- זיך איינגעשריבן
- דעצ. 31, 2024
- מעסעדזשעס
- 232
- רעאקציע ראטע
- 1,415
- פונקטן
- 213
לב טהור ווערט אויפגעלעזט!
נייע אנווייזונגען ווערט ארויסגעגעבן פארן ציבור, נייע געדאנק פון 'התאחדות היראים' ווערט געגרינדעט, צום ערשטן מאל אין די היסטאריע פון דעם כת, וואס מענטשן דארפן אויסקלויבן א מהלך און מאכן א החלטה אין לעבן
אין די לעצטע טעג זענען פארגעקומען העפטיגע אקטיוויטעטן אינערהאלב לב-טהור, פארשידענע קלענערע אסיפות זענען פארגעקומען צווישן די חברי החבורה, וואו מען האט דן געווען איבער די עתיד פון די קהילה.
אזוי ווי באריכטעט, האט דער חכם געהאלטן, היפך פון דעת ההנהלה, אז מען זאל נישט ארויפקומען קיין אמעריקע וואו עס איז לדבריו פארהאן א גזירת שמד, און אויף די טענה אז איבערבלייבן אין גואטאמאלא מיינט פארלירן די קינדער, מיט א הויכע פראצענט אז די קינדער וועלן זיך נישט האלטן אידיש און ערליך, האט דער חכם גע'טענה'ט אז סוף כל סוף האט דאס לב-טהור נישט געטון בידים, און זיי זענען נישט שולדיג אין די עתיד פון די קינדער.
דאס צוריקציען פונעם חכם, האט געכאפט די חברי הקהילה ווי א דינער אינמיטן העלן טאג, וויבאלד עס איז געווען עטוואס אומפארשטענדליך די הוראה פונעם חכם, און כמעט אוממעגליך אויסצופירן. מענטשן האבן נישט געוואוסט ווי אזוי אויפצונעמען זיין הוראה און וואס מען דארף טון דערמיט. איין זאך איז געווען זיכער, אז דער חכם האט נישט ארויס וואס דא קומט פאר און אז ער פארשטייט נישט דעם אמת'ן מצב, און דעריבער איז נישט קלאר צי מען דארף פאלגן אזא הוראה, אדער בעסער געזאגט צי מען מעג בכלל פאלגן אזא הוראה פונעם חכם. די הנהלה זענען געזעצן אסיפות מיט די זקנים, דער ריש-מתיבתא מיט די אב-בית-דין, וואו זיי האבן דן געווען בכובד ראש אין די דאזיגע שווערע שאלה. דער ענין איז אויך דורכגעשמועסט געווארן מיט משפחת וויינגארטן, וועלכע געפינען זיך אצינד אין טורמע אין די פאראייניגטע שטאטן. אויך זיי זענען בעובי הקורה און זיי האלטן מיט די אנטוויקלונגען און די ספיקות. די תוצאה איז געווען, אז עס איז קלאר אז דער חכם ליגט נישט אצינד בתוך הענינים, ער פארשטייט נישט דער מצב לאישורו און ער האט נישט ארויס דעם אמת'דיגן בילד איבער די פרשה. מען דארף פארשטיין אז דער חכם געפינט זיך אין תפיסה, אין א לאך, וואו ער קען באקומען באזוכער בלויז איין מאל אין וואך. אין די קורצע צייט איז שווער אים מיטצוטיילן אלעס אויף טריט און שריט, און דעריבער כאפט ער נישט באמת וואס עס גייט פאר אין לב טהור, און וואס עס פאסירט דא אצינד.
די שאלה איז געווען גאר א קאמפלעצירטער. די ספק איז נישט בלויז, צי די הוראה פונעם חכם איז גילטיק אין דער מצב, נאך וואס דער חכם ווייסט נישט באמת וואס עס קומט פאר. די שאלה איז, צי מען מעג בכלל פאלגן דעם חכם אין דעם יעצטיגן פאל.
