אלעס וועגן חבד-ליובאוויטש

משיח איז נישט סתם א גרויסער צדיק. רמב"ם זאגט קלאר — עס מוז זיין א מלך מבית דוד, וואס פירט כלל ישראל אין תורה ומצוות און פועל’ט גאולה. נישט סתם השפעה אדער חכמה.
ר’ עובדיה יוסף, באבא סאלי — גרויסע צדיקים, אבער זיי האבן נישט פירט דעם גאנצן עם ישראל אלס דור-הנהגה. יעדער האט געהאט זיינע חסידים אדער עדה, נישט גאנץ כלל ישראל.
דער רבי אבער — פירט ממש כלל ישראל. שלוחים איבער דער וועלט, מוסדות, תורה, חינוך, חסד — אלעס צו מקרב אידן צום אייבערשטן און צו ברענגען גאולה. דער רבי האט געטון וואס קיין איינער פריער האט נישט געטון — ארויסגעפירט די בשורה פון משיח צו יעדן איד, אין יעדן פלאץ.
און לגבי די בעש"ט און בעל התניא — זיי האבן אנגעהויבן דעם וועג פון פנימיות התורה, דער רבי איז דער זיבעטער דור, וואס ברענגט עס צו די שלימות — צו משיח בפועל ממש.
אזוי פשוט:
די פריערדיקע — האבן געלייגט די יסודות.
דער רבי — בויט דעם בית.
כ'האב ביז לעצטנס געמיינט אז איך בין א חלק פון כלל ישראל...

אבער אז איך, מיין פאמיליע, חברים און באקאנטע זענען נישט געפירט געווארן דורך דעם ליובאוויטשער רבי, זעהט זיך אויס אז מיר זענען נישט קיין חלק פון כלל ישראל.

אז מען רעדט שוין... איך קען נאך שווערע הונדערטער טויזנטער אידן וואס זענען דייקא נישט געפירט געווארן דורך דעם ליובאוויטשער רבי (זענען זאגאר געווען זיינע מתנגדים), קען זיין אז זיי זענען טאקע אויך נישט עכט א חלק פון כלל ישראל.
אפשר איז טאקע מעגליך צו בעטן פאר א דעפינישן וועלכע מענטשן זענען באמת א חלק פון כלל ישראל, און וויאזוי מען קען וויסן ווער ס'זענען די פעיק'ס?
 
איך וויל פארשטיין עפעס אנדערש.

ליובאוויטשע רבי איז משיח? אדער ער איז געווען משיח?
האט ער אויסגעלייזט די אידן פון גלות? ער גייט אויס לייזען די אידן?
אויב גייט ער שטארבן אן אויסלייזן די אידן, גייט קומען א אנדערע משיח?
 
די גלויבן אז דער רבי (מנחם מענדל שניאורסאהן) איז דער משיח. דאס איז נישט נאר א נארישקייט, עס איז א פארקריפלטער פארדרייען פון דער תורה! דער רמב"ם, וואס זיי ליבן צו ציטירן, זאגט קלאר: משיח מוז זיין א מלך מבית דוד וואס פירט דעם עם ישראל צו גאולה ממש — קיבוץ גלויות, בניית בית המקדש, שלום אין דער וועלט. וואס האט דער רבי געטון? ער האט געשיקט שלוחים צו פארקויפן תפילין אין איירפאָרטס און געמאכט פארטייען מיט משיח-שילדן. דאס איז נישט גאולה, דאס איז מארקעטינג! זיין "השפעה" איז געווען אויף א פאר שטיקלעך אידן וואס זענען געפאלן אין דער טראפ, אבער גאנץ כלל ישראל? זיי פירן נישט דעם עם — זיי פירן א פאנד-רייזינג מאשין וואס ניצט אויס די גלויביקע צו בויען מוסדות מיט דער רבי'ס פאָטאָ אויף יעדן וואנט. די בעש"ט און בעל התניא האבן געלייגט יסודות פאר חסידות, אבער דער רבי האט גענומען דאס און געמאכט א "זיבעטער דור" מיטאָס וואס איז נאר א וועג צו האלטן די חסידים אין א שטאַנד פון עוויגער ווארטן. נישט שלימות — נאר אן ענדלאָזער קרייז פון דעלוזיע. און נאך זיין פטירה? זיי זאגן ער לעבט נאך, ווי א קריסטלעכער ישו-סטייל משיח. דאס איז נישט יידישקייט.

