אלעס וועגן חבד-ליובאוויטש

אגב, מ'רעדט דא אסאך פון 'דור השביעי', דער ריי"ץ אליין האט עס אנדערש גערעכנט, ווען ער שרייבט איבער דער זיבן חסיד'ישע אושפיזין רעכנט ער דער בעש"ט, דער גרויסער מגיד, דער בעל התניא, דער מיטעלער רבי, צמח צדק, מהר"ש, און רש"ב (ספר השיחות תרצ"ז ע' 161. אגרות קודש אדמו"ר הריי"צ חלק ט עמוד תמג, אגרות קודש אדמו"ר מהרמ"ש כרך ד' תש"פ)
און אגב דאגב, ווייסט ווער נאך איז א דור שביעי פונעם בעל התניא, און מ'קען אויך זאגן אויף אים אז 'לחם מלחמות ה''? ברוך גולדשטיין...
 
און אגב דאגב, ווייסט ווער נאך איז א דור שביעי פונעם בעל התניא, און מ'קען אויך זאגן אויף אים אז 'לחם מלחמות ה''? ברוך גולדשטיין...
לפי השמועה זענען די סאטמאר רביים כהיום
דור שמיני פון בעל התניא
וויסען מיר אז שמיני שטייט העכער ווי שביעי ,
על פי חסידות ווייזט שביעי אויף טבע, און שמיני
העכער ווי טבע , למעלה מעשרה טפחים , קומט
אויס,לכתחילה אריבער,דעם שביעי און א פייף טאהן און גיין צו שמיני ,
 
סאיז אשאד די טענה'ריי ,ער גייט קיינמאל פארשטיין וואס אנדערע האלטען, זיי זענען מורא'דיג וואן טרעק מיינדעד , אין אנדערע ווערטער אויף א טריפ ווי א קולט, איך האב שוין גערעדט מיט זייער אסאך פון זיי , סאיז אשאד די צייט.
זיי זענען אזוי ווי נארסעסיסטען ווען מען הייבט אן רעדן פון אידישקייט מיט זיי, זיי קענען נישט פארשטיין אז סאיז דא אידן אויסער חב"ד, איך וואלט געוואלט הערן פון א פיסכעלאג זיי צו פרובירן צו פארשטיין

א קליינע משל מיט איינעם א חבדסקער וועם איך מאך געשעפטן, פונקט גערעדט צו אים ג' תמוז ,זאגט ער מיר אז איך זאל ג'יין צום אהל פארשטייט זיך, זאג איך אים איך בין אפסטעיט , זאגט ער עס איז ווערט אריינצוקומען ,זאג איך אים , איך וועל דיר זאגן די אמת איך בין געווען איינמאל פאר די פאן אפ איט, ג' תמוז און אפשר נאכאמאל סתם א נאכט , און דאס אז איך טרעף מיר שטיין ביים מציבה ,און קעגן מיר שטייען האלב נאקעדיגע אויסגעלאסענע נקיבות , להלכה קען מען קיין אידיש ווארט נישט זאגן , און פארשטייך זיך ריינע מחשבות איז דאך אויך נישט מעגליך זיך מצמצם צו זיין, און א מקום קדוש איז דאס נישט ביי מיר און איך בין געווען turned off , און גראדע שאקט ,
איך זע נישט קיין excuse אויף דעם, זיי רייסן אויס שטיקער פון די תורה ,אפגערעדט אז דאס איז ווייט פון חסידות וואס זיי וועלן מיר פארקויפן טאג און נאכט ,קודם זיי א בלויזע ערליכע איד און היט די תורה און האב קדושה , ניטאמאל ביי מאדערן ארטעדאקס שטייען מענער מיט פרויען און דאווענען אינאיינעם,
איך זאג אים איך בין שוין געווען ביי פולע ציונים לענגאויס אמעריקע, יוראפ,ארצנו הקדושה , איך האב נאך אין ערגעץ נישט געזען אזא התנהגות ניטאמאל בדומה לו, סא מיר צו זאגן צו ג'יין מתפלל זיין אויף אזא פלאץ אלץ הייליגקייט און נישט סתם פאר פאן , דאן פארקויף א ברידזש פאר א צווייטען ביטע ! און לאז מיר געמאכט!
בקיצור ער האלט זיך ביי זיינעם פארשטייט זיך .
זאג איך אים הער אויס מאך מיר א דיעל, די וועסט קומען כ"ו אב קיין קרית יואל צו מיין רבי און איך וועל גיין צו דיין רבי, איך האב מיט דיין רבי גארנישט, סא פארוואס זאל איך ג'יין ,אבער אז די קומסט צו מיין ,גיי איך צו דיין