דאס מיינט, אויב איינער וועט באשלוסן אז ער וויל טון די מערסטע ריכטיג, און ער וויל פאלגן דעם חכם, אפילו עס איז שווער. איז די שאלה צי מען מעג דאס בכלל פאלגן. פון איין זייט לייגט ער דאך אריין זיך מיט זיין גאנצע משפחה אין א באלדיגע זיכערע סכנה, בשעת ער פארלאזט זיך אויף א מפוקפק'דיגע מיינונג פון א חכם וואס זיצט אין לאך, און כאפט נישט באמת וואס די שאלה איז בכלל. די שאלה איז צי מען מעג בכלל פאלגן און טון וואס דער חכם הייסט. צווישן די זקנים איז געווען א צד צו זאגן, אז מען טאר נישט פאלגן דעם חכם אין דעם פאל, וויבאלד ער איז נישט אויסן צו פסק'ענען די שאלה. ווען ער וועט מיטן אויבערשטנ'ס הילף ארויסקומען פון תפיסה, און ער וועט מיטאלטן אין לב טהור, וועט ער קענען נעמען אויף זיך אזא האקעלע שאלה. דעם פארגאנגענעם שבת, האט מען שוין געוואוסט אין לב טהור, מער ווייניגער, וואס עס איז דער פסק פון די זקנים, עס איז נאר נישט געווען קלאר אויף וואספארא וועג מען וועט דאס אויספירן. מוצאי שבת ביי שלש-סעודות, האט דער ריש-מתיבתא געזאגט אז ער וועט נישט זאגן יעצט דברי-תורה, נאר עס וועט זיין אן אפיציעלע דרשה נאך הבדלה, וואו מען וועט רעדן ברבים, אזוי אז די אלע מענטשן וועלכע געפינען זיך אין די סיטי (פיל מענטשן געפינען זיך אין די סיטי, נעמענדיג דארט דירות כדאי די געריכט זאל גרינגער צוריקגעבן די קינדער פאר די משפחות וועלכע געפינען זיך יעצט נישט אין די קולט). במשך די גאנצע צייט איז די שפאנונג ביים עולם געוואקסן, נאך וואס דער ריש-מתיבתא האט אפגעשטיפט זיין דרשה אויף זונטאג אווענט.
זונטאג דורכ'ן טאג, האט עס געהייסן אז דער ריש-מתיבתא אדער ר' חיים צבי גייען רעדן אין אווענט שעות. למעשה האט קיינער נישט גערעדט, נאר עס איז געבליבן אז חיים צבי וועט רעדן אויף מער א פריוואטן פארמאט מיט יעדן איינעם אין די חבורה.
במשך די לעצטע טעג, זיצט ר' חיים צבי מיט קלענערע קבוצות אידן, זיכער מאכנדיג נישט אויסצולאזן קיין איין מענטש, וואו ער שמועסט זיך דורך מיטן עולם און ער זאגט וואס עס איז די שטעלונג פון די זקנים אין דעם יעצטיגן פאל.
אין זיינע שמועסן, לייגט חיים צבי אראפ דער מצב לאישורו, וואו מיר האלטן אצינד, וואס עס זענען די ברירות און וואס עס זענען די סכנות. חיים צבי זאגט דעם ערשטן מיינונג פון די הנהלה און די זקנים, וואס עס איז דער מיינונג פונעם חכם דערויף, ווי אזוי זיין מיינונג ווערט אנגעקוקט לאור די יעצטיגע געשעענישן, און וועלכע ברירות עס זענען פארבליבן פאר אונז צו טון.
אויף למעשה, מעלדט ר' חיים צבי קלאר אז "חבורת לב טהור איז פארשפארט", די קהילה איז פארמאכט, זי עקזיסטירט שוין נישט מער, זי איז א פארגאנגענהייט!