דער רבי איז געווען א ציוניסט אין חסידישן קלייד — ער האט געשטיצט מדינת ישראל, געזאגט אז עס איז דער "התחלת הגאולה", און געשיקט זיינע שלוחים צו שטיצן די ציוניסטישע מדינה. אבער וואס איז דאס אויב נישט א פארקויפן פון דער תורה צו דער סעקולערער ציוניזעם? די אמתע יידישע השקפה (ווי ביי די סאטמארער און אנדערע) זעט די מדינה אלס א חילול השם, א פארשפילן פון גאולה דורך מענטשלעכע הענט אן משיח. דער רבי האט געמאכט פאליטישע שטיצע פאר ישראל, גערעדט וועגן "שלימות הארץ" און געגעבן ברכות צו צה"ל — דאס איז נישט חסידות, דאס איז נאציאָנאַליזם! ער האט געמישט די תורה מיט דער ציוניסטישער אידעאָלאָגיע, וואס האט געברענגט צו אז חב"ד איז היינט איינער פון די גרעסטע שטיצער פון דער מדינה, מיט שלוחים אין זייערע ארמיי-בייסעס. דאס איז א שאנדע — זיי האבן גענומען די הייליקע תורה און געמאכט זי א ווערקצייג פאר פאליטישע מאכט, אלא ווי צו ווארטן אויף דער אמתער גאולה דורך דעם אייבערשטן.
דער רבי האט געפירט א "השכלה" אין חסידישן פארעם — ער האט געעפנט די טירן צו דער וועלט, גערעדט וועגן וויסנשאפט, טעכנאָלאָגיע, און אפילו געשטיצט שטודירן סעקולערע זאכן (ווי אין זיינע רעדן וועגן "חכמות חיצוניות"). דאס איז די זעלבע השכלה וואס האט געברענגט צו אסימילאציע אין די 19טער יארהונדערט! חב"ד פארקויפט זיך אלס "מודערן" — מיט אינטערנעט-קאמפיינס, סאָושאַל מידיאַ, און שלוחים וואס גייען אין יוניווערסיטעטן. אבער דאס איז נישט תורה, דאס איז א דילוטשאַן! די אמתע יידישקייט (ווי ביי די ליטוואקעס אדער אנדערע חרדים) האלט זיך ווייט פון דער השכלה, ווייל עס פירט צו ספקות און אפלאזן די מצוות. דער רבי האט געמאכט חב"ד א "ברידזש" צווישן תורה און דער וועלט, אבער דאס איז נאר א וועג צו פארלירן די ריינקייט. זייערע מוסדות זענען פול מיט מישן פון חסידות מיט מודערנע פסיכאָלאָגיע און ביזנעס-טאקטיקס — דאס איז נישט שלימות, דאס איז קאָמפראָמיס!
די חב"דסקע שטותים זענען נישט נאר נארישקייטן — זיי זענען א סכנה פאר דער אמתער יידישקייט. זיי האבן גענומען די תורה און געמאכט זי א פאפולערע קולטור, מיט דער רבי אלס דער "משיח" שטערן, ציוניסטישע פאליטיק אלס "גאולה", און השכלה אלס "פארשפרייטונג". אויב דו זוכסט די ריינע תורה, גיי צו די וואס האלטן זיך ביי דער מסורה אן די מודערנע טוויסטס. די חב"דערס זענען גוט אין פארקויפן, אבער שווער אין אמת.
 
ליינענדיג דא די דין ודברים און ווי אויך רעדנדיג מיט עטליכע חבדסקער איבער זייערע נושאים האב איך באמערקט אן אינטערסאנטע זאך. זייערע מסקנות איז געבויט אויף הנחות וואס איז אויך פונעם זעלבן פלאץ. דהיינו, למשל דעם רמבם. די אופן אפצולערנען דעם רמבם איז וויאזוי די רבי האט עס אפגעלערנט. איך האס עס שוין געזעהן ביי כמה ענינים ביי זיי און טאקע בעיקר ביי משיחיזם. וכידוע די מעשה מיטען חסיד וואס האט געזאגט אז זיין רבי האט גילו אליהו, האט מען אים געפרעגט פון ווי ער ווייסט, האט ער געזאגט ווייל זיין רבי האט אים געזאגט. האט מען אים געפרעגט אפשר זאגט ער ליגנט? זאגט ער א איד וואס האט גילו אליהו קען דען זאגן ליגנט?? והנמשל מובן מאיליו
 
