דא האסטו נאך א נייעס. נייעס פון 5 שעה צוריק.
עס קומט אריין די פרייליכע נייעס, אז ר' אלעזר רומפלער, אן אומשולדיגע לב טהור מיטגליד וועלכע האט געשמאכטעט אין די פינסטערע על סאלוואדאר טורמעס די לעצטערע חדשים, וועט בס''ד באפרייט ווערן פון על סאלוואדאר און דעפארטירט ווערן קיין א''י אין די קומענדיגע צוויי דרייי טעג, נאכדעם וואס די על סאלוואדאר סופרים קאורט האט ענדגילטיג אונטערגעשריבן דעם פסק.
נאכדעם וואס ר' אלעזר איז געפארן קיין א''י זיצן שבעה נאך זיין טאטן, האט די רעגירונג אים נישט געלאזט ארויספארן פון א''י, צוליב געוויסע קלאגעס פארבינדן צו לב טהור, און נאכדעם וואס לב טהור האט אים פארשאפט א פאלשע פאספארט, האט ער זיך ארויסגעשווערצט פון א''י און צוריקגעפארן קיין גואטעמאלא. ווי נאר די מדינה האט געכאפט וואס דא האט פאסירט, האבן זיי ארויפגעשטעלט א אינטערפאל אלערט אויף ר' אלעזר אז ער זאל נישט קענען אריבערפארן קיין שום גרעניץ צו א אנדערע לאנד, נאר תיכף ומיד ארעסטירט ווערן און אויסגעליפערט ווערן קיין א''י.
עטליכע חדשים צוריק, געציילטע וואכן נאך דאס אוועקנעמען די לב טהור קינדער און זיי אריינלייגן אין שעלטער, האט די לב טהור הנהלה באשלאסן זיך אריבערצוציען און גרינדן די קולט פון פריש אין על סאלוואדאר, מיטן האפענונג אז ס'וועט זיי געלונגען צוריקצוכאפן די קינדער, און תיכף דערנאך אנטלויפן קיין על סאלוואדאר און זיך דארטן באזעצן. די הנהלה האט ארויסגעשיקט א משלחת צו פארן קיין על סאלוואדאר כדי צו טרעפן א פאסיגע ארט און אנגרייטן דעם פלאץ פאר די כת אהינצוקומען אין די ערשטע געלעגנהייט, און צווישן די משלחת האט זיך אויך געפינען ר' אלעזר רומפלער. ווי נאר די גרופע איז אנגעקומען צום גרעניץ פון על סאלוואדאר, האבן די פאליציי ארעסטירט ר' אלעזר צוזאמען מיט נאך אנדערע מיטגלידער, און זיי אריינגעשליידערט אין די וועלט בארימטע שרעקליכע על סאלוואדאר טורמעס. נאך די אונטערווענץ פון די געטרייע עסקנים ארויסצוהעלפן ר' אלעזר, וואוסנדיג וואסערע שרעקליכע געפאר עס לויערט אויף אים ברוחניות ובגשמיות, האט די ארטיגע רעגירונג געגעבן א אויסוואל פאר ר' אלעזר צו ווערן דעפארטירט ווערן קיין א''י ביז געציילטע טעג, און נישט דארפן שמאכטן אין די שרעקליכע טורמע. אבער דאן האט זיך די לב טהור פירערשאפט אריינגעמישט, און צוליב זייערע פריוואטע אינטערעסן, האבן זיי אנגעזאגט פאר ר' אלעזר נישט צו קאאפערירן, און זיך קעגנשטעלן די פלאן צו פארן קיין א''י, נאר ענדערש בלייבן שמאכטן אין על סאלוואדאר, און גיין אויף טרייעל אין די ארטיגע געריכט.
ליידער ליידער האט טאקע אזוי פאסירט, און ר' אלעזר איז נעבעך געבליבן שמאכטן אין די געפארפולע על סאלוואדאר תפיסה צווישן די ערגסטע פארברעכער. מ'האט אים ליידער אפגעשוירן די בארד און פיאות, ער האט נישט געהאט קיין תפילין, קיין כשר'ס צו עסן, אלעס צוליב לב טהור'ס אייגענע אינטערעסן אז ער זאל נישט אנקומען קיין א''י.
אין געווענליכע אומשטענדן וואלט גענומען צווישן א האלבע יאר און א יאר צו גיין אויף טרייעל, אבער נאך איבערמידליכע השתדלות דורך די געטרייע עסקנים ובראשם ר' אברהם גרינהוט און הרב יואל יהושע העשיל בלום, האט מען ב''ה אונטערגעאיילט די טרייעל פראצעדור, און מ'האט בס''ד באוויזן צו געווינען זיין באפרייאונג פיל שנעלער ווי געראכטן, און בעז''ה וועט ער ביז צוויי דריי טעג ארויסקומען פון די שרעקליכע תפיסה, און פארן קיין א''י זיך צו פאראייניגן מיט זיין פאמיליע.