- זיך איינגעשריבן
- אוג. 7, 2024
- מעסעדזשעס
- 322
- רעאקציע ראטע
- 1,098
- פונקטן
- 223
ער איז געווען א מלך פונקט ווי ער איז געווען א שוסטער. מלכות מיינט עפעס א שליטה, און זיין שליטה איז געווען זערא. יא, יעדער האט געזען זיין בילד, אבער זיין אלע מערכות און מבצעים האבן זיך אויסגעלאזט א בוידעם. מיהו יהודי איז אין ערגעץ נישט, די שיפן זענען געפארן אום שבת ווי פריער, מ'בלייבט נישט שטיל קיין איין מינוט אין די פאבליק סקולס, און די אראבער האבן אן אייגענם מדינה אין ארץ ישראל. בקיצור, די מלוכה איז אפשר על מקלו ותו לא.
כופה זיין איז א המשך פון די מלוכה. א מלך צווינגט, נישט דוקא מיט די שווערד, אבער מיט די כח המלכות. ווען מ'לערנט די רמב"ם ווי א רמב"ם ווערט געלערנט, האט עס נישט די מידנעסטע שייכות מיט די פשוטער חיוב אויף יעדער איד צו לערנן תורה מיט אנדערע.
ועוד והוא העיקר, שיקן א פאר שלוחים וואס האבן בארירט א קליין מיעוט פון כלל ישראל אין א קליין מיעוט פון מצוות איז נישט יכוף כל ישראל לילך בה ולחזק בדקה, לא מיניה ולא מקצתיה.
ילחם מלחמות ה' מיינט, כפשוטו, לוחם זיין א מלחמה מיט שווערד, אזוי ווי דוד המלך האט געטון.
און 'די מלחמה פון כפירה אין התבוללות' האט ער גאנץ ווייניג געטון, ווארום די התבוללות און כפירה בוזשעוועט גאנץ שטארק. עס שטייט נישט 'בעסער ווי ידערע אנדערש אין די דור', עס שטייט ער זאל עס טון, און טוישן אויף 'בעסער ווי יעדער אנדערש' איז דמגוגיה. ווי אויך אז עס איז לאו דוקא אמת.
דיין נעמן א רמב"ם און מסלף זיין אריין צו שטופן אין די אדזשענדע פון די פארטיי איז מער מסוכן ווי ציניזם, און ציניזם מיינט נישט שפעטן אין שטותים. אידישקייט האט אנגעהאלטן אן די אלע אמונות טפלות (וואס דו רופסט אן 'חסידישע אמונות'), און עס קען ווייטער אנגיין לאורך ימים.
דער רמב"ם איז נישט קיין נייעם ספר פאר אונז. א רמב"ם אין הלכות טוען ונטען ברויך מען נישט איבערטייטשן און אריין שטופן אין עפעס א באקס. פארוואס זאל הל' מלכים זיין אנדערש?