ציוניסט גייט מיר גאנץ ווייניג אן, זאל ער זיין א ציוניסט אויב ער וויל.
אבער פירן גאנץ כלל ישראל ווען אסאך האלטן אים פאר אן אפיקורס, משוגענער, אדער סתם נישט נוגע, איז ממש זינלאז. פארוואס עפעס זאל מען מעסטן 'כלל ישראל' מיט ווי ווייניג ער קען תורה? דער וואס קען ווייניגער תורה איז מער עלול אים צו פארהייליגן, ניין?

עכ"פ, דער רב חאצאצק האלט דאך נישט ביים זיך באציען צו קיין שום טענה וואס איינער ברענגט אפיר, ער חזר'ט נאר איבער זיינס. איך האב שוין געטראפן מיסיונערן וואס טון די זעלבע זאך.

לאמיר אפשר אויסשמועסן דער ענין פון שלוחים, וואס טון זיי אויף, וויפיל זענן טאקע געלונגן, וויאזוי מעסטן מיר (און זיי) געלונגענקייט, און וויאזוי דער וועלט וואלט אויסגעקוקט אן זיי. טאמער איינער האט עקספיריענס ווייטער ווי די PR ארטיקלן וואס מיר ליינן, וואלט איך געוואלט הערן. איך האב עס אייביג אנגעקוקט פאזיטיוו, ביז איך האב מיר געטראפן מיט א פאר שלוחים.
 
@רב חאצאצאק הקטן
איר האט נאכנישט געענפערט דאם פאקט אז דער רבי איז געווען דער אכטער ליובאוויטשער רבי, נישט דער זיבעטער.
אגב, די ליובאוויטשע זאגן יעדן טאג א קאפיטל תהלים לויט ווי אלט דער רבי איז. האט מען אמאל געפרעגט איינעם וואס ער גייט טון נאך ק’’ן.
האט ער געענפערט וואט דו מיינסט אז ער וועט לעבן אויף אייביג?
 
מלך מבית דוד - ספק, נישט זיכער!
הוגה בתורה כדוד אביו - יא.
יכוף כל ישראל - ניין. אויסדריקליך נישט!
ילחם מלחמת ה' - ניין!
וכיוון שמת - דער רבי איז געשטארבן. פינטל. ער איז נישט משיח.

...
פיר סימנים:
צוויי פארמאגט די רבי זיכער נישט.
איינער זיכער יא.
איינס א ספק.

די פינפטער סימן, איז זיכער אז דער רבי גייט אריין בגדר מת, ער איז בוודאי נישט משיח. קיין ספק נישט.

ווער עס זאגט אנדערש, איז א מסלף דברי הרמב"ם, און זיין שטראף א
ציוניסט גייט מיר גאנץ ווייניג אן, זאל ער זיין א ציוניסט אויב ער וויל.
אבער פירן גאנץ כלל ישראל ווען אסאך האלטן אים פאר אן אפיקורס, משוגענער, אדער סתם נישט נוגע, איז ממש זינלאז. פארוואס עפעס זאל מען מעסטן 'כלל ישראל' מיט ווי ווייניג ער קען תורה? דער וואס קען ווייניגער תורה איז מער עלול אים צו פארהייליגן, ניין?

עכ"פ, דער רב חאצאצק האלט דאך נישט ביים זיך באציען צו קיין שום טענה וואס איינער ברענגט אפיר, ער חזר'ט נאר איבער זיינס. איך האב שוין געטראפן מיסיונערן וואס טון די זעלבע זאך.

