אפאר פראגעס וועגן דעם סאטמארע באוועגונג
אוודאי איז וואויל באקאנט אז סאטמאר האט צוגעגעבן פאר'ן כלל, סיי חסד, סיי צניעות, סיי היימישקייט [אפילו מער ווי ס'געווען אינדערהיים פאר'ן שואה]
אבער געוויסע זאכן וואס סאטמאר שטאלצירט דערמיט, און איך זע נישט וואס איז דא דערמיט זיך צו גרויסן. אפשר קענט איר מיר ערקלערן דאס באדייט.
און ס'איז נישט אויף אוועקצומאכן הכל בכל, נאר א פראגע ווי א נאז-שטעקער וואס איז היבש נייגעריג צו הערן א 'נארמאלע' ענטפער.
א] פארוואס לייגט מען אויפ'ן פרוכת און אויף נאך תשמישי קדושה דעם סימבאל פונעם טייטלבוים?
סאטמאר איז דאך א מקום ווי מ'איז אזוי אנטלאפן פון אביזרייהו דע''ז, און ווען א צווייטער זאל דאס מאכן וואלט שוין געווען קנאים פוגעים. און ס'איז נישט מער ווי א פאמיליע נאמען פונעם אלטן רב, וואס האט ניטאמאל איבערגענומען סיגוט, נאר געווען רב אין סאטמאר. אויף א תשמיש של קדושה האט עס אוודאי נישט קיין פשט, און פאר סאטמאר צוויי מאל נישט.