לב טהור

ס'קומט יעצט פאר א הירינג אויף א בחור הורוויץ וואס די טאטע איז שוין לאנג ארויס פון לב טהור און איז נישט געהעריג מסודר און קען זיך נישט אפגעבן מיט די קינדער.
א ברודער פון די בחור, א יונגערע בחור, וואוינט יעצט ביי יי"ה בלום אינדערהיים

די מאמע איז א שוועסטער מיט די מלכא ברודערס און זי האט פאר זעקס יאר צוריק אוועקגעשיקט איר 12 יעריג מיידל קיין קאנאדע מיט א מלכא פעטער וואס האט איר איבערגעלאזט אין עירפארט אין טאראנטא

די מיידל האט חתונה געהאט א יאר צוריק מיט א וויסטע משוגענער און זי איז יעצט סעפערעיטעד, זי איז הונדערט פראצענט נארמאל אויפוואקסנדיג ביי אייזיק ווייס פון טאהש (מיין ווו ווייב קען איר פערזענליך)

יעצט האבן די עסקנים אראפגערופן די ווייבל צו פיילן קאסטעדי און ארויסנעמען איר ברודער דעם בחור וואס מ'זעהט אויפן קליפ (אויך די ווייבל)

למעשה האט די מאמע אנגעמאכט צרות אין קאורט אז מ'זאל נאכנישט קענען ארויסנעמען איר קינד און פארגעס נישט אז די ווייבל איז געקומען צו פארן ספעציעל פון טאהש יעצט פאר פסח אים אהיימצונעמען

די בחור דרייט זיך שוין אין כנישתא חדא א שטיק צייט און זיין מאמע וויל אים נישט קענען אבער אין די זעלבע צייט לאזט זי אים נישט ארויס פון גוואטעמאלע

זי איז א געפערליכע מרשעת און זי פלעגט אויספייניגן אירע קינדער אויף שרעקליכע ברוטאלע אופנים
 
View: https://youtu.be/2ZoiSn_HR5g?si=aZvbLK_NtHJ6ILE2

די טאכטער פונעם אלטן הינט שלמה העלבארנץ פארציילט איר לעבנס געשיכטע ווארענונג (גראפישע צענעס געשילדערט)
נאכנישט געזעהן איינער זאל עס ברענגען דא, שטעל איך עס אהער.

זי זאגט זי האלט שוין נישט אידישקייט אבער אין א גאט גלייבט זי נאך יא.

====

מיינע צוויי צענט נאכן אויסהערן: מיין הארץ גייט אויס פאר איר, און ס'איז ממש נישט צום גלייבן אז דאס האט גענומען אזויפיל יארן און קיינער הערט נישט און ווייסט נישט אויפן גרויסן גאס דערוועגן ביז לעצטנס. אויך איך באמערק און עס קרענקט מיר אלס ווען מ'רעדט פון דעם שמועס ווי מענטשן קומען אריין אין די קאמענטארן למשל ביי מענדי לעווי, מוחה זיין אז דאס איז נישט "עכטע אידישקייט" און ער פארטרעט אונז נישט בלא בלא בלא, וויל איך ענק אלע סתם דערמאנען: ווער האט אים געגעבן א פלאץ צו דזשאמפסטארטן זיינע רשעות און פארברעכן? אוודאי יהדות חרדית!!! דו מיט דיין פארגעסענע דרך הבעל שם איז יא עכט וואס? מ'זעמיר אלע אין די זעלבע קולט! אונז האבן זיך אונזער אייגענע גארבידש און זיי זייערס נאר מ'גיט זיך א כשר מיט דעם וואס די אביוז איז נישט אזוי אפן און גראב און ס'איז נישט די רבי אליין נאר פון א באצאלטע היטמען, און אפשר רוב מענטשן אין ווילי און אין לעיקוואד האבן נישט חתונה פאר ס'איז לעגאל, אבער מ'פארגעסט דאך אז קיינער הייבט נישט אן מיט שלאגן קינדער מלקות און חתונה מאכן ביי די 12 יואל ראטה האט דען אזוי אנגעהויבן? ניין. און ער האט דאך א בוק פון מוהרא"ש אז ז"ל איז די ארגסטע... סא אין די זינען איז ער נאך ערגער, ווייל ער האט א פארטיגע בעליף סיסטעם. משא"כ שלמה'לע.

ער קען אבער נישט קומען Day 1 און מאכן שבת פאר זיך מיט וואס ער חלש'ט צו טוהן, נארט דיר אויס די שטאט מיט א חתונה מאכן ביליג, געבן לאוו פאר דעם באם, די ערי מקלט פון ארויסגעפאלענע פון ישיבות, לאזט האבן בלעקבעריס ווען די גאנצע שטאט שרייט פוי גוי! עקנאלידזשן שטיקער נחום ראזנבערג וואס יעדער ציטערט צו זאגן, אא"וו אבער מיטאמאל גיט ער א שפרונג צען טריט נעמט זיך צאמפארן אנדער עידזש, מופט זיך ארויס פון די שטאט, מיט שטרענגע תקונות, האט מנהלים וואס רייסן אראפ מעדיקעישן פאר לעבעדיגע קינדער און יעדער איז לייק woah!! וואס איז דא געשעהן? דו ביזט דאך דער "אפן מיינדעד" מנהיג ישראל? דא האסטו אונז פארלוירן...