נישט מער און נישט ווייניגער געט ער א ווער ווילד און נעמט זיך שרייען ביזט משיגע ? די גלייכסט צו מיין רבי צו סאטמאר ? מנחם מענדל איז די גרעסטע רבי אין די וועלט, זאג איך אים גראדע אז סאיז דא מער פולקאמע אידן שומרי תורה והמצוות חסידי סאטמאר ווי חב"ד אויף די וועלט, וואס ער האט אויף דעם נישט געהאט וואס צו ענטפערן, למעשה קענסט זיך שטעלן אויפן קאפ, געהעריגע נארסעסיסטען, איך פרעג אין וואס איז א חילוק ווער עס איז גרעסער , איך בעט דיר א טובה איך האלט מיין רבי איז די הייליגסטע , די קום צו מיר און איך גיי צו דיינס, אבער no body home דאס איז איין קליינע דוגמא, איך קען שרייבן ביכער פון אזאנע
ביידעוועי דיין תגובה שטינקט פון סאטמאר.
אויב איז ער נישט געווען א ציוני וואס שטערט עס אזוי פאר די סאטמערע?
 
לפי השמועה זענען די סאטמאר רביים כהיום
דור שמיני פון בעל התניא
בעל התניא
מיטעלער רבי
טשערקאסער רבי
שטערנא פייגא אשת ר' משולם זוסיא אויערבאך
ר' מאטעלע הארנסטייפלער
ר' שלום אליעזר
עצי חיים
ברך משה
מטה אהרן ושבט יהודה
 
בעל התניא
מיטעלער רבי
טשערקאסער רבי
שטערנא פייגא אשת ר' משולם זוסיא אויערבאך
ר' מאטעלע הארנסטייפלער
ר' שלום אליעזר
עצי חיים
ברך משה
מטה אהרן ושבט יהודה
צ'ל שבט אהרן ומשה יהודה וד'ל
 
ביידעוועי דיין תגובה שטינקט פון סאטמאר.
אויב איז ער נישט געווען א ציוני וואס שטערט עס אזוי פאר די סאטמערע?
ווי קומט דא אריין סאטמאר? די קענסט מיר מסביר זיין פארוואס די מענטש קלערט אפילו מיך צו הייסן גיין צו זיין רביס ציון ,ווען ער האלט נישט ביים ג'יין צו מיין רבי? און רעדט מיט זילזול צו מיר וועגן מיין רבי , און איך האב מיט זיין רבי גארנישט.
פון ווי שטאמט דאס פון זיין מיסיאנערן און פרובירן יעדים צו מאכן א חבדסקער חסיד?
ווער אין די וועלט טוט דאס ? פארוואס זענען זיי ביזי מיר צו פארציילן חסידות פון זייער רבי וואס הייבט נישט אן צו שטימען , ווען ער וויל נישט הערן גארנישט פון מיין רבי ?
 