לאמיר אפשר אויסשמועסן דער ענין פון שלוחים, וואס טון זיי אויף, וויפיל זענן טאקע געלונגן, וויאזוי מעסטן מיר (און זיי) געלונגענקייט, און וויאזוי דער וועלט וואלט אויסגעקוקט אן זיי. טאמער איינער האט עקספיריענס ווייטער ווי די PR ארטיקלן וואס מיר ליינן, וואלט איך געוואלט הערן. איך האב עס אייביג אנגעקוקט פאזיטיוו, ביז איך האב מיר געטראפן מיט א פאר שלוחים.
דער רבי פון ליובאוויטש נומבער 7 איז קלאהר אז
ער איז גיוועהן א היסטאריש פיגור אין די פאנאראמע
פון גדולים אין יידישן פאלק , וואס האבן איבער גילאזט א רושם לדורות , עס איז פשוט אז עס איז דא גרויסע מענטשן , וואס זענען נישט גיוועהן ווייניגער אין זייער קענטעניס אדער ערליכקייט, אבער די סירקומסטענסעס זענען גיוועהן אנדערש , און זיי האבן נישט איבער גילאזט אזא שטארק עפעקט און רושם לדורות ,- זיך האלטנדיג צו די חרד״ישן כלל-נישט אויס רעכענען די גדולים פון די
השכלה און רעפארמער להבדיל בין טמא וטהור,
צוריקגייענדיג פאהר יאהר הונדערט , איז לדוגמא
קען מען אפשר נעמען רבי חיים וואלאזין אבי הישיבות אלץ א היסטארישער פערזאן וואס די עפעקט איז נוגע עד היום , דער ברודער רבי זלמן
איז גיוועהן בדומה לו אבער ער איז נישט היסטאריש
וויכטיג, דער מגיד פון מעזריטש האט גיהאט פול תלמידים אבער היסטאריש זענען נאר עטליכע
ווי דער מאור עינים , נועם אלימלך , בעל התניא ,
שפעטער דורות זענען לדוגמא דער חת״ם סופר
וואס זיין אור תורה און דרשות איז מיתאמרא בבי
מדרשא און ער איז בבחינת יעקב אבינו לא מת, עס
זענען אנדערע גדולים בדורו, לדוגמא רבי מרדכי באנעט אדער מען קען אהנכאפן די פריערדיגע רבנים און פרעשבורג ווי דער מהר״ם ברבי און רבי
משולם איגרא וואס זענען גיוועהן גדולים אבער נישט
גיהאט אזא השפעה לדורות צו ווערן אזוי וויכטיג היסטאריש , מער לעצטנס קען מען נעמען א משל רבי חיים בריסקער, וואס זיין וועג פון אנאליז אין די
שקלא וטריא פון תלמוד, האט איבער גיטוישט די מהלך און אלע ישיבות כהיום , כאטש דער נצי״ב
איז גיוועהן דוגמתו אין תורה און אין בקיאות.
נאך די צווייטע מלחמה ווען דער יידישער יישוב אין
אמריקא האט זיך איינגעפונדעוועט און אויסגיברייטערט און עס זענען גיוועהן דארט מערער
תלמידי חכמים פון פריער און פון די ניי געקומענע
ווי לדוגמא רבי אליעזר סילבר רבי אליהו הענקין
רבי משה פיינשטיין , זענען אבער גיוועהן די וואס
זענען גיווארן היסטאריש לדורות לדוגמא רבי אהרן קאטלער מיט די ישיבה לייקוואד,רבי יעקב יוסף טווערסקי מיט די שטעדטל, רבי יואל טייטלבוים מיט
זיין התנגדות צו מדינת ישראל און מיט די ולא יבוש מפני המלעיגים און גיטוישט די אויסקוק פון יידן פאר
די גאס און אין שטוב, רבי מנחם מענדל שניאורסאהן
מיט די חידוש פון שליחות און זיך אריינמישן אין פאליטיק אויף א דירעקט אופן .
עס איז מעקרווירדיג אז די אלע היסטארישע פיגורן
האבן גילאזט א רושם אויף די אינערדס פון די יידישע קולטור, אויף די פנימיות פון חרד׳ישן כלל ישראל, ביז איז די פנימיות נפשיות פון נשמת ישראל.
די השפעה פון ליובאוויטש איז מער א חיצוניות׳דיג זאך פון פראפאגאנדע פון קיבוץ שלוחים און זיך פושן צו זיין וויזעבל - מען האט הנאה פון די שליחות
אז מען קומט און א פרעמד לאנד,אויך האט די מדינת ישראל נוצן פון זיי פאר אינטעליגענץ געטערינג-אבער די חב״ד לימוד און זייער טיטשינגס
איז געבליבן בחוץ,מען קען זאגן אז זיי בא ארבעטן
די קליפה-קליפת נוגה - אזוי מעורב טוב מיט אור
אבער ער קומט נישט צו די נקודה הפנימית.
 
