הצעות און געדאנקען וויאזוי צו פארבעסערן קרעמל

זייער אסאך מאל טרעף איך מיך זיכען א א געוויסע לייק וואס איך וויל זאל ארויסברענגען מיינע געפילען טראכטונגען אויף א מעסיזש וואס איך ליין און איך טרעף נישט די פונקטליכע לייק.

עפען איך א שנירל ווי איך און אנדערע זאלען קענען שרייבען וועלכע סארט לייקס זיי האבען געוואלט.

קען זיין - איך הער וואס דו זאגסט.
די הממ:unsure:: קען מיינען אסאך זאכען.
די איך ווייס נישט, איז מער איך ווייס כמעט זיכער אז נישט.

ווי אויך א וועג צו קענען וווייזען פאר דעם שרייבער צו איך לייק זיין תוכן, אדער דאס אז ער האט געשריבען אפילו איך האב נישט הנאה פון די תוכן, ווי שוין ערקלערט און א אנדערע שנירל היינט.
 
נאך א ריעאקציע וואס פעלט מיך אויס.

זיי מער מסביר.
ווי צו זאגען איך ווייס נישט די עפיזאד זאך מעשה פון וואס דו רעדסט. טעלל מי מארר.
 
נאך א ריעאקציע וואס פעלט מיך אויס.

זיי מער מסביר.
ווי צו זאגען איך ווייס נישט די עפיזאד זאך מעשה פון וואס דו רעדסט. טעלל מי מארר.
פארוואס קען מען נישט פשוט מאכן א קאמענט און אינווייטן און לאזן וויסן אז דו ביזט אינטערעסירט צו הערן מער
-tell me more
אדער
-קענסט אפשר מאריך זיין, כ׳האב נישט פונקטליך ארויס וואס דו מיינסט
-קענסט עס ביטע מער מסביר זיין? (ס׳לוינט אמאל צו זאגן וואס דו האסט יא פארשטאנען און וואס ס׳איז נאכנישט קלאר


די reason פארוואס איך גלייב ס׳איז בעסער א קאמענט, איז ווייל היינטיגע צייטן ניצט מען אסך עמויזשיס אנשטאט אויסדריקן אין ווערטער, און צומאל איז א מחי׳ ווען מ׳איז פאריאגט מיט פרנסה א.ד.ג. אבער די פראבלעם איז אז ס׳געט נאר פידבעק אז יענער האט נישט גערעדט צו די וואנט.
it keeps the light on ווייל ס׳דא גענוג בעטערי דערווייל

אבער אויב ווילן מיר באמת אז דא זאל ווערן געשמאקע טיפע שמועסן וועט עס אוודאי נישט געשעהן סתם פון עמוידשיס - ס׳מוז זיין א back & forth פון זיך מטריח זיין אויסצודריקן וואס ליגט אויפ׳ן הארץ

אין אנדערע ווערטער: וואס מ׳לייגט אריין נעמט מען ארויס. איך קען נישט ערווארטן אז יענער זאל אריינלייגן כח זיך מסביר צו זיין בעסער אויב איך האב נאר צייט צו מאכן אן עמוידשי. ווען איך וועל נעמען צוויי מינוט ארויסצוגעבן מיינע געדאנקען, קען עס אפשר אויפטון צו פארברייטערן דעם שמועס

וואס האלסטו? does it make sense?
or do i have it wrong לגבי וואס דיין ציל איז דא געווען
 
מיר פעלט די ריעאקציע - 🫂
ברידערל איך פיל מיט מיט דיר
פארשטייט זיך אז מדארף עס שרייבן אויך
אבער א געוויסע ריעאקציע דארף מען דאך לייגן אויך
 
פארוואס קען מען נישט פשוט מאכן א קאמענט און אינווייטן און לאזן וויסן אז דו ביזט אינטערעסירט צו הערן מער
איך הער.
קען זיין ביסט גערעכט.
איך וועל עס איבער טראכטען.