דאס איז נישט בלויז א מעלדונג, עס איז א פאקט וואס שטייט פאר די אויגן. לב-טהור עקזיסטירט שוין נישט מער, נישטא קיין חדר, ישיבה, מיידל חדר, די זקנים זענען ארעסטירט און די הנהלה זיצן צושפרייט און צעזייעט בד' כנפות הארץ, בשעת א חלק פון זיי זענען ארעסטירט. ווער רעדט נאך פונעם חכם אליין, וועלכער געפינט זיך נעבעך אין א באקס. בקיצור, לב-טהור איז א פארגאנגענהייט, עס איז נישט פארהאן מער אזא מושג. נו, אויב לב-טהור איז א פארגאנגענהייט, וואס דארפן די חברים פון די געוועזענע לב-טהור טון דערצו?
די שטעלונג פון די הנהלה מיט די זקנים דערויף איז: עס זענען פארהאן דריי אפציעס וואס עס איז מעגליך צו טון, און יעדער יחיד אין לב-טהור דארף אויסקלויבן און אויסוועלן איינע פון די דריי פאלגענדע דירעקציעס, וועלכער וועג צו נעמען אין לעבן אויף לעתיד. דאס פאר זיך איז א חידוש עצום אין לב-טהור, אז מען גיבט פאר א מענטש אויסצוקלויבן וואס ער וויל טון. עס איז קיינמאל נישט געווען דער שטייגער אין לב-טהור, אז א מענטש זאל פארמאגן די ברירה צו טון עפעס על דעת עצמו. שטענדיג פלעגט די קהילה הייסן וואס מען דארף טון. אצינד איז פאראן א דורכברוך אין די קהילה, אז מען גיבט א ברירה פאר יעדן מענטש, אויסצוקלויבן איינע פון די דריי אפציעס, ווי פאלגענד:
1. פאלגן דעם חכם בלינד! - זיך פארמאכן די אויגן, נישט קוקן אויף גארנישט, נישט מאכן קיין חשבונות, פאלגן דעם חכם און בלייבן אין גואטאמאלא, אפגעזען וואס עס וועט פאסירן דערנאך. דער וועג איז א הויכער און אן עקסטרימער וועג, וואס איז שייך פאר הויכע עובדי ה' וואס זענען גרייט אויף מסירת נפש ממש.
איינער וואס וויל אויסקלויבן דעם אפציע, דארף זיין גרייט צו גיין זיצן אין תפיסה און אויפגעבן אויף זיינע קינדערליך, מיט די ידיעה ברורה אז די קינדער קענען חלילה אויסוואקסן אין א גוי'אישע אטמאספערע און מעגליך אז זיי וועלן גאר אנקומען צו די ציונים און דינען אין מיליטער, בשעת זיי וועלן פיינט האבן זייערע פאנאנטישע עלטערן וועלכע געפינען זיך אין א פאנאטישע קולט אין גואטאמאלא.
ר' חיים צבי האט מדגיש געווען, אז א מענטש זאל זיך נישט לאזן נארן און ער זאל גוט אריינטראכטן וואס עס איז באמת דער רצון השם אין דעם פאל, און צי ער האלט טאקע דערביי ממש. ווייל טאמער ער האלט נישט דערביי, איז דאס אכזריות ממש און ער איז זיך מאבד עצמו לדעת אינאיינעם מיט זיינע קינדער און ווער זאגט אז ער פארמאגט די רעכטן דערויף? - דעריבער זאל מען גוט אריינטראכטן איידער מען נעמט די דאזיגע שריט, צי מען טוט טאקע ריכטיג און צי מען מעג דאס טאקע טון. ביי די אסיפות איז ר' חיים צבי מדגיש זייער קלאר: "טאמער א מענטש פרעגט מיר, אז ער וויל גיין מיט די דאזיגע עקסטרעמע אפציע, קען איך אים נישט מייעץ זיין דערויף. איך קען נישט נעמען אויף מיין אחריות די בלוט פון זיינע קינדער און דורות, בגשמיות און ברוחניות. איך קען נישט שטיפן אזא דרך פון סכנת נפשות, בשעת מענטשן גייען ליידן און וויינען דערויף". אבער נאכן מיינונג פונעם חכם, איז דאס אויך אן אפציע וואס עס איז שייך צו טון, אויב מען וויל גיין אויף די וועג.