זייער גוט אראפ געלייגט! הערליך!

איך האב נאר אויסגעלאזט אז די ווארט 'השפעה' איז נאך איינער פון די ווישי וואשי ווערטער וואס מיינן גאנץ ווייניג. צו מלוכה און כפייה קומט עס נישט.
 
בעצם. צו דער שטות פון נשיא דור השביעי קען מען צולייגן נאך א קשיא.
נאך דעם וואס דער רבי מהר”ש איז נפטר געווארן, האט דער רז”א איבערגענומען.
ווען ער האט רעזיגנירט, איז דער רש”ב אריינגעפאלן אין א טיפער דעפרעסיע.
פאר צען יאר האט ער נישט געפירט גארנישט נאר געווען ביזי מיט הילינג, געפארן צו זיגמונד פרויד, ועוד ואכמ”ל.
קומט אויס אז עס איז געווען א תקופה וואס ליובאוויטש האט נישט געהאט א נשיא און די וועלט איז ווייטער אנגעגאנגען.
 
א גוטע קשיא ווי אזוי עס האט זיך געפיהרט 10 יאהר אהן א נשיא פון תרמ״ג , מען זעהט דאך אז עס פיהרט זיך יעצט אהן א נשיא סינס תשנ״ג
דער תואר ׳נשיא׳איז אויך עפעס צריך בדיקה
פון ווי נעמט זיך אזא ברייטקייט צו רופן א רבי ׳נשיא׳
עס איז גיוועהן ריזערווט פאר רבי יהודה הנשיא
דעם רמב״ם׳ס אייניקלעך אין מצרים האט מען גערופן ׳נגיד׳ , עס זענען אנדערע תוארים אין באנוץ
ביי כלל ישראל, און דא איז פלוצלינג בן יולד לנו
עס איז גיווארן נשיאים, צו מחזק דעם דמיון אז משפחת הרבי,זענען בן אחר בן פון דוד המלך
וואס האט נישט קיין היסטאריש בעיסיס, נאר אמונה.
 
פארוואס איז דער רבי רש"ב זיך געגאנגען היילן ביי זיגמונד פרויד?
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
בעצם. צו דער שטות פון נשיא דור השביעי קען מען צולייגן נאך א קשיא.
נאך דעם וואס דער רבי מהר”ש איז נפטר געווארן, האט דער רז”א איבערגענומען.
ווען ער האט רעזיגנירט, איז דער רש”ב אריינגעפאלן אין א טיפער דעפרעסיע.
פאר צען יאר האט ער נישט געפירט גארנישט נאר געווען ביזי מיט הילינג, געפארן צו זיגמונד פרויד, ועוד ואכמ”ל.
קומט אויס אז עס איז געווען א תקופה וואס ליובאוויטש האט נישט געהאט א נשיא און די וועלט איז ווייטער אנגעגאנגען.
דאס איז חוץ מזה וואס אין די צייטן פון מהר"ש זענען רוב חסידי חב"ד געווען חסידים פון זיין ברודער אין קאפוסט און נאר א קליין חלק ביי די אנדערע עטליכע חב"ד חצרות, ליובאוויטש ביז די סוף ת"ר יארן האט נאר געהאט א קליין חלק חסידי חב"ד
 
עס איז דא פארהאן צוויי טייטשען און רמב"ם.
ואם יעמוד מלך מבית דוד הוגה בתורה ועוסק במצות כדוד אביו כפי תורה שבכתב ושבעל פה ויכוף כל ישראל לילך בה ולחזק בדקה וילחם מלחמות ה' הרי זה בחזקת שהוא משיח אם עשה והצליח ובנה מקדש במקומו וקבץ נדחי ישראל הרי זה משיח בודאי ויתקן את העולם כולו לעבוד את ה' ביחד.

