חיזוק פאר די טעכטער

עס זענען דא אומצאלליגע גייסטיקע פירער ביי אונז וואס זענען נשים. נישט אז זיי דאווענען פאר די עמוד אין בית המדרש הגדול, און נישט אז זיי זאגען תורה ביי שלוש סעודות. נאר אמת'דיע גייסטיגע פירער.

דאס הייסט פרויען וואס אנדערע פרויען קומען צו זיי, אדער רופן זיי אויפן טעלפון, אדער אימעיל'ן זיי, זיך דורך צו רעדען, צו נעמען חיזוק, צו און טאג טעגליך פראקטישע לעבען, צו חיזוק אין אידישקייט. און אנדערע ווערטער, זיי נעמען געהריג אויף קוויטלעך נאר אן א גבאי, אן קיין פדיונות, און אן די חיצונתדיגע שטיק. אויב גייסטיגע פירער, מיינט מענטשען וואס מען נעמט פון זיי חיזוק און גייסט, איז דא פילע פרויען וואס זענען גייסטיקע פירער.

אויב גייסטיקע פירער מיינט פירען א ישיבה זאגען שיעורים, איז דא שולעס אין סעמינעריס ווי פילע פרועין זאגען דארט שיעורים.

אויב גייסטיגע פירער מיינט פירער פון א גרויסע קאמפעני, איז עס טאקע מער מצוי ביי די אלגעמיינע וועלט ווי ביי אונז, באט גענוג היימישע פרויען פירען גרויסע קאמפעניס, און ביי פילע פירער אונזערע זענען מענטשען נישט מער ווי פראדאקטען, און זיי פירען אויך גרויסע צו קליינע קאמעפניס מיט פילע פראדאקטען.

די משלים וואס מען ברענגט פון די לודמירע מויד און אנדערע זענען ווען פרויען זענען געווען גייסטיקע פירער פאר מענער, איך זעה נישט די מעלה פון דעם.
 
מיין מאמע איז א געוויסע סארט גייסטישע פירער, היבש באקאנט אין שטאט. זי געבט דרשות כסדר און איז שטענדיג אויפ'ן טעלעפאן. ווען אימער איך פלעג אהיימקומען פלעגט זי אריינגיין אין א צווייטע צימער ממשיך זיין איר שמועס אויפ'ן טעלעפאן...

איך קען איין אזויפיל זאגן. די פרוי - חוץ וואס זי איז א היבשע היפאקריט וואס איז זיך אליין נישט נוהג אין די אלע חומרות וואס זי אימפלעמענטירט - איז אן עם הארץ'טע מדאורייתא ומדרבנן, זי ווייסט נישט בחייכון וביומיכון וואס טוט זיך מיט איר לעבן. און פארט, פאלן מענטשן פאר איר פיסק און אזויגערופענע היסטאריע וויסנשאפט. זי האלט זיך פאר די געזונטסטע, געפילישסטע און קלוגסטע פערזאן וואס איז נאר אמאל געבוירן געווארן, באשולדיגנדיג מיין נעבעכדיגער פאטער אין איר שלום בית קריזיס...

אבער נישט דאס איז די נקודה. איך וויל אייך פשוט מודיע זיין אז איך און מיינע ברודער זענען אלע אפעקטירט געווארן דערפון, און קיינער פון אונז פאלגט נישט נאך מיינע עלטערן מיט קיין שום זאך. און יא, זי געבט נאך אלס חינוך און שלום בית שיעורים...
 
מיין מאמע איז א געוויסע סארט גייסטישע פירער, זי איז א היבשע היפאקריט וואס איז זיך אליין נישט נוהג אין די אלע חומרות וואס זי אימפלעמענטירט - איז אן עם הארץ'טע מדאורייתא ומדרבנן, זי ווייסט נישט בחייכון וביומיכון וואס טוט זיך מיט איר לעבן. און פארט, פאלן מענטשן פאר איר פיסק און אזויגערופענע היסטאריע וויסנשאפט. זי האלט זיך פאר די געזונטסטע, געפילישסטע און קלוגסטע פערזאן וואס איז נאר אמאל געבוירן געווארן, באשולדיגנדיג מיין נעבעכדיגער פאטער אין איר שלום בית קריזיס...

אבער נישט דאס איז די נקודה. איך וויל אייך פשוט מודיע זיין אז איך און מיינע ברודער זענען אלע אפעקטירט געווארן דערפון, און קיינער פון אונז פאלגט נישט נאך מיינע עלטערן מיט קיין שום זאך. און יא, זי געבט נאך אלס חינוך און שלום בית שיעורים...
דאס האט נישט דוקא מיט דיין מאמע, דאס האט מיט די מצב פון די גייסטישע פירער אין אונזער דור, אין די מענער שול איז עס נישט בעסער, אין די ווייבער שול איז עס נישט ערגער.

