א היימישע בער

Yesh

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
יולי 24, 2024
מעסעדזשעס
303
רעאקציע ראטע
1,018
פונקטן
213
ום ג' לסדר והשבתי חי רעה מן הארץ

א גאר אינטערסאנטע עפיזאד האט זיך אפגעשפילט, היינט נאך תפלת שחרית בצה"ק פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א (מהר"א)
אחד מהנוכחים: סדרייט זיך דא א בער...
רבינו שליט"א: ווען? ביינאכט, בייטאג?!
אחד מהנוכחים: יעצט! ער איז יעצט דא געווען! ער איז ביי די גארביטש דארט...
אחד מהנוכחים: ער דרייט זיך דא שוין אפאר טאג
רבינו שליט"א: "א היימישע בער"...
הויז בחור: מ'דארף אים געהעריג ארייננעמען!
די רבי איז אריין אין די קאר, און די קאר איז געפארן שטייטליך, בשעת רבינו שליט"א האט באטראכט די בער, ווי נאר די קאר פון רבינו שליט"א איז אנגעקומען נאנט צום בער, האט די בער געגעבן א לויף צו די דערנעבענדיגע בוים, און זיך געגעבן א שטעל אויף מלא קומתו, און געבליבן שטיין אויפן פלאץ ביז ווען די קאר פון רבינו שליט"א האט פארלאזט די פארקינג לאט פון ישיבה
אינטערסאנט אנצומערקן אז ממש א קורצע צייט נאכדעם איז נאך א קאר דורכגעפארן און די בער האט זיך נישט גערוקט פון פלאץ, און אפי' ווען מ'האט אנגעצינדן סירענעס און אנדערע גערודער, האט ער זיך נישט אויפגעשטעלט נישט היינט און נישט נעכטן.
בשעת די בער האט זיך אויפגעשטעלט האטט רבינו שליט"א אין די קאר זיך אנגערופן:
קוק! ער האט זיך אויף געשטעלט! (מפי המשב"ק)

ויהי לפלא
 
1747849706687.png



בייגעלייגט א בילד פון די בער.
 
ד' בהר בחוקותי 3:00 נאכמיטאג:

ריתחא דאורייתא! ס'טוט זיך א העפטיגע שמועס צווישן די בחורים הקרואים בנים, צי מ'קען מאכן מיט דעם בער א פטר דוב..
די רבי איז אריינגעקומען אינמיטן סדר אין געשעפט תענוג רוחני פון עדת צאן עדתו, ווי אזוי מ'קאכט מיט א שמחה של מצוה, ס'איז ערווארטעט א תשובה פונעם דיין אין די גאר נאנטע טעג!

-עורו עורו קרית יואל עורו עורו-
 
המשך הסיפור

ק''פ

הער איך אז די מעשה האט א המשך:
ווען דער גבאי האט ציטירט די מעשה פארן רבי'ן, ווען דער לייב אין זאא האט זיך אויפגעשטעלט פארן דברי חיים, האט דאס דער רבי ממש נישט סובל געווען... און זיך גענומען רעדן מיט א ברען כדרכו "מיך ביסטו מדמה צום סאנזער רב??? זאג פארן הויז בחור אז ווען איינער פארציילט אים די מעשה זאל ער זאגן אז די בער האט זיך אויפגעשטעלט פאר אים! נישט פאר מיר!!!" שפעטער ווען דער רבי האט געטראפן הערצקע האט ער אים געזאגט דאס זעלבע, "ווען איינער רעדט צו דיר איבער די מעשה זאג אז דער בער האט זיך אויפגעשטעלט פארן בחור..."
 
די בער האט זיך אויפגעשטעלט פארן לוקסוסעריען קעדי... ס'איז א מעשה שבכל יום ווי צענדליגע בחורים, שוואנצאנים, שטופן זיך, און שטעלן זיך ארום די אוטא.... :ROFLMAO:
 
ה' במדבר תשפ"ה: דוב אפדעיט:

אשרי העם שככא לו: מיט פרייד טוען די איינוואונער אין קרית יואל והגלילת אויפנעמען די נייעס
אז בית נאוה קודש פון רבינו שליט"א פלאנט אויפצינעמען דעים דוב צי זיין א משמש בקודש ביים רבי'ן שליט"א,
אי"ה שפעטער נאכמיטאג גייט פארקומען א "ינצו ריתחא" (גלאדיאטאר־שלאכט), צווישן ר' דוב אין ר' גרוש האראוויץ פאר א ענגע צאל מקורבים ביי די שמחה זאל בביתו נאוה קודש, ווער ס'גייט זיין נצח, וועט האבן די זכיה צי זיין א משרש בקודש, די זקני הדיינים גייען האבן א דעזעגנירטע פלאץ אויפן סטעידזש, ווי זיי וועלן זיין עומד בראש, אז די ריתחא זאל זיין אויסגעהאלטן כדרך שמקובל מרבותינו מדור דור,

סדר המעמד:

3:00 - הופעת רבינו שליט"א
3:30 - הופעת הגבאים מיט די באגלייטונג פון ר' דוב
3:35 - נגיני התעורורות, אנגעפירט דורך משורר בקודש ר' עמרם אקער,
4:00 - דרשות ר'שבתי קעסטענבוים מו"ץ בקהלתינו הקדושה, בענין -צער בעלי חיים במקום שאיש צריך לו-
4:30 - ניגון -וגם את הדוב- פארפאסט דורך ר' יעקב דאסקל לכבוד המאורע
4:40 - מכירת הזכיתים
5:00 - ברכת אהרן, רבינו שליט"א וועט געבן ברכת קודש פאר ר' דוב אין פאר ר' גרוש
5:10 - אמירת לחיים ודברות קודש
5:30 - ר' דוב אין ר' גרוש וועלן גיין צום דעזעגנירטע סטעידזש מיט די באגלייטונג פון ראש הקהל דקהלתינו ר' מאיר הירש
5:40 - אמירת תהילים קאפיטל ד' ו' ב'
5:55 - נתינת חרב לר' גרוש
6:00 - ינצו ריתחא (גלאדיאטאר־שלאכט)

מה נהדר יהיו המראה!
 
די רבי שליט"א האט זיך אויסגעדרוקט צו די מקורבים אז ס'וואלט איהם געוועהן א גרויסע כבוד אויב זיינע צוויי ידידים הרב רבי חיים לייב הכהן כ"ץ מסערדעהל און הרב רבי בנציון הכהן שטראסער מנייטרא, קומען זיך משתתף זיין ביים מעמד, למעשה איז געבליבן אז נישט, אין פאל מ'וועט דארפן שרייען "כהנים ארויס" ס'וועט נישט טויגן..... :ROFLMAO:
 
איינער פון די מקורבים האט געוואלט דעם דוב פארטרייבן האט די רבי אים אפגעהאלטן זאגענדיג, "ער איז משפחה!"
לכאורה נישט אמת, ווען ער איז ווען משפחה וואלט שוין געווען א דרשה אנקעגן עם.
 
Back
Top