View: https://youtu.be/2ZoiSn_HR5g?si=aZvbLK_NtHJ6ILE2
די טאכטער פונעם אלטן הינט שלמה העלבארנץ פארציילט איר לעבנס געשיכטע ווארענונג (גראפישע צענעס געשילדערט)
נאכנישט געזעהן איינער זאל עס ברענגען דא, שטעל איך עס אהער.
זי זאגט זי האלט שוין נישט אידישקייט אבער אין א גאט גלייבט זי נאך יא.
====
מיינע צוויי צענט נאכן אויסהערן: מיין הארץ גייט אויס פאר איר, און ס'איז ממש נישט צום גלייבן אז דאס האט גענומען אזויפיל יארן און קיינער הערט נישט און ווייסט נישט אויפן גרויסן גאס דערוועגן ביז לעצטנס. אויך איך באמערק און עס קרענקט מיר אלס ווען מ'רעדט פון דעם שמועס ווי מענטשן קומען אריין אין די קאמענטארן למשל ביי מענדי לעווי, מוחה זיין אז דאס איז נישט "עכטע אידישקייט" און ער פארטרעט אונז נישט בלא בלא בלא, וויל איך ענק אלע סתם דערמאנען: ווער האט אים געגעבן א פלאץ צו דזשאמפסטארטן זיינע רשעות און פארברעכן? אוודאי יהדות חרדית!!! דו מיט דיין פארגעסענע דרך הבעל שם איז יא עכט וואס? מ'זעמיר אלע אין די זעלבע קולט! אונז האבן זיך אונזער אייגענע גארבידש און זיי זייערס נאר מ'גיט זיך א כשר מיט דעם וואס די אביוז איז נישט אזוי אפן און גראב און ס'איז נישט די רבי אליין נאר פון א באצאלטע היטמען, און אפשר רוב מענטשן אין ווילי און אין לעיקוואד האבן נישט חתונה פאר ס'איז לעגאל, אבער מ'פארגעסט דאך אז קיינער הייבט נישט אן מיט שלאגן קינדער מלקות און חתונה מאכן ביי די 12 יואל ראטה האט דען אזוי אנגעהויבן? ניין. און ער האט דאך א בוק פון מוהרא"ש אז ז"ל איז די ארגסטע... סא אין די זינען איז ער נאך ערגער, ווייל ער האט א פארטיגע בעליף סיסטעם. משא"כ שלמה'לע.
ער קען אבער נישט קומען Day 1 און מאכן שבת פאר זיך מיט וואס ער חלש'ט צו טוהן, נארט דיר אויס די שטאט מיט א חתונה מאכן ביליג, געבן לאוו פאר דעם באם, די ערי מקלט פון ארויסגעפאלענע פון ישיבות, לאזט האבן בלעקבעריס ווען די גאנצע שטאט שרייט פוי גוי! עקנאלידזשן שטיקער נחום ראזנבערג וואס יעדער ציטערט צו זאגן, אא"וו אבער מיטאמאל גיט ער א שפרונג צען טריט נעמט זיך צאמפארן אנדער עידזש, מופט זיך ארויס פון די שטאט, מיט שטרענגע תקונות, האט מנהלים וואס רייסן אראפ מעדיקעישן פאר לעבעדיגע קינדער און יעדער איז לייק woah!! וואס איז דא געשעהן? דו ביזט דאך דער "אפן מיינדעד" מנהיג ישראל? דא האסטו אונז פארלוירן...
חכם קלאץ!
דאס וויל ער דאך טוהן א גאנצן צייט! ס'איז א לאנג טערם אינוועסמענט! ער דארף דיין בלעקבערי בוי? ער דארף זיין מוח! זייער א וויכטיגע עסעט!
ראטה אגב האט זיך אמאל אויסגעדריקט צו אויף זיך צו אויף מוהרא"ש אז ווען די פרעזידענט פארשטייט וואס ער טוט וואלט ער געשיקט זיינע קינדער צו אים, איך האב דאס שוין געהערט פון א חבר וואס האט אליינס ביי אים געלערנט צען יאר צוריק! ווער זאגט אזא זאך? נאר א סעלף אבסארבד ראדיקאליסט...
צוריק צו לב טהור ווי האט ער אנגעהויבן? מיט ציונות... און ווי האלט מען היינט? שולדיג זענען מיר פארן טאלערירן אזעלכע פריע קולט ביהעוויער וואס שטימט יא מיט וויאזוי אונז פירן זיך למשל ווען אין קאנאדא האבן זיי נישט געגעבן קיין עדזשוקעישן, איז דאס נאך "מעינסטריעם.." ווייל אנטי ציונית מענטשן עגריען נאך קען מען פארקוקן אז זיי עסן נאר ארגאניק אייער און פרויען טראגן בורקעס און זענען בעבי פאבריקאנטן אויף סטיראוידס... איי ווער גיט אים זיינע core ideas וואס ער האט געקענט ראדיקאליזירן? דו! סא ווען ער ווערט לויט דיר משוגע וויל איך נישט הערן ווי דו דערווייטערסט דיך פון זיי ווייל ביזט אויך אביסל שולדיג... ווייל מ'האט געהאט פלענטי צייט צו רופן די אויטאריטעיטן אויף זיי בימים ההם און מ'האט נישט, ווייל ס'איז דאך א אידישע ברודער... אה סא האק נישט אין קאפ... אנשטאטס דעם האט אים דער ברך געגאנגען באזוכן און מ'האט געשיקט באסעס מיט סקול מיידלעך צו זיין ביי זיינע טרייעלס, יעצט האט מען מיט אים גארנישט...
פון וואו ווייס איך דעס? ווייל די זעלבע מיט אלעזר בערלאנד, פארוואס עקזיסט ער נאך? ווער העלפט אים? פארשטייט זיך ער האט פאוער אבער ער איז נישט סייענטאלידזשי וואס אפילו די אמעריקאנע גאווערמענט ציטערט פון זיי, נאר וואדען, באנדע קעלבעלעך וואס רעדן נישט "שמוציג" לשון הרע רכילות" "מסירה"
אלעס איין קייט. זאל איינער מיט אפאר ביצים זיך אויפשטעלן קעגן ברלנד און אים זאגן אין פנים ווער ער איז און וואטש ווי די גאנצע וועלט זאל מיטאמאל זיך נעמען פארפירן אז מ'זאל אים צופיקסן.