האסט ארויס געברענגט א געוואלדיגע ריכטיגע נקודה.
אין גאנץ כלל ישראל איז עס אנגענומן אז יעדער מעג נאכגייען זיין רביס און מהלך, ווייל קיין שום בת קול האט נישט געפסקנט אז דער סלאנימער, גערער, וויזניצער, ליטווישער, ברסלבער, אדער סיי וועלכע מהלך איז ריכטיג. פאר דעם פארשטיין אלע אז עס איז נישט אין פלאטץ צוצורעדן איינער פון א צווייטע קרייז אז זיינס איז נישט ריכטיג.
ווידער ווען מיר טרעפן א נישט פרומע איד, פארשטייען מיר אז עפעס איז ליידיג אין זיין נשמה, און מיר ווילן אים ארויס העלפן און אויסלערנן תורה.
ווייל ער האט טאקע נישט קיין מהלך.

אין ליובאוויטש, קוקן זיי אן אלע נישט ליובאוויטשער פונקט ווי פרייע אידן, און נאך ערגער, ווארום א פרייע איד איז דאך גרייט אמאל צו קושן די בילד פון זייער רבין, און א בעלזער חסיד וועט דאס קיינמאל נישט טון. זייער ארום גייען שמחת תורה צו אנדערע בתי מדרשים חזרן א מאמר חסידות איז נישט קיין הפצת החסידות נאר אן אויסדרוק פון א שנאת ישראל און א שפאט אין די אידישקייט פון גדולים וטובים.
און אין די בריוון פון דער ליובאוויטשער רבין זעט זיך עס שטארק, אז ער פארשטייט בכלל נישט קיין אנדערע מיינונג, און ער זאגט אריין דעות ביי זיי. און זיין שווער האט געליטן פון די זעלבע פראבלעם.
 
די פראבלעם פון די ליובאוויטשער רביס איז לאו דוקא א טאטאלן פעלער זייערע. איינער וואס קען דערהייבן פארשידענע מיינונגן איז לאו דוקא א ברייטערע. עס קען זיין אז ער איז א ווישי-וואשי נישט ערנסטע מענטש, וואס טוט נישט נאר ווי ער גלויבט, נאר אויך ווי די ווינט בלאזט. די ליובאוויטשער רביס זענן געווען שטארקע פערסאנאליטעטן, און זיי האבן נישט געקענט אריין נעמן קיין שום קער אין זייער גאנג. חסידות, און נאר חסידות! מיר, פון דערויסן, דארפן וויסן אז מיט זייער אלע מעלות זענן זיי געווען מצומצמים, און מיר דארפן נישט נתפעל ווערן פון זייער באמבאסטישע רייד.
 
ערגעץ אויף קאווע שטיבל זצ״ל זי״ע זללה״ה
האט איינער געברענגט א לינק פון איינער אין פאריז ווואס טאנעט אז ער איז א קינד פון מנחם מענדיל-משיח
למעשה טרעף איך עס נישט .
ווייסט איינער פון וואס איך רעד?
 
  • שאק
רעאקציעס: Yesh
האסט ארויס געברענגט א געוואלדיגע ריכטיגע נקודה.
אין גאנץ כלל ישראל איז עס אנגענומן אז יעדער מעג נאכגייען זיין רביס און מהלך, ווייל קיין שום בת קול האט נישט געפסקנט אז דער סלאנימער, גערער, וויזניצער, ליטווישער, ברסלבער, אדער סיי וועלכע מהלך איז ריכטיג. פאר דעם פארשטיין אלע אז עס איז נישט אין פלאטץ צוצורעדן איינער פון א צווייטע קרייז אז זיינס איז נישט ריכטיג.
ווידער ווען מיר טרעפן א נישט פרומע איד, פארשטייען מיר אז עפעס איז ליידיג אין זיין נשמה, און מיר ווילן אים ארויס העלפן און אויסלערנן תורה.
ווייל ער האט טאקע נישט קיין מהלך.