2. אפלאזן די חבורה, גיין אין די וועלט, זיך איינגלידערן אין א צווייטע קהילה, אדער טון וואס אימער מען האט צו טון, יעדער איינער לויט ווי אזוי ער פארשטייט פאר ריכטיג.
3. גיין אויף א מיטל וועג. מען איז מיסד א נייע געדאנק וואס וועט טראגן דעם נאמען "התאחדות היראים". דאס וועט דינען מער אלס אן אידילאגיע ווי איידער אלס פאראייניגטע קהילה אדער חבורה.
"התאחדות היראים" שטעלט מיט זיך פאר אן אידילאגיע און א וועג צו לעבן. באמת גלידערט מען זיך אריין אין אנדערע קהילות און מען לייגט אריין די קינדער אין אנדערע מוסדות התורה, אבער אינדערהיים איז מען מקפיד אויף געוויסע יסודות פון לב-טהור, לדוגמא דעם ענין פון הקפדה אויף כשרות, לבוש, חינוך, דרכי אבות און אנדערע אזעלכע זאכן. כמובן אז די פרינציפן וועלן נישט אנגיין מיט דעם דאזיגן שארפקייט און קיצוניות אזוי ווי עס איז געווען אין לב-טהור, נאר אויף אן אופן וואס עס איז שייך זיך צו פירן אין די היימישע אידישע וועלט. אזוי אויך וועט עס נישט קומען געצווינגענערהייט, נאר בלויז אויפן אייגענעם רצון, אן קיין עונשים ותיקונים ווי עס איז געווען איינגעפירט ביז אצינד.
אינאיינעם דערמיט ווערט פארגעשטעלט פארשידענע גרינגערע מהלכים פון לעבן. לדוגמא, אין די לעצטע טעג ארבעט יעקב נחום וויינגארטן איבער געוויסע סארט פיש וואס מען קען יא עסן אפיציעל, בירורים ווערן געמאכט דערויף און מען פלאנט ארויסצוקומען מיט אן אפיציעלע מעלדונג דערוועגן. אזוי אויך ווערן פארמירט אנדערע רעפארמען אין די שארפע קיצוניות אין לב-טהור, וואו מען וועט אראפקריכן פון בוים און קענען אנגיין אויף א נארמאלערע פרומע וועג, אינדרויסן פון לב-טהור.. אז עס קען זיין א מעגליכקייט, אז א מאן איז אין די חבורה פון 'התאחדות היראים' און די פרוי איז נישט אין די חבורה, אדער פארקערט. דאס איז א זאך וואס עס איז קיינמאל נישט געווען אין די חבורה. מען האט נאך קיינמאל נישט געהערט אז א מאן באלאנגט אין לב טהור, אבער די פרוי איז אינדרויסן פון לב-טהור און עם כל זה קומען זיי זיך אויס און זיי לעבן צוזאמען באהבה ואחוה ושלום ורעות. אצינד איז פארהאן אזא אפציע, 'התאחדות היראים' שטעלט פאר א מהלך, אז עס איז נישט אפגעפרעגט צו לעבן א לעבן, טראצדעם וואס איין שותף אין לעבן גייט מיט די מהלך פון התאחדות היראים.
עס איז אינטערעסאנט אנצומערקן, אז די אסיפות, וועלכע האלטן נאך אינמיטן פארקומען, ווירקט שווער אויפן עולם, וויסנדיג אז עס ליגט אויף זייערע פלייצעס א גורל'דיגע החלטה אויפן לעבן. עס זענען פארהאן אזעלכע וואס ליגן אין בעט מיט קאפ-ווייטאג, אריינקלערנדיג טיף וועלכע דירעקציע אין לעבן צו נעמען. עס איז אונזער פליכט אצינד צו מתפלל זיין אויף זיי און בעטן דעם אויבערשטן אז ער זאל זיי חונן דעת זיין צו גיין על דרך הישר והטוב, אזוי ווי עס איז גוט און באקוועם פאר זיי.