די עיקר סיבה איז ווייל איך פראביר - עס געלונגט מיך גאנץ ווייניג - נאר צו שרייבען א ענפער מיט עפעס אינהאלט, סתם שרייבען איך הער, אדער למשל ווען איינער האט געשריבען וועגן די קוויטל וואס מהרא האט געטראגען אפילו זיי זענען געווען ציקריגט ביי די חתונה.
פלעין צו פרעגען וואס ווי ווען וועלכע חתונה, קען איך באשטיין צו טוען מיט א ריקאציע און נישט מיט א ענפער.

פאר צוויי סיבות: איינס ווייל ווען איינער זעט אז עס איז דא א נייע ענפער אין די שנירל קליקט ער אויף די שנירל און זעט נאכדעם נישט גארנישט נאר עפעס א נייגעריגע קאטשקע וויל עפעס וויסען, (אין די שאלה אליין איז אויך נישט קיין נייעס, עס איז דא אמאל ווס א שאלה אליינס איז א געשמאקע זאך).

צוויי קיינער גייט נישט לייקן אזא ענפער, און אפילו איך ווואס פלעג נישט קוקן אויף לייק'ס, איך פלעג מער קערן צו שרייבען און ענפערן, זעט אויס האב איך מיך אנגהויבן רעכנען דערמיט סובקאנטשעסלי.
 
טעכניש ווילסטו א נייע 'רעאקציע' נישט א 'לייק'.
נ.ב. באלאנגט עס נישט דא?
פארוואס איך האב געמאכט א עקסטרע שנירל איז ווייל איך האב געוואלט אז יעדער זאל קענען ענפערן אויף דיע טאפיק עקסטער ווען ער שטויסט זיך אן און א ריקאציע וואס פעלט אים.

למשל און צוואנציג יאר ארום וועט איינעם פעלען עפעס א ריקאציע אויב איז דא א באזינדערע שנירל וועט ער דארט עס שרייבען אויב איז נישטא א באזינדערע שנירל וועט ער בכלל נישט וויסען עס אויף צוברענגען.
 
צוויי קיינער גייט נישט לייקן אזא ענפער, און אפילו איך ווואס פלעג נישט קוקן אויף לייק'ס, איך פלעג מער קערן צו שרייבען און ענפערן, זעט אויס האב איך מיך אנגהויבן רעכנען דערמיט סובקאנטשעסלי.
פאר דעם איז דא א עיצה
זיי מבטל די אלערטס וואס קומען ארויף ביי יעדי לייק וואס מ׳געט דיך וועסטו שוין גארנישט קוקן אויף לייק׳ס
וכך נוהגין
וואס איז דיר א חילוק אויב מהאט אויס יא געלייקט נישט געלייקט
דו האסט געשריבן דיינס
אז איינער דינגט זיך מיט דער זאל ער שרייבן
 
פאר דעם איז דא א עיצה
זיי מבטל די אלערטס וואס קומען ארויף ביי יעדי לייק וואס מ׳געט דיך וועסטו שוין גארנישט קוקן אויף לייק׳ס
וכך נוהגין
וואס איז דיר א חילוק אויב מהאט אויס יא געלייקט נישט געלייקט
דו האסט געשריבן דיינס
אז איינער דינגט זיך מיט דער זאל ער שרייבן
נישט פאר יעדן איז עס גרינג
פאר מיר למשל, גייט נישט אלעמאל אן וויפיל לייקס, אבער עכ״פ איינער האט זיך וויסנדיג געמאכט - אז נישט פילט עס ווי כ׳גערעדט אין חלל אריין

אויך: געוויסע לייקס פון מענטשן וועמען איך רעספעקטיר איז ספעציעל.
איך וואלט קיינמאל נישט אויסגעלאשן די נאטיפיקאציעס ווען אזא סימפל זאך קען מיר מאכן פילן בעסער אין מיין טאג (בטבע האב איך ליב interaction - איך בין נישט א בעל דרשן וואס איז צוגעוואוינט צו רעדן - איך לייג אריין הארץ ווען איך שרייב און כ׳וויל נישט פילן ווי ס׳גייט לעיבוד 🙂
 