אין ליובאוויטש, קוקן זיי אן אלע נישט ליובאוויטשער פונקט ווי פרייע אידן, און נאך ערגער, ווארום א פרייע איד איז דאך גרייט אמאל צו קושן די בילד פון זייער רבין, און א בעלזער חסיד וועט דאס קיינמאל נישט טון. זייער ארום גייען שמחת תורה צו אנדערע בתי מדרשים חזרן א מאמר חסידות איז נישט קיין הפצת החסידות נאר אן אויסדרוק פון א שנאת ישראל און א שפאט אין די אידישקייט פון גדולים וטובים.
און אין די בריוון פון דער ליובאוויטשער רבין זעט זיך עס שטארק, אז ער פארשטייט בכלל נישט קיין אנדערע מיינונג, און ער זאגט אריין דעות ביי זיי. און זיין שווער האט געליטן פון די זעלבע פראבלעם.
רבי זי"ע-אידן אין סאטמאר זענען נישט בעסער אין דעם הינזיכט.
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
ערגעץ אויף קאווע שטיבל זצ״ל זי״ע זללה״ה
האט איינער געברענגט א לינק פון איינער אין פאריז ווואס טאנעט אז ער איז א קינד פון מנחם מענדיל-משיח
למעשה טרעף איך עס נישט .
ווייסט איינער פון וואס איך רעד?
איך האב געמיינט אז ער האט געמאכט א פערסידשער, ער זאל נישט האבן קיין קינדער.
 
יעצט וואס די משיח ביזנעס איז שוין מער ווייניגער אויסגעצאפט, לאמיר שמועסן וועגן די שליחות סיסטעם.

במשך אלע דורות, זענן תלמידי חכמים געפארן צו ווערן רבנים צווישן פויערס און פשוטער מענטשן, און זיי האבן געלעבט אן איינזאמע לעבן אן חברים ואחים לדעה, און דארט האבן זיי פראבירט צו העלפן די לאקאלע אידן מיט זייער אידישקייט. פארשטייט זיך אז נישט אלע שטעט זענן אזוי געווען, און נישט אלע מדינות האבן אזוי אויסגעקוקט, אבער דער מושג האט אייביג עגזיסטירט. ר' חיים בריסקער האט געשיקט הרב הנקין צו ווערן רב אונטער די הרי החשך, למשל.
ישיבת תומכי תמימים אין רוסלאנד איז נישט געווען קיין פאבריק צו פראדוצירן שלוחים. בחורים דארט האבן געלערנט, נגלה און נסתר, און דערנאך זענן זיי געגאנגן וואו זיי זענן געגאנגן. ביים אנהייב פון קומוניזם האט ר' יוסף יצחק זיך ארגאניזירט צו שיקן זיין תלמידים צו בויען און מאכן ישיבות מיט חדרים. פארשטייט זיך אז די הריגות אונטער די קומוניסטן האבן אפגעשטעלט כמעט די גאנצע ארבעט.
מאנכע זאגן אז דער רמ"ש האט געזען די נאוואהרדאקער ישיבות און האט מחליט געווען זיי נאכצומאכן. נאוואהרדאק האט געהאט א שיטת החינוך אז די יונגע בחורים מוזן זיך צוגעאוואוינן צו טון אין זיכוי הרבים, און זיי זענן געשיקט געווארן צו האלטן דרשות, עפענן נאך ישיבות, און מקרב זיין מענטשן לתורה ומוסר. נישט נאר אז בוגרי הישיבה האבן דאס געטון, נאר דאס איז געווען א חלק פון די חינוך פון די ישיבה פון יונגווייז. (נאוואהרדאק איז א שמועס פאר זיך. די וואס האבן געקענט מענטשן פון דארט האבן אן אנדערן בליק ווי די ביכער און צייטונגן, אבער דאס איז גאר אן אנדערן שמועס).
בכל אופן, דער רמ"ש האט איינגעפיהרט א נייעם מהלך, און דאס האט געטוישט די גאנצע פנים פון חב"ד, פון די ישיבות ביז צו די טעגליכע לעבן. יעדער וואס קען דארף שטרעבן, אדער טון למעשה, אין די שליחות אפאראט. אנהויבענדיג מיט די עשרה מבצעים, ביז צו גייען אין א פרעמדן שטאט און בויען א יש מאין פון אידישקייט פאר די וואס ווייסן ניטאמאל אז עס פעלט זיי.
דאס האט געקאסט א דאפעלטן פרייז. ערשטנס, די רמה פון די ישיבה איז אראפ געפאלן נוראות, ווייל די פאקוס איון די עיקר כבוד וואס א בחור באקומט איז נישט פון שטייען העכער אין לערנן, אדער זיין ערליכער ווי א צווייטן, נאר זיין יכולת אין די שליחות סיסטעם. אויב אזוי, פארוואס זאל א בחור משקיע זיין אין ווערן א גרעסערע תלמיד חכם אדער עובד? למעשה לערנט מען דארט, דאס קען מען נישט אוועק מאכן, אבער עס איז נישט ווי ישיבות וואס זענן געווידמעט אך ורק ללימוד התורה.