דאס אלעס איז אסיפות און החלטות פון די לעצטע פאר טעג, מיט וואס די חבורה פלאנט אנצוגיין. לויט ווי עס קוקט אויס אויפן מינוט, איז דאס די נייע בליק און מהלך אויפן עתיד פון די חבורה. מען דארף געדענקען אז זאכן זענען נאך שטארק אומסטאביל, יעדן טאג קומען פאר נאך נייעס, און עס איז נישט אויסגעשלאסן די געלעגנהייט אז זאכן וועלן זיך נאך טוישן און די מציאות וועט לאזן אירע פינגער אפדרוקן אויף ווייטער.הוספה צו די פריעדיגע באריכט
על פי בקשת העסקנים
(הן מצד לב טהור והן מצד עסקני ארה"ב)
איבער די מיטל-וועג, די אפציע פון 'התאחדות היראים', איז כדאי אביסל צו ערקלערן וואס עס איז די געדאנק דערפון און וואס מען וויל אויפטון:
עס איז זייער שווער פאר איינער וואס איז געווען אין לב-טהור, אים צו זאגן "אדער גייסטו אויף מסירת נפש מיטן ערשטן אפציע, אדער גייסטו ארויס פון די קהילה". דאס איז ביי א לב-טהור איד ממש ווי זעלבסמארד. שטעלט אייך פאר ווען מען זאגט אייך: "אדער ווערסטו א מזרחי'סט, א מגולח מיט דזשינס הויזן, אדער נעמט מען דיר צו די קינדער און מען לייגט דיר אוועק אין תפיסה. א לב טהור איד וואס איז נתחנך געווארן אלע יארן, אז אינדרויסן פון לב-טהור איז שמד, און אז נאר צו זיי וועט משיח קומען, קען נישט דערהערן אזעלכע ווערטער און אזעלכע אפציעס פון אפלאזן די חבורה. די סברה זאגט, אז אין פאל פון אזא אויסוואל, וואלט מען ליבערשט אויסגעוועלט דעם ערשטן מהלך פון מסירת-נפש.
דעריבער האט מען ענפינדן דעם מיטל וועג פון 'התאחדות היראים'. דאס גייט נישט זיין קיין פאקטישע ארגאניזאציע, עס גייט נישט פארמאגן קיין שוהל, בתי חינוך אדער יעדע סארט צוזאמענקום פארמאט. עס גייט נישט פארמאגן קיין הנהלה און מען גייט נישט ארויסגעבן קיין ארדערס, פארלאנגענדיג זאכן. דאס איז בלויז א וועג, ווי אזוי א איד פון לב-טהור זאל זיך שפירן באקוועם מיט זיך און אז ער זאל נישט שפירן אז ער האט פאקטיש געגעבן א שטויס און כל מה שקדוש אליו, און אוועקווארפן אלעס וואס מען האט אים מחנך געווען במשך די יארן.
אויף דעם מיטל וועג, וועט זיין גרינגער פאר א יוצא לב-טהור, זיך צו שפירן באקוועם אפילו אין אמעריקע. ער וועט זיך נישט דארפן שעמען פון קיינעם, ער וועט פארמאגן אן אייגענעם אידענטיטעט, וואס אידן אין אמעריקע וועלן אקעפצירן, ער איז 'התאחדות היראים', וואס דאס מיינט אין קורצן "א יוצא לב-טהור", נאר אויף א שענערן נוסח.דרך אגב, די געדאנק איז בעצם גענומען געווארן פון דער פריעדיגע רבי. צום סוף פון זיין ספר 'דרך הצלה', רעדט ער ארום איבער אזא סארט געדאנק, פאר א איד וואס קען נישט שטיין אין אזעלכע הויכע מדריגות וואס דער ספר 'דרך הצלה' פאדערט, און ער בויט אויס א מיטל וועג, כפי דרכו אינעם ספר, דאס אנרופנדיג מיטן נאמען "התאחדות היראים". אויף דעם פארעם האט מען אצינד אריינגעברענגט די געדאנק פון "התאחדות היראים", וואס דאס איז אין אנדערע ווערטער, א באקוועמע לייטער אראפ פון בוים,