חכם קלאץ!
דאס וויל ער דאך טוהן א גאנצן צייט! ס'איז א לאנג טערם אינוועסמענט! ער דארף דיין בלעקבערי בוי? ער דארף זיין מוח! זייער א וויכטיגע עסעט!

ראטה אגב האט זיך אמאל אויסגעדריקט צו אויף זיך צו אויף מוהרא"ש אז ווען די פרעזידענט פארשטייט וואס ער טוט וואלט ער געשיקט זיינע קינדער צו אים, איך האב דאס שוין געהערט פון א חבר וואס האט אליינס ביי אים געלערנט צען יאר צוריק! ווער זאגט אזא זאך? נאר א סעלף אבסארבד ראדיקאליסט...

צוריק צו לב טהור ווי האט ער אנגעהויבן? מיט ציונות... און ווי האלט מען היינט? שולדיג זענען מיר פארן טאלערירן אזעלכע פריע קולט ביהעוויער וואס שטימט יא מיט וויאזוי אונז פירן זיך למשל ווען אין קאנאדא האבן זיי נישט געגעבן קיין עדזשוקעישן, איז דאס נאך "מעינסטריעם.." ווייל אנטי ציונית מענטשן עגריען נאך קען מען פארקוקן אז זיי עסן נאר ארגאניק אייער און פרויען טראגן בורקעס און זענען בעבי פאבריקאנטן אויף סטיראוידס... איי ווער גיט אים זיינע core ideas וואס ער האט געקענט ראדיקאליזירן? דו! סא ווען ער ווערט לויט דיר משוגע וויל איך נישט הערן ווי דו דערווייטערסט דיך פון זיי ווייל ביזט אויך אביסל שולדיג... ווייל מ'האט געהאט פלענטי צייט צו רופן די אויטאריטעיטן אויף זיי בימים ההם און מ'האט נישט, ווייל ס'איז דאך א אידישע ברודער... אה סא האק נישט אין קאפ... אנשטאטס דעם האט אים דער ברך געגאנגען באזוכן און מ'האט געשיקט באסעס מיט סקול מיידלעך צו זיין ביי זיינע טרייעלס, יעצט האט מען מיט אים גארנישט...

פון וואו ווייס איך דעס? ווייל די זעלבע מיט אלעזר בערלאנד, פארוואס עקזיסט ער נאך? ווער העלפט אים? פארשטייט זיך ער האט פאוער אבער ער איז נישט סייענטאלידזשי וואס אפילו די אמעריקאנע גאווערמענט ציטערט פון זיי, נאר וואדען, באנדע קעלבעלעך וואס רעדן נישט "שמוציג" לשון הרע רכילות" "מסירה"

אלעס איין קייט. זאל איינער מיט אפאר ביצים זיך אויפשטעלן קעגן ברלנד און אים זאגן אין פנים ווער ער איז און וואטש ווי די גאנצע וועלט זאל מיטאמאל זיך נעמען פארפירן אז מ'זאל אים צופיקסן.
 
לעצט רעדאגירט:
איך הייב נאר נישט אן צו כאפן פארוואס מ׳ווערט אזוי בייז מיט לב טהור, ס׳איז בסך הכל טאקע נאר די יידישע רעליגיע, נאר זיי נעמען עס צום פולן שטאפל...
פונקט ווי סקווער איז מער פרום אין דיע וועג פון סאטמער, און סאטמער איז מער ווי בעלזא, און בעלזא מער ווי די ליטווישע, וכו׳ וכו׳ גיי אפאר שטאפל ארויף מער ווי סקווער קומסטו אן צו זיי, סאו קומט אויס אז זיי זענען בסך הכל מער פרום.. (און נענטער צום אייבערשטער)
 
איך הייב נאר נישט אן צו כאפן פארוואס מ׳ווערט אזוי בייז מיט לב טהור, ס׳איז בסך הכל טאקע נאר די יידישע רעליגיע, נאר זיי נעמען עס צום פולן שטאפל...
פונקט ווי סקווער איז מער פרום אין דיע וועג פון סאטמער, און סאטמער איז מער ווי בעלזא, און בעלזא מער ווי די ליטווישע, וכו׳ וכו׳ גיי אפאר שטאפל ארויף מער ווי סקווער קומסטו אן צו זיי, סאו קומט אויס אז זיי זענען בסך הכל מער פרום.. (און נענטער צום אייבערשטער)
הער אויס די ווידיאו וואס דו האסט ציטירט
 
הער אויס די ווידיאו וואס דו האסט ציטירט
איך האב עס אויסגעהערט, און כ׳האב שוין אויך געהערט כמעט אלע ענדליכע ווידאוס וואס ס׳איז דא פון יוצאים.
און טאקע וועגן דעם האב איך געשריבן וואס כ׳האב געשריבן...
ס׳איז גאנץ שארף, אבער די אמת איז אז ביי אונז איז עס נאר מיט א קלענערע פארנעם...
איינער פון אינעווייניג כאפט פשוט נישט ווי משוגע ס׳איז, פונקט ווי ביי זיי..
וואטש עס נאכאמאל, און טרעפ די צוגלייכן וואס איז דא ביי אונז.
ס׳איז א לעבעדיגע משל.
 
לעצט רעדאגירט:
Back
Top