אויב האסטו דורכגעקוקט די שקלא וטרי' ביז אהער און מיט דעם אלעם האסטו געשריבן הנ"ל וועל איך גארנישט האבן פון דיר ענטפערן, אויב כאפסטו באמת נישט וואס איך האב געמיינט ארויסצוברענגן קענסטו איבערקוקן ביז אהער, אויב דו ווילסט.
-----
כ'ווייס נישט פארוואס דא אויף קרעמל איז מען אבסעסד אדער מיט סע-ס אדער מיט העיט אויף חרדים א גאנצע טאג, אויף ק"ש איז נישט אזוי געווען, ס'דא נושאים אין די וועלט וואו חרדיזם קומט גראדע פונקט נישט אריין, עפנטס וויפיל אשכולות מ'וויל און יעדער זאל שימפן אויף אידישקייט און ארטעדאקסיע וויפיל ס'גייט, דאס אהינטראגן יעדע בעלמא'דיגע נושא איז זייער פאני, ס'וואלט געווען זייער נארמאל אויב איינער האט א געוויסע בליק אז חרדיזם איז א קולט וואו מ'אביוזד מענטשן, ער זאל עפענען א אשכול איבער די ברענענדיגע נושא, פ"וו ווען ס'דא א אשכול איבער א פרשה מיט א קולט אין גוואטמאלע וואו ס'איז פארגעקומען שרעקליכע זאכן, און ס'איז כסדר דא נייעס און אבזערוואציעס דערוועגן, זאל יעדע פאר תגובות זיין אז אההה חרדים חרדים חרדים?!...
@גיוואלד מיין מעסעדזש איז נישט געוואנדן צי דיר, איך וויל עס פלעין זאגן, און ס'מאכט די מערסטע סענס צי עס שרייבן אויף דיין מעסעדזש..
איך עגרי אז ס'האט נישט קיין זין יעדע שנירל צי פארדרייען, און זיין וואן טרעק מיינדעט,
מ'דארף אביסל ארבעטן אויף די מדות און ארויסקריכן פון די אייגענע ווייטאג אויף די סיסטעם, און מיטפילן מיט קינדער און פרויען וואס מ'עביוזט זיי אויף א שרעקליכע אויפן,
דזשאסט ווייל פלוני גוי קוקט אן אונזער סיסטעם פונקט אזוי ווי א קולט, און זיי קוקן אן אויפוועקן אינגע קינדער 6 פארטאגס ווי עביוז, מיינט נאך נישט אז די קענסט נישט מיטפילן מיט איינעם וואס לויט דיין יעצטיגע מצב איז יענס סאך א גרעסערע עביוז.
משל למה הדבר כמעט דומה? ס'דא אסאך מאל קלוגע אידן וואס ווען איך רעדט מיר אפ אויף אידישקייט און אויף די סיסטעם זאגן זיי מיר: "מיינסט ביי די גוים איז עס בעסער? די קריסטן? זיי זענען סאך שטרענגער מיט הז"ל, עבארשען, און בירט קאנטראל, און זיי האבן זיך אויך זייער סיסטעם, מדארף גיין צום טשארטש יעדן זונטיג וכדומה..
זאג איך זיי אייביג, ר' איד.. ווען איך וואלט געווען א קריסט וואלט איך אויך געהעצט אויף די סיסטעם, איך וואלט אויך געטון וואס איך וויל, די חילוק איז אפשר אז דארט קען איך נעמען וואסערע ווייב איך וויל..
בקיצור, מכאן הקריאה יוצאת צי אלע מענטשן וואס זאגן "דא איז דען בעסער?" דארט איז דען בעסער?"
הערטס אויף ביטע!! נוץ דיין הארץ!! קוקטס אלעס אן מיט ענקער יעצטיגע געפילישע בליק..
די זעיסט א ווידאו ווי א בחור דערציילט וואס מ'האט אים אלס געפאניקט און לב טהור?, טראכט נישט יעצט פון דיר.. לאז אראפ א טרער פאר א צווייטן,
טרעפסט א איד און שול, און ער רעדט זיך