עס זענען נאך דא ערליכע אמת'דיגע גוטע אין קלוגע פרויען, און יעדע מיידל קען וועלען זיין און אויסוואקסען אזוי, פונקט ווי יעדע אינגעל און בחור קען לעכצען אויסציוואקסן אן אמתע ערליכע איד.
 
וויאזוי וואלטן אונזערע טעכטער געפילט וועגן זיך, ווען זיי ווייסן אז זיי קענען ווערן אנגעזעהנע גייסטיגע פירער ביי כלל ישראל!

איך האלט אז עס לאזט א געוואלדיגע רושם אויף א קינד ווען זי הערט אזא זאך און זי זעהט דעם באנייטן מצבה פון די אדמו״רית
וואסערע חיזוק קען מען שוין ארויסנעמען אז פון אלע טויזנטער רבי'ס וואס זענען געווען זינט די בעש"ט איז געווען אינגאנצן צוויי פרויען רבי'ס וואס איינס דערפון האט זיך נישט אויסגעארבעט?

דאס אליינס אז ס'איז אזא חידוש איז שוין פארקערט פון א חיזוק.
 
כ'גידענק נאך אלס בחור ווען מ'האט געשמועסט אין ישיבה וועגן ציזיע חנה איז מיר געווען שווער איינצושלאפן ביינאכט... (ווי איך בין אויפגעוואקסן האט מען אסאך גערעדט פון איר)
אגב, זי ליגט אין די אלטע ביהח אין טברי' מיט די תלמידי בעשט מ'קען אסאך פועל'ן דארט
וועלכע ישיבה? אויב דו mind’סט נישט צו זאגן
 
וואסערע חיזוק קען מען שוין ארויסנעמען אז פון אלע טויזנטער רבי'ס וואס זענען געווען זינט די בעש"ט איז געווען אינגאנצן צוויי פרויען רבי'ס וואס איינס דערפון האט זיך נישט אויסגעארבעט?

דאס אליינס אז ס'איז אזא חידוש איז שוין פארקערט פון א חיזוק.
פון איין זייט ביזטו גערעכט, באדויערן איז אבער נאר איין זייט פון די מטבע - און די קריטיק איז וויכטיג און א חלק פון די עוואלוציע

ס׳קוקט אויס אז דו פארשטייסט אבער נישט די significance פון rebelliousness
און וויאזוי דו קענסט ניצן אזא story ארויסצוהייבן די גייסט פון יונגע קינדער

בד״וו ס׳געווען מער פון 2
 
לוינט זיך אפשר דעי וואך אויסצושמועסן ביים שבת טיש וועגן די ערשטע חסידישע פרוי רבי!

היות ס׳דאך מרומז אין דעי וואכעדיגע פרשה 😃 ״ועשית מנורת זהב״

דעי ספר איז די מקור הסיפור:
 

בייגעלייגטע פיילס

  • DD0ECDE9-28C5-4985-B539-F6062A4ABC62.jpeg
    DD0ECDE9-28C5-4985-B539-F6062A4ABC62.jpeg
    358.5 KB · געזען: 32
עס איז דא היינט, די בעלזער רבי׳צין, זי האט א ערנסטע פאלאואינג, פון פארערער און חסידים
די זענען אויסנאמען , און עס מוז נישט זיין אז
עס באלאנגט ,אין די קוקריקולום פון חינוך הבנות
וואס דארף ענדערש , ארויס הייבן די חשיבות פון
א פרוי ,אלץ עקרת הבית פון א יידישע געזונדהויז

אפילו ביי דבורה אשת לפידות , איז מען מדגיש
אין חז״ל אז זי האט גיזאגט פאר איהר מאן ברק
בוא ואעשה לך לפידות , ולך לבית המקדש שבשילה
ותזכה לחיי עולם הבא -
דהיינו זי איז דאך גיוועהן א נביאה פון די שבע נביאות , און זי איז גיוועהן שופטת ישראל תחת תומר , האט זי גיהאט אייגענס וואס איהר צורימען
מיט מדריגות און כוחות , אבער ער רימט איהר מיטן
טיטל אשת לפידות
ווייל די חינוך הבנות קומט צו זיין באזירט אויף
כלליות׳דיגע צרכים , וואס עס איז עקספעקטעט
פון א פרוי לויט יידישן צוגאנג , נישט פון אויסנאמען
פון בתולות וואס האבן זיך מקדש גיוועהן , וכדומה.
 
Back
Top