מלך, מיינט אמלך פון די משלים.
מבית דוד כדוד אביו, א זיכער אייניקל פון דוד המלך בן אחר בן. (נישט יאשקע וואס איז א לויט זייער מיינונג נישט א אייניקל פון דוד)
ויכוף כל ישראל מיינט צווינגען.
וילחם מלחמות ה'. מיינט מלחמה האלטען ווי די אידישע מלחים האבען מלחמה געהאלטען מיט די געווער פון זייערע טעג.
נהרג מיינט געהאגעט מת מיינט געשטארבען.

און א צווייטע פשט אז אלעס מיינט דא דער רמב"ם מיט משלים און רמזים וואס נאר א אטענטישע חבדסקער קען פארשטיין, אבער א אטענטישע איד קען נישט. און די אלע זאכען וואס ער דארף נאך טוען האלט ער אינמיטען.

אבער וואס איך פארשטי נישט אויב געשטארבן מיינט די באוועגונג, און כופה מיינט איבער רעדען איז פארוואס עפעס ווען משיח וועט נתגלה ווערן זאל עס זיין ליבאוויטש, און נישט די רמב"ם אליינס ער איז געווען א הוגה בתורה און לוחם געווען אויף אידישקייט און אזוי ווייטער און זיין באוועגונג האלט נאך ביז היינט.

און אויב געשטארבען מיינט די באוועגונג, אז עס איז נישט געשטראבען פון זיך אליינס, איז געהארגעט מיינט אויך די באוועגונג, און מזרע דוד מיינט אויך די מידות פון דוד המלך און מוז נישט זיין א רעכט אייניקל. פארוואס מיינט עס נישט יאשקע? זיין באוועגונג לעבט נאך קיינער האט עס נישט אינטער געהאקט.

אויב משיח קומט און עס איז ליבאוויטש, איז עס א ראיה אז מען האט קיינמאל נישט געדארפט האלטען שבת דוקא די זיבעטע טאג. און אויך מעג מען טוען מלכות שבת, עס לאנג ווי די פילינג פון שבת שפירט זיך נאך.
 
עס ווער דערציילט, א איד האט אמאל געזאגט פאר ר' יעקב קמנצקי אזא טייטש. עס שטייט וַיֹּאמֶר הַמֶּלֶךְ לְאֶסְתֵּר בְּמִשְׁתֵּה הַיַּיִן מַה שְּׁאֵלָתֵךְ וְיִנָּתֵן לָךְ. דער מלך איז דער רבוש"ע, אסתר איז כלל ישראל. ביים משתה היין קען מען אלס אויסבעטן. האט ר' יעקב געזאגט, "פארוואס ענדיגט מען די משל דארט? במשתה היין מיינט דאך ווען א איד לערנט יינה של תורה."

בקיצור, אלס איז נישט כפשוטו, אבער משיח איז כפשוטו ממש. אפשר איז דער מלך נאר איינער וואס שיקט שלוחים צוצורעדן אידן צו עסן א לאטקע חנוכה, כפייה מיינט הענגן דיין בילד אויף די הייוועי, ילחם מלחמות מיינט פייפן ביי א פארברענגן, און משיח מיינט דער לעצטע ליובאוויטשער רבי. אזוי שטימט אלסדינג אין איינעם, און מיר וועלן ווייטער האפן און דאווענן פאר משיח, נישט קיין משל.
 
פארוואס איז דער רבי רש"ב זיך געגאנגען היילן ביי זיגמונד פרויד?
ווייל ער איז געוועזן דיפרעסד.
אויך ווייל ער האט געהאט א קראש אויף זיין שוועגערין, רז’’א’ס ערשטע רביצין.
פרויד אליינס האט אים נישט באהאנדלט, נאר איינער פון זיינע תלמידים.
ערגעץ וואו אויפן געוועב האט איינער געפאוסט א טרעלעיטעד קעיס סטאדי פון דעם.
איך וועל פרובירן דאס צו זיכן בל’’נ.
 
לעצט רעדאגירט:
  • שאק
רעאקציעס: Yesh
אויך ווייל ער האט געהאט א קראש אויף זיין שוועגערין, רז’’א’ס ערשטע רביצין.
פון וואו נעמסטו די אינפארמעישן, אז דער רש"ב האט געקראשט זיין שוועגערין?

(סא, קראשן שוועגערינ'ס איז שוין א פארצייטישע ענין... א רבי'שע זאך!)
 
אויב די קעיס סטאדי איז עס אביסל מער ווי א קראש..
 
Back
Top