנטירן די מאמדאני טיעם און למעשה ארבעט ער מיט, ער קען נאך אלס ארויסטשיקענען אין די לעצטע מינוט, אבער דערווייל it remains to be seen און ס'קוקט אויס פארקערט ווי מאמדאני טוט אלעס אין זיין פאוער צו לייגן די באולס אין דעם קעגנער'ס קאורט. (ווי ביי האוקל) איין קאמענטאר פון פאקס

למשל טראמפ האט געלייגט זיין האנט אויף מאמדאני'ס ווען די מידיא האט אים געפרעגט צו ער האלט אז טראמפ איז א פאשיסט, און טראמפ האט שנעל אריינגעהאקט: קענסט זאגן יא, ס'איז גרינגער... (דאס איז אויך אביסל א אינסעקוריטי פון טראמפ ווייל ער האט א שוואכקייט ווען א זכר איז מער קאנפידענט ווי אים.) אבער אזוי צו אזוי איז עס געווען א לייכטע מיטונג פון בענטער, מ'האט זיך ארומגעוויצלט און זיך פארשטאנען. שטיצערס לויבן די שריט אין א קאנסיסטענט פארזוך פון מעיאר מאמדאני אראפצופארן קיין וואשינגטאן זיך ארויסשטעלנדיג צו ארבעטן האנט ביי האנט מיט פרעזידענט טראמפ צו אטאקירן הויכע רענט פרייזן און די אפארדביליטי קריזיס.

טראמפ האט אויך געלויבט די פאקט אז מאמדאני האט נישט געפייערט דזשעסיקע טיש, א רייכער מאדערעט, טיפיקל מאמדאני איר צו האלטן נאר צו ווייזן פאר טראמפ ווער ער איז און זייענדיג א מוסלומענער דארף ער זיך פראוון אז ער בייסט נישט, און איך גלייב אים, ער האט געזאגט אויף איינע פון זיינע אינטערוויא'ס אז ער איז גרייט צו ארבעטן מיט די ביליאנערן און ער פראווט עס.

אויך האט ער געשתדל'ט ביים פרעזידענט ער זאל ארויסלאזן א יונגע פאליסטיניען אקטיוויסט וויסנד'יג אז פרעזידענט טראמפ איז היבש ליבעראל ווען עס קומט צו טורמע און ער האט אים ווייטער נאכגעגעבן.

ציניקער האבן געוויצלט אז דאס אז טראמפ האט נישט איינגעהאלטן ער גייט אים ארעסטירן אויב ער געווינט און אים צונעמען זיין נייטראליזאציע ווען ער האט אים געטראפן איז שוין גוט...

Ross Barkan א דזשורנאליסט ביי די ניו יארק אבזערווער און פאליטיקאנט האט רעאגירט "טראמפ האט אינדארסירט מאמדאני בעפאר טשאק שומער."

מאמדאני האט אין איין שעה באקומען מער צוטרוי צו טראמפ מער ווי זיין גאנצע פארטיי האט אין די לעצטע 5 יאר פון טראמפ.

אין אנדערע נייעס האט די מעיאר געמאלדן ביי א פרעסע קאנפערענץ אז ער איז גרייט צו הייבן פראפערטי טעקס פון האומאונערס אויב וועט קעטי האוקל אים נישט געבן די סטעיט עם טי עי אומזונסט. דאס איז באטראכט געווארן מיט קאנטראווערסיע פארשטייט זיך אז מענטשן זענען אביסל נערוועז וואס ס'וועט זיין אז האוקל וועט עס נישט האנערן? למעשה דארף מען קוקן אויף די פאקטן, זי האט געווינען מיט 12 אדער 13 קאונטיס, איר זיג דרשה האט זי געגעבן אין מאנהעטן, זי מוז זיך צושטעלן צו די סיטי ווייל אז נישט איז אינדרויסן. זי קען זאגן זי וועט נישט ביז מארגן, למעשה בשעת ס'הערט זיך ריזיקאליש איז עס אבער נישט אזוי שרעקעדיג ווייל למעשה האט זי מער צו דערלייגן און זי האט אים שוין געגעבן פרייע טשיילדקעיר וואס ער האט נישט ערווארטעט אזוי שנעל אדער געבעטן ממש פאר קיין שום טעקס offset אין אנדערע ווערטער דער גאווערנער האט אים געגעבן בעסערס וואו וואס ער האט געבעטן.