ווען די שלוחים גייען ארויס, קומט ארויס זייער כוחות מן הכוח לפועל. לדעתי, רוב שלוחים טון גארנישט מיט זייער טעג. יעדער שטיק צייט מאכט זיך א לאטקע עסן חגיגה, אדער א מת מצוה וואס פאדערט א פאר פאון קאללס, אבער למעשה דער עולם איז נישט אזוי אינטרעסירט אין זיי. טאמער זיי האבן נישט קיין אינערליכע טרייב צו טון און בויען, האבן זיי נישט די ארומיגע הילף זיך צו האלטן פעסט. געציילטע אבער האבן גרויס הצלחה. דער וואס האלט ביים ארבעטן און אקערן די פעלד, קען בויען מוסדות און אנרירן מענטשן. זיי זוכן נישט קיין קירוב, זיי זוכן מצוות. די וועלטליכע קירוב אפאראט זוכט א פלאן צוצורעדן מענטשן צו ווערן פרום. דאס טוט מען דורך אידישע עווענטס, אדער לימוד התורה, למר כדאית ליה ולמר כדאית ליה. אין ליובאוויטש אבער איז דער ענין פון קירוב נישט די נושא. טאמער זיי צינדן א חנוכה מנורה אין גאס, און אידן קומן עסן פאנטשקעס, דאס איז אליינס א הצלחה, צו ער ווערט פרום דערפון צו נישט. יעדער מצוה איז איר אייגענע חשבון, איין מאל תפילין לייגן איז שוין א זאך, אפגערעדט צו ער לייגט מארגן אויך.

עס איז נאך דא וואס צו שמועסן, תן לחכם ויחכם עוד, זאגט אונז אייער עקספיריענס מיט שלוחים איבער דער וועלט.
 
עס איז פאני אז ביי מאנכע איז חבד א אראפגעקוקטע פלאץ אבער ריאליסטיש נוצן אסאך חבד שליחים און אז ביי חבד איז פאראן די לאועסט רעיט אטד"ס
פון וואנעט נעמסטו די סטאטיסטיקס?

איך האב נישט געציילט, אבער לכאורה האבן זיי די העכסטע פראצענט פון אטד״ס לויט מיין עקספירענס אין לעבן. איך קען נישט קיין איין חסידות מיט אזוי אסאך אפגעפארענע. ספעציעל אויב רעכענסטו אריין אלע חבדסקר און נישט נאר וואס זיי רופן גזע.

אין חב״ד איז דא אסאך בעלי תשובות וואס קומען און גייען.
גזע אדער ״געזאַשע״ ווי זיי רופן עס, זענען די משפחות אין ליובאביטש וואס שטאמען דורי דורות פון חב״ד נאך פון אינדערהיים, למשל משפחת שמטוב (שם טוב) גורארי וכו׳
די משפחות זענען זיך נישט געווענטליך משדך מיט די צוגעקומענע בעלי תשובה (ווייל זיי זענען דאך נישט פון די ריינע ראסע… זיי זענען דאך געמישט מיט ווער ווייסט וואס - לויט זייער פארשטאנד…)

עני וועי חב״ד האט די מערסטע נישט די ווייניגסטע!!!
כהאב נישט קיין שום ספק אינדעם…
און זיי האבן די מערסטע אפגעפארענע מיידלעך אויך.
 
