סאיז אשאד די טענה'ריי ,ער גייט קיינמאל פארשטיין וואס אנדערע האלטען, זיי זענען מורא'דיג וואן טרעק מיינדעד , אין אנדערע ווערטער אויף א טריפ ווי א קולט, איך האב שוין גערעדט מיט זייער אסאך פון זיי , סאיז אשאד די צייט.
זיי זענען אזוי ווי נארסעסיסטען ווען מען הייבט אן רעדן פון אידישקייט מיט זיי, זיי קענען נישט פארשטיין אז סאיז דא אידן אויסער חב"ד, איך וואלט געוואלט הערן פון א פיסכעלאג זיי צו פרובירן צו פארשטיין
א קליינע משל מיט איינעם א חבדסקער וועם איך מאך געשעפטן, פונקט גערעדט צו אים ג' תמוז ,זאגט ער מיר אז איך זאל ג'יין צום אהל פארשטייט זיך, זאג איך אים איך בין אפסטעיט , זאגט ער עס איז ווערט אריינצוקומען ,זאג איך אים , איך וועל דיר זאגן די אמת איך בין געווען איינמאל פאר די פאן אפ איט, ג' תמוז און אפשר נאכאמאל סתם א נאכט , און דאס אז איך טרעף מיר שטיין ביים מציבה ,און קעגן מיר שטייען האלב נאקעדיגע אויסגעלאסענע נקיבות , להלכה קען מען קיין אידיש ווארט נישט זאגן , און פארשטייך זיך ריינע מחשבות איז דאך אויך נישט מעגליך זיך מצמצם צו זיין, און א מקום קדוש איז דאס נישט ביי מיר און איך בין געווען turned off , און גראדע שאקט ,
איך זע נישט קיין excuse אויף דעם, זיי רייסן אויס שטיקער פון די תורה ,אפגערעדט אז דאס איז ווייט פון חסידות וואס זיי וועלן מיר פארקויפן טאג און נאכט ,קודם זיי א בלויזע ערליכע איד און היט די תורה און האב קדושה , ניטאמאל ביי מאדערן ארטעדאקס שטייען מענער מיט פרויען און דאווענען אינאיינעם,
איך זאג אים איך בין שוין געווען ביי פולע ציונים לענגאויס אמעריקע, יוראפ,ארצנו הקדושה , איך האב נאך אין ערגעץ נישט געזען אזא התנהגות ניטאמאל בדומה לו, סא מיר צו זאגן צו ג'יין מתפלל זיין אויף אזא פלאץ אלץ הייליגקייט און נישט סתם פאר פאן , דאן פארקויף א ברידזש פאר א צווייטען ביטע ! און לאז מיר געמאכט!
בקיצור ער האלט זיך ביי זיינעם פארשטייט זיך .
זאג איך אים הער אויס מאך מיר א דיעל, די וועסט קומען כ"ו אב קיין קרית יואל צו מיין רבי און איך וועל גיין צו דיין רבי, איך האב מיט דיין רבי גארנישט, סא פארוואס זאל איך ג'יין ,אבער אז די קומסט צו מיין ,גיי איך צו דיין
נישט מער און נישט ווייניגער געט ער א ווער ווילד און נעמט זיך שרייען ביזט משיגע ? די גלייכסט צו מיין רבי צו סאטמאר ? מנחם מענדל איז די גרעסטע רבי אין די וועלט, זאג איך אים גראדע אז סאיז דא מער פולקאמע אידן שומרי תורה והמצוות חסידי סאטמאר ווי חב"ד אויף די וועלט, וואס ער האט אויף דעם נישט געהאט וואס צו ענטפערן, למעשה קענסט זיך שטעלן אויפן קאפ, געהעריגע נארסעסיסטען, איך פרעג אין וואס איז א חילוק ווער עס איז גרעסער , איך בעט דיר א טובה איך האלט מיין רבי איז די הייליגסטע , די קום צו מיר און איך גיי צו דיינס, אבער no body home דאס איז איין קליינע דוגמא, איך קען שרייבן ביכער פון אזאנע