ווייטערדיגע מעלדונגען וועלן נאכפאלגן.
 
ביזט גערעכט, מיין פוינט איז אז איך פארשטיי נישט פארוואס אינדיג זאל זיין א בן בית ביי אים ווען ער ברענגט אים נישט דאס איינציגסטע זאך וואס א פאליטישן ברויך: וואוטס, דו האסט נאר א מזל אז ער איז א ליבעראל וואס וויל ווייזן אז ער איז דא פאר יעדן מינאריטעט.

אינדיג גייט אויך איין טאג מיד ווערן פון אינדארסירן קאנדידאטן וואס דער ציבור גייט אים פארשעלטן פאר און ער גייט זיך ברעכן און אינדארסירן רעפובליקאנער קאנדידאטן מיט 0 שאנסן צו געוואונען, מיש צוריק דעם בלעטל 4 יאר ווען דאס גאנצע יודישע גאס איז געווארן פארשיכורט פאר לי "משה" זעלדין און געמאכט ראליס אין די גאסן פון בארא פארק פאר אים, די פאר נארמאלע מענטשן האבן דעמאלטס געשריגן אז דער זעלדין האט נישט קיין שאנס צו געוואונען און מען פארברענט בריקן מיט האוקל על לא דבר אבער עס איז נישט געווען צו וועמען צו רעדן און רוב עסקנים האבן זיך געבראכן און אינדארסירט זעלדין.

פעסט פארווערד און האוקל האט באקוועם געוואונען אפילו אין א שוואכע יאר פאר דעמאקראטן און די לעצטע 4 יאר האבן טאקע רוב עסקנים פארלוירן זייער צוטריט צו האוקל חוץ די געציילטע ווי קרית יואל, סקווירא, בלומינג גראוו וכו' וואס האבן נישט פארלוירן דעם קאפ און געארבייט מיט לאגיק אנשטאט פילינגס.

עטליכע וואכן צוריק האט מען אנאנסירט סטעיט גרענטס פאר די יודישע געגנטער און איך האב געלאכט, קרית יואל האט באקומען א $20 מיליאן גרענט סקווירא א $2 מיליאן גרענט און די טאון אוו ראמאפא וואס שלינגט איין די 2 געגנטער 5 מאל מיט טשעינדזש האט באקומען א "ריזיגע" גרענט פון $600 אלפים, אבער לאמיר ווייטער "ווייזן פאר די דעמאקראטן" וואס געוואונען באקוועם אן אונז און דערנאך גייען מיר שרייען "אנטיסעמיטיזם" ווען דער קראן ווערט פארמאכט.
איך מוז עס זאגן איך לאוו אז די חרדים זענען אין א ריפט דאס איז נאך די בעסטע זאך וואס איז ארויסגעקומען פון טראמפ

זעהסטו מאה? איך קען זאגן א גוטע זאך לטובת טראמפ

אמת'דיג זאלן זיי ליידן, איך מיין ס'איז א ביי פראדוקט פון זייער אייגענע איגנאראנץ פון נישט טוהן פאליטישע ענגעדזשמענט די ריכטיגע וועג, מ'וואוט אין א בלאק אן זיך צאמזעצן, דורכשמועסן נמנו גמרו אזוי ווי ביי די גויאישע שכנים און ס'איז א נחת צוצוקוקן ווי זיי מוטשענען זיך צו פארשטיין פארוואס זייער טראמפישע גאווה ארבעט נישט.