לעצט רעדאגירט:
שלמה קארליבאך איז געווען א חב"ד שליח ער’ט געהאט תקופות וואס ער איז געווען גענצליך פריי. דער רבי האט דאן געזאגט בערך אזוי. אזוי ווי א שליח חב”ד איז נאך קיינמאל ניט אראפ פון וועג מוז זיין אז דער איז קיין שליח קיינמאל געווען! אפקעינהו!
 
א חב"ד חסיד שרייבט אויף טוויטער וועגן דער בחור וואס האט זיך גענומן דאס לעבן יענער וואך

The first problem when speaking about shluchim's kids and their struggles is in the name itself: “shluchim’s kids.” A generalization. Implying that all children who grew up on shlichus have a very similar core, formative, and life experience. They do not.The divide is not between kids who grow up on shlichus and Lubavitch kids who do not. The major divide is between kids who grow up on shlichus without access to a frum community/cheder and everyone else. Yes, a kid who grew up on shlichus but went to school with other anash kids is significantly more similar to a kid who grew up in Crown Heights or in other anash communities than to a child who grew up on shlichus without said structure.Why? Because when you grow up without anash friends, the local kids who are supposed to be your friends are your customers. From a very young age, you’re “selling Judaism.” You’re an example to them. You can’t eat at their homes. You may not even go to their houses at all. So your friends -and it pains me to write this- are not your real friends. Yes, you play with them and laugh with them, but then they go home to their “real” lives, and you go home to yours. And the core values and experiences in those two homes don’t overlap, so really deep childhood friendships don’t form.And later, when you finally (!) go to yeshiva and are supposed to finally (!) be with “your people,” you realize that… you’re different. Sometimes very different. You don’t speak the same way (even if you speak the same language…), you have different mannerisms, and you might be interested in different things than them. Things that stood out about you and your personality, things that you tied your identity to at home, are non-things here in yeshiva, or worse—they’re bad or weird things.So you feel that you don’t really fit.You know that these are your people (some of them are your cousins!), but it’s supposed to flow; it’s supposed to feel like family, like home—but it doesn’t.You might have friends in yeshiva; you might even do well academically. But no one there (aside from maybe other kids who grew up in similar circumstances as you, but even that is not always the case) understands you.You’re a unique breed, and no one there dreams in your language.So, you’re homeless. You are alone. That in itself is painful, of course, but it’s also fertile ground for harassment, for bullying. And so it goes…And what makes matters worse is that you’re not “supposed to” feel this way. These are your people! We speak the same language, don’t we? We have the same goals, don’t we?Well, yes. And no.And as a young child, and later as a teenager, you can’t explain it. But you know it’s there. So it hurts.Some adapt quickly (I thankfully did), and some more slowly, and some never do. Even after they’re married and have kids, they don’t find “their place.” A “Chabad House community” is not really for them, but neither is an “Anash community.” So they’re homeless.So, what do we want? Although I know many who lived through the above, I can only speak for myself. I thankfully adapted (generally speaking), and the above is not a cause of distress in my life. But for many it is.So what do I want? Why am I sharing this? Because we need to acknowledge this in public. We need to have these conversations so shluchim can be aware of what their kids are going through and try to address it as only a parent can.We need to speak about this so educators can know that when they get a kid from Randomville, USA, to their yeshiva, he may look like Chaim from Chicago, but he’s very different.This is the silent price many of us pay for growing up on shlichus in remote communities. It’s time for it not to be silent anymore. It can save a life.​

ענדליך קען איינער מודה זיין אז שליחות האט א פרייז, און דער רבי האט עס פארזען.

