אלעס וועגן חבד-ליובאוויטש

אגב, מ'רעדט דא אסאך פון 'דור השביעי', דער ריי"ץ אליין האט עס אנדערש גערעכנט, ווען ער שרייבט איבער דער זיבן חסיד'ישע אושפיזין רעכנט ער דער בעש"ט, דער גרויסער מגיד, דער בעל התניא, דער מיטעלער רבי, צמח צדק, מהר"ש, און רש"ב (ספר השיחות תרצ"ז ע' 161. אגרות קודש אדמו"ר הריי"צ חלק ט עמוד תמג, אגרות קודש אדמו"ר מהרמ"ש כרך ד' תש"פ)
און אגב דאגב, ווייסט ווער נאך איז א דור שביעי פונעם בעל התניא, און מ'קען אויך זאגן אויף אים אז 'לחם מלחמות ה''? ברוך גולדשטיין...
 
און אגב דאגב, ווייסט ווער נאך איז א דור שביעי פונעם בעל התניא, און מ'קען אויך זאגן אויף אים אז 'לחם מלחמות ה''? ברוך גולדשטיין...
לפי השמועה זענען די סאטמאר רביים כהיום
דור שמיני פון בעל התניא
וויסען מיר אז שמיני שטייט העכער ווי שביעי ,
על פי חסידות ווייזט שביעי אויף טבע, און שמיני
העכער ווי טבע , למעלה מעשרה טפחים , קומט
אויס,לכתחילה אריבער,דעם שביעי און א פייף טאהן און גיין צו שמיני ,
 
סאיז אשאד די טענה'ריי ,ער גייט קיינמאל פארשטיין וואס אנדערע האלטען, זיי זענען מורא'דיג וואן טרעק מיינדעד , אין אנדערע ווערטער אויף א טריפ ווי א קולט, איך האב שוין גערעדט מיט זייער אסאך פון זיי , סאיז אשאד די צייט.
זיי זענען אזוי ווי נארסעסיסטען ווען מען הייבט אן רעדן פון אידישקייט מיט זיי, זיי קענען נישט פארשטיין אז סאיז דא אידן אויסער חב"ד, איך וואלט געוואלט הערן פון א פיסכעלאג זיי צו פרובירן צו פארשטיין

א קליינע משל מיט איינעם א חבדסקער וועם איך מאך געשעפטן, פונקט גערעדט צו אים ג' תמוז ,זאגט ער מיר אז איך זאל ג'יין צום אהל פארשטייט זיך, זאג איך אים איך בין אפסטעיט , זאגט ער עס איז ווערט אריינצוקומען ,זאג איך אים , איך וועל דיר זאגן די אמת איך בין געווען איינמאל פאר די פאן אפ איט, ג' תמוז און אפשר נאכאמאל סתם א נאכט , און דאס אז איך טרעף מיר שטיין ביים מציבה ,און קעגן מיר שטייען האלב נאקעדיגע אויסגעלאסענע נקיבות , להלכה קען מען קיין אידיש ווארט נישט זאגן , און פארשטייך זיך ריינע מחשבות איז דאך אויך נישט מעגליך זיך מצמצם צו זיין, און א מקום קדוש איז דאס נישט ביי מיר און איך בין געווען turned off , און גראדע שאקט ,
איך זע נישט קיין excuse אויף דעם, זיי רייסן אויס שטיקער פון די תורה ,אפגערעדט אז דאס איז ווייט פון חסידות וואס זיי וועלן מיר פארקויפן טאג און נאכט ,קודם זיי א בלויזע ערליכע איד און היט די תורה און האב קדושה , ניטאמאל ביי מאדערן ארטעדאקס שטייען מענער מיט פרויען און דאווענען אינאיינעם,
איך זאג אים איך בין שוין געווען ביי פולע ציונים לענגאויס אמעריקע, יוראפ,ארצנו הקדושה , איך האב נאך אין ערגעץ נישט געזען אזא התנהגות ניטאמאל בדומה לו, סא מיר צו זאגן צו ג'יין מתפלל זיין אויף אזא פלאץ אלץ הייליגקייט און נישט סתם פאר פאן , דאן פארקויף א ברידזש פאר א צווייטען ביטע ! און לאז מיר געמאכט!
בקיצור ער האלט זיך ביי זיינעם פארשטייט זיך .
זאג איך אים הער אויס מאך מיר א דיעל, די וועסט קומען כ"ו אב קיין קרית יואל צו מיין רבי און איך וועל גיין צו דיין רבי, איך האב מיט דיין רבי גארנישט, סא פארוואס זאל איך ג'יין ,אבער אז די קומסט צו מיין ,גיי איך צו דיין