ווייל דער איד איז די מינאריטי פונקט ווי מאמדאני און אזוי דארף מען שטימען! פארפאלן דאס ביזטו, דער רעפובליקאנער האט דיר פארפאקט.

אין דעם פאל וואוטן דעם קאנשענס זענען די עסקנים גערעכט, אבער צו גיין קעגן זיי ווייל אזוי "טראכט" מען אליינס גייט מען רעכטס וואו דא איז אינדיאנא אדער לואיזיאנא
 
לעצט רעדאגירט:
אבער מארגן גייסטו שרייען אז אין סקווירא איז דא א דיקטאטורשאפט ווי מ'לאזט דיר נישט טראכטן אליינס און טאמער דו טראכסט אליינס ווערסטו פארברענט..

געס וואט, ס'איז בעסער נישט צו באקומען א גרענט פון די גאווערמענט און מ'זאל קענען וואוטן די אייגענע קאנשעס ווי לאזן א קארופטירטע לאקאלע טאון באקומען 20 מיליאן דאלער.

מ'קען נישט לאזן דעם ציבור דעסיידן אליינס...
איך ווייס נישט. אין דומה משל לנמשל, קיינער פארברענט נישט, דו פארברענסט דיין אייגענע בריק איז מער אקוראט.

ניו יארק איז א 1 פארטיי סיסטעם, איז @אלס ווייסער מסביר אז מ'שטעכט זיך נישט אליין אין רוקן צו גיין וואוטן קעגן די איינציגסטע זאך וואס ניו יארק שטעלט צו פאר פאר רייט קאנסערוואטיוון וואס חרדים זענען, סארי איך דריק מיר אזוי אויס אבער דאס זענט עטס, פאר רייט טראמפיסטן פאנאטיקער, די איינציגסטע זאך וואס עטס קענטס באקומען איז welfare אפשר איז עס דיר נישט זעלבסט נוגע אבער סאושל וועלפעיר שטעלן די ליבעראלן און די פראגרעסיוון צו, און ווען ס'קומט צו פראגראמען, און ווען ס'קומט צו חינוך מיוחד וועלן זיי גיסן אוצרות. דו קענסט שטיצן טראמפ און שיטערעלי ווילאנג דו ווילסט. זיי האבן דיר אבער פיינט און זיי זענען סך מער אינקליינד נישט צו געבן גארנישט.

יא דו ווילסט ווייזן אז לאמיר זאגן מייק לאולער האט געפליפט א סיט, פיין איך פארשטיי די פאליטישע מאוו, איך פארשטיי פרא איזרעל איך פארשטיי אלעס. תכלית מיט וועם זיצט מען פאר מאני? מיט טשאק און מיט האוקל. דו ווילסט זיך נישט צוקריגן מיט זיי, ווייל ס'וועט קומען צו א פוינט וואס טשאק וועט זיך אויסציען, און ווי שטארק איך גלייך נישט חרדים מיט זייער קולטור איז גדלי סעגעדין גערעכט, ער קען אלבאני דורך און דורך. ס'איז א טעות גדול וואס עטס מאכטס און פון מיין זייט מאך עס ווייטער, ס'איז דיין אייגענע מיסטעיק קיינער וואוט נישט אזוי אין א צווייטע דיסטריקט נאר חרדים... קענסט ענדערש וואוטן פאר מיר

הער אויס וואו ער איז דא מסביר בנוגע ביל וועבער און מעלניק. וועבער קען גארנישט טוהן. ער רייסט גראדע אראפ מיין יאפעד סא ס'מיינט אסאך אז איך שעיר דעס... די חלק שמועס לאז אויס... ווען ער רעדט פון קאנדידאטן און וויאזוי ניו יארק וואוט האלט איך אבסאלוטלי מיט די סאטמארע מהלך צו פאליטיק, עסקנים ווייסן בעסער ווי די המון און די אלע קאנסערוואטיווע פראקציעס קומען און גייען און זענען דא פאר געלט און גארנישט מער, א מענטש ווי ער ער איז אויך דא פאר געלט אבער ער זוכט נישט צו גיין קעגן די שטראם ווייל ער האלט אנדערש. ס'איז די למה תתראו אפראוטש