זיי וועלן זאגן אז דאס איז די בחינה פון 'בזבוז האוצרות' (א מושג וואס ער האט געזויגן פון פינגער) און נאר אזוי קומט מען צו נצחון. שוין, אבער זיי כאטש מודה אז עס קאסט א פרייז.
 
חב״ד ,הן עם לבדד ישכון ובגוים לא יתחשב , די לעצטע רבי ,האט גיהאט א כח נפלאה צו אינספערין מענטשן און אהנצודען אין חסידים א ברען פון ענערגיע ,צו טהון זאכען וואס קיין שום נארמאלער
ילוד אשה וואלט געטהון ,יונגע פארפעלקער ,קוים
וואס זיי האבען חתונה ,און ער פאר שיקט זיי בארץ
מדבר,ארץ לא זרועה ,צו בויען חב״ד הייזער ,און זיי
זענען מרגיש כאילו זיי זענען אויף דעם תפקיד נולד גיווארן, און דאס איז זייער חיוב פאר די גופות און נשמות ,אהן טראכטען אז מען וויל פשוט בויען א בית נאמן מיט בנים סביב לשולחניך כי כן יבורך גבר,
עס ליגט טיף אין דעם ,א מין אכזריות און אומענטשליכקייט ,וואס שטאמט פון נישט האבען אייגענע קינדער און דורות ,ווערט פארמירט אין די
געוויסען צו קאנטראלען אנדערע און דיסראפטען
זייערע נארמאלע חיי נישואין ,און אזוי ווי א רוח קדושה האט ער דאך גיהאט אין זיך,איז א מחשבה נצנצה במוחו ,מען גייט טהון להוציא יקר מזולל ,מען צושיקט קאפעלס לארבע כנפות הארץ ,און מען איז נאך ,דער גרויסער מקרב לבבות ישראל ,ביז מען קען זיך שוין דערקלערן הנה זה בא,דער משיח איז דא, מען דארף נאר בעטן פאר זיין גילוי ,און מיט זיין קאריזמא און כח פון פערסועישן,האט ער אהנגידרייט מאסען קלוגע מענטשן צו אפקויפען זיינע דמיונות ,און אזוי אז עס פאהרט שוין א וואגען
פון פראפאגאנדע און פירסומים מיט גוזמאות און
מופתים,פון זיין גדלות און יחידות, אז ער טהוט שוין כביכול קאמפיטען מיט גאט.
דער אמת איז,אז בימיו -אף אז עס זענען געקומען
פארשידענע חשוב׳ע און גדולי ישראל ,צו נעמען פון
איהם א דולר ,און זיי האבען דאס פאראייביגט אויף
זייער ווידעאס, זענען רוב גדולים -דוקא נישט געקומען,ער איז גיוועהן נאכאלעמען אינדרויסן פון
די אלגעמיינע כלל ישראל ווירטשאפט ,און די וואס זענען יא געקומען נעמען א דולר ,איז געוועהן א טהייל מיט לחץ און פרעשור פון פאון קאלס,און אנדערע זענען געקומען סתם אזוי מהיכי תיתי -אם לא יועיל לא יזיק-
אבער מען האט איהם נישט באטראכט אלץ א גדול
און ווארט זאגער ביי שלומי ישראל .
דאס זענען די פאקטן כשמש בצהרים ,יעצט נאך אלעמען ,עס רופט ארויס רעספעקט פאר דעם וואס
ער האט געטהון,און עס איז דא הצלחה אין זיינע פראיעקטן פון די שליחות ,אבער עס איז נישט די יסוד פון יידישקייט לדורות ,וואס איז דוקא אויף די דרך המסורה מיט תורה אין ישיבות ,און ישיבת תומכי תמימים איז טאקע אויף די מהלך ,הגם זיי
זענען מוותר א גרויס חלק אויף חסידות, אבער
עכ״פ די תורה הזאת לא ימוש מפינו ,הוויות אביי ורבא דאס איז עס, נישט חסידות ,כי הם חיינו .
 
Back
Top