נישט פאר יעדן איז עס גרינג
פאר מיר למשל, גייט נישט אלעמאל אן וויפיל לייקס, אבער עכ״פ איינער האט זיך וויסנדיג געמאכט - אז נישט פילט עס ווי כ׳גערעדט אין חלל אריין

אויך: געוויסע לייקס פון מענטשן וועמען איך רעספעקטיר איז ספעציעל.
איך וואלט קיינמאל נישט אויסגעלאשן די נאטיפיקאציעס ווען אזא סימפל זאך קען מיר מאכן פילן בעסער אין מיין טאג (בטבע האב איך ליב interaction - איך בין נישט א בעל דרשן וואס איז צוגעוואוינט צו רעדן - איך לייג אריין הארץ ווען איך שרייב און כ׳וויל נישט פילן ווי ס׳גייט לעיבוד 🙂
עס איז דא צוויי אפטיילונגען אין די לייקס איינס די רעשיא, די כבוד פון האבען ווייניג מעסידזשעס מיט אסאך לייקס, די זאך קוק איך נישט ביי מיך, עס גייט מיך נישט אן צו זיין און א מיינוס, איך האב נישט קיין ברענד, און מיין ניק לעבט נישט פאר כבוד.

און אויף דעם איז דא זייער פשוטע וועגען צו באקומען פילע לייקס, איינס ברענג א ווערטל, מענטשען גייען לייקן א דזאק אפילו עס איז נישט דיינ'ס האבט גארנישט אויפגעטוען אבער וועסט באקומען אסאך לייקס, צווייטע זאך איז ברענג א פאני פיקטשער, די געוועב איז פיל מיט דעם. דריטע זאך קום אריין מיט דיין אמתע נאמען, וועט מען אוטאמאטיש מער לייקן.

עס איז דא א צווייטע חלק פון לייקס, ווען איינער שרייבט א ענפער א דער א שאלה אדער אבזערוואציע, צו שפירען, איינס אז מען האט עס עפרישיעטעט, עס איז נישט געווען אומזינסטע ארבעט, צוויי אז די ענפער איז גערעכט (אדער נישט), דריטענס עס זענען דא מענטשען וואס האבען ליב אז אנדערע האבען הנאה פון די מי, דארף מען די לייק צו וויסען אז מען האט הנאה געהאט.
 
איך מיין אז ווען מ'מאכט א אנקעטע איבער תקנות אין קרעמל
זאל שטיין פון אויבן אויף וויפיל צייט גייט עס אנגייען
 
אמאל ווען מען זיכט אויף אלע שעלף'ס און מען קען נישט טרעפען.

נאך א מעסידזש וואס איך ווי ענעפערן אז ממש דאס האט פאסירט צו מיך אויך, זיך איך א ריאקציע, וואס זאגט סעים העיר.

די ריאקציע ממש אזוי, זאגט נישט דאס.
 
לעצט רעדאגירט:
גוט מארגן!

שנירן וואס האבן שוין אפאר פעידזשס, ס'מיינט אז ס'איז זייער א עפיניענעידעד נושא,
זאל די נאמען פון די שנירל עס קלאר ארויסברענגן, אדער זאלן אזאלעכע שנירן האבן א עקסטערע קאטיגאריע

למשל כ'האב יעצט די ערשטע מאל באזיכט די שעסלעך (סקיר"ט בלע"ז) שנירל, אין ס'פיינע סחורה, איך האב געמיינט אז ס'איז אן היסטארישע איבערזיכט וועגן סקירטס, היסטאריע רעדט נישט צי מיר, יעצט זעה איך אז מ'רעדט פון צניעות אינדערהיים און גאס, ס'לעבעדיג.
 
Back
Top