לאמיר אויך דא אריינווארפן א וויכטיגע פוינט סאטמאר האט אלס פארשטאנען אז רעפרעזענטאציע טראמפט אידילאגיע, למשל אין די דעיוויד דינקינס צייטן איז יעדער געווען אקעגן. פוי סאושעליסט, שגץ פעכי... איין מענטש איז געווען גוט מיט אים, אריה לייב גלאנץ. קיינער האט נישט געהאט זיין נומבער. און ווען מ'האט עס געדארפט איז ער געווען אין טשארדזש.

ס'איז א דבר פשוט מאוד אבער זעהט אויס אינדרויסן פון סאטמאר איז דאס א ווילד פרעמדע זאך. לדוגמא אז איינער וועט דיר לאדענען צו א שטעטל פיל מיט בריסקע מענטשן וועסטו זיך צופייערן ביים דאווענען און איבערדרייען די פלאץ ווי א קרעטשניפעראון האלטן דרשות און אוועקמאכן הרב שך און פארציילן בעל שמסקע מעשיות? אדער דו וועסט ביהעוון ווי א גאסט ביי יענעם וואס האט דיר דא איינגעלאדנט?

פראסקע נישט דיין קאנסערוואטיזם אין א לינקע סטעיט און פריי דיר מ'לאזט דיר לעבן, ווייל סוכ"ס דארף מען דיר גאנץ ווייניג האבן. רוה איין, ווייל אז דו גייסט מיט די קאפ אין וואנט טוסטו נאר זיך אליין אפ.

איך האב דאס נארוואס מסביר געווען פאר א גרויסע פאליטישע קאפ, האלט זיך אויטידי וואס האלט נאך אלס קעגן די לינקע וועגן איין אישאו וואס רעגט אים אויף. האב איך אים געזאגט דו ביזט דיין איינציגסטע גרעסטע שונא, ווייל די רעכטער קאקט אויף דיר און דו טוסט קיינעם נישט אפ אז די "פיקסט" צו די לינקע וועגן עפעס וואס דו האסט נישט ליב פון זייערס א פאליסי, דו פארלירסט ווייל אין די לאנג ראן ברענגסט דיר מער קאפוויי ווי מנוחה. סא קוק נישט אויף יעצט און נאר די איין פאליסי, די זעלבע מיט אייך מיין פריינט, קוק נישט אויף יעצט ווען די חרדים האבן אביסל טרעקשען מיט די רעכטע ווייל די רעכטע וועלן נישט זיין אויף אייביג, אבער וואס וועט זיין אויף אייביג איז וויאזוי דו האסט געוואוט קעגן און דאס קוקט מען נאך....
 
איך זע נישט פארוואס טראמפ און מאמדאניס פריינטשאפט איז מער א געווינס פאר מאמדאני ווי פאר טראמפ

פארוואס טראכסטו אז מאמדאני שפילט מיט טראמפ, אפשר פארקערט?
 
געוויס איז טראמפ א אלטע פריינט מיט מאמדאניס מאמע פון די עפשטיין פיילס,
איך האלט אז עס האט עפעס עטוואס מיט דעם ,
עס זעט נישט אויס ווי איינער שפילט מיטן צווייטען ,הגם די נייעס לייגט עס אזוי אראפ, עפעס א רעספעקט האט טראמפ פאר אים,עס זעט נישט סתם אויב ווי א שפיל אז ווי ער האלט אים אן אינטער זיך
 
געוויס איז טראמפ א אלטע פריינט מיט מאמדאניס מאמע פון די עפשטיין פיילס
אדאתי להכא, אז טראמפ איז גאר א אלטע פריינט פון מאמדאני'ס מאמע, קען גאר זיין אז טראמפ איז זיין טאטע!
 
Back
Top