נישט מער און נישט ווייניגער געט ער א ווער ווילד און נעמט זיך שרייען ביזט משיגע ? די גלייכסט צו מיין רבי צו סאטמאר ? מנחם מענדל איז די גרעסטע רבי אין די וועלט, זאג איך אים גראדע אז סאיז דא מער פולקאמע אידן שומרי תורה והמצוות חסידי סאטמאר ווי חב"ד אויף די וועלט, וואס ער האט אויף דעם נישט געהאט וואס צו ענטפערן, למעשה קענסט זיך שטעלן אויפן קאפ, געהעריגע נארסעסיסטען, איך פרעג אין וואס איז א חילוק ווער עס איז גרעסער , איך בעט דיר א טובה איך האלט מיין רבי איז די הייליגסטע , די קום צו מיר און איך גיי צו דיינס, אבער no body home דאס איז איין קליינע דוגמא, איך קען שרייבן ביכער פון אזאנע
ביידעוועי דיין תגובה שטינקט פון סאטמאר.
אויב איז ער נישט געווען א ציוני וואס שטערט עס אזוי פאר די סאטמערע?
 
לפי השמועה זענען די סאטמאר רביים כהיום
דור שמיני פון בעל התניא
בעל התניא
מיטעלער רבי
טשערקאסער רבי
שטערנא פייגא אשת ר' משולם זוסיא אויערבאך
ר' מאטעלע הארנסטייפלער
ר' שלום אליעזר
עצי חיים
ברך משה
מטה אהרן ושבט יהודה
 
בעל התניא
מיטעלער רבי
טשערקאסער רבי
שטערנא פייגא אשת ר' משולם זוסיא אויערבאך
ר' מאטעלע הארנסטייפלער
ר' שלום אליעזר
עצי חיים
ברך משה
מטה אהרן ושבט יהודה
צ'ל שבט אהרן ומשה יהודה וד'ל
 
ביידעוועי דיין תגובה שטינקט פון סאטמאר.
אויב איז ער נישט געווען א ציוני וואס שטערט עס אזוי פאר די סאטמערע?
ווי קומט דא אריין סאטמאר? די קענסט מיר מסביר זיין פארוואס די מענטש קלערט אפילו מיך צו הייסן גיין צו זיין רביס ציון ,ווען ער האלט נישט ביים ג'יין צו מיין רבי? און רעדט מיט זילזול צו מיר וועגן מיין רבי , און איך האב מיט זיין רבי גארנישט.
פון ווי שטאמט דאס פון זיין מיסיאנערן און פרובירן יעדים צו מאכן א חבדסקער חסיד?
ווער אין די וועלט טוט דאס ? פארוואס זענען זיי ביזי מיר צו פארציילן חסידות פון זייער רבי וואס הייבט נישט אן צו שטימען , ווען ער וויל נישט הערן גארנישט פון מיין רבי ?
 
האסט ארויס געברענגט א געוואלדיגע ריכטיגע נקודה.
אין גאנץ כלל ישראל איז עס אנגענומן אז יעדער מעג נאכגייען זיין רביס און מהלך, ווייל קיין שום בת קול האט נישט געפסקנט אז דער סלאנימער, גערער, וויזניצער, ליטווישער, ברסלבער, אדער סיי וועלכע מהלך איז ריכטיג. פאר דעם פארשטיין אלע אז עס איז נישט אין פלאטץ צוצורעדן איינער פון א צווייטע קרייז אז זיינס איז נישט ריכטיג.
ווידער ווען מיר טרעפן א נישט פרומע איד, פארשטייען מיר אז עפעס איז ליידיג אין זיין נשמה, און מיר ווילן אים ארויס העלפן און אויסלערנן תורה.
ווייל ער האט טאקע נישט קיין מהלך.

אין ליובאוויטש, קוקן זיי אן אלע נישט ליובאוויטשער פונקט ווי פרייע אידן, און נאך ערגער, ווארום א פרייע איד איז דאך גרייט אמאל צו קושן די בילד פון זייער רבין, און א בעלזער חסיד וועט דאס קיינמאל נישט טון. זייער ארום גייען שמחת תורה צו אנדערע בתי מדרשים חזרן א מאמר חסידות איז נישט קיין הפצת החסידות נאר אן אויסדרוק פון א שנאת ישראל און א שפאט אין די אידישקייט פון גדולים וטובים.
און אין די בריוון פון דער ליובאוויטשער רבין זעט זיך עס שטארק, אז ער פארשטייט בכלל נישט קיין אנדערע מיינונג, און ער זאגט אריין דעות ביי זיי. און זיין שווער האט געליטן פון די זעלבע פראבלעם.
 
די פראבלעם פון די ליובאוויטשער רביס איז לאו דוקא א טאטאלן פעלער זייערע. איינער וואס קען דערהייבן פארשידענע מיינונגן איז לאו דוקא א ברייטערע. עס קען זיין אז ער איז א ווישי-וואשי נישט ערנסטע מענטש, וואס טוט נישט נאר ווי ער גלויבט, נאר אויך ווי די ווינט בלאזט. די ליובאוויטשער רביס זענן געווען שטארקע פערסאנאליטעטן, און זיי האבן נישט געקענט אריין נעמן קיין שום קער אין זייער גאנג. חסידות, און נאר חסידות! מיר, פון דערויסן, דארפן וויסן אז מיט זייער אלע מעלות זענן זיי געווען מצומצמים, און מיר דארפן נישט נתפעל ווערן פון זייער באמבאסטישע רייד.
 
ערגעץ אויף קאווע שטיבל זצ״ל זי״ע זללה״ה
האט איינער געברענגט א לינק פון איינער אין פאריז ווואס טאנעט אז ער איז א קינד פון מנחם מענדיל-משיח
למעשה טרעף איך עס נישט .
ווייסט איינער פון וואס איך רעד?
 
  • שאק
רעאקציעס: Yesh
האסט ארויס געברענגט א געוואלדיגע ריכטיגע נקודה.
אין גאנץ כלל ישראל איז עס אנגענומן אז יעדער מעג נאכגייען זיין רביס און מהלך, ווייל קיין שום בת קול האט נישט געפסקנט אז דער סלאנימער, גערער, וויזניצער, ליטווישער, ברסלבער, אדער סיי וועלכע מהלך איז ריכטיג. פאר דעם פארשטיין אלע אז עס איז נישט אין פלאטץ צוצורעדן איינער פון א צווייטע קרייז אז זיינס איז נישט ריכטיג.
ווידער ווען מיר טרעפן א נישט פרומע איד, פארשטייען מיר אז עפעס איז ליידיג אין זיין נשמה, און מיר ווילן אים ארויס העלפן און אויסלערנן תורה.
ווייל ער האט טאקע נישט קיין מהלך.

אין ליובאוויטש, קוקן זיי אן אלע נישט ליובאוויטשער פונקט ווי פרייע אידן, און נאך ערגער, ווארום א פרייע איד איז דאך גרייט אמאל צו קושן די בילד פון זייער רבין, און א בעלזער חסיד וועט דאס קיינמאל נישט טון. זייער ארום גייען שמחת תורה צו אנדערע בתי מדרשים חזרן א מאמר חסידות איז נישט קיין הפצת החסידות נאר אן אויסדרוק פון א שנאת ישראל און א שפאט אין די אידישקייט פון גדולים וטובים.
און אין די בריוון פון דער ליובאוויטשער רבין זעט זיך עס שטארק, אז ער פארשטייט בכלל נישט קיין אנדערע מיינונג, און ער זאגט אריין דעות ביי זיי. און זיין שווער האט געליטן פון די זעלבע פראבלעם.
רבי זי"ע-אידן אין סאטמאר זענען נישט בעסער אין דעם הינזיכט.
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
ערגעץ אויף קאווע שטיבל זצ״ל זי״ע זללה״ה
האט איינער געברענגט א לינק פון איינער אין פאריז ווואס טאנעט אז ער איז א קינד פון מנחם מענדיל-משיח
למעשה טרעף איך עס נישט .
ווייסט איינער פון וואס איך רעד?
איך האב געמיינט אז ער האט געמאכט א פערסידשער, ער זאל נישט האבן קיין קינדער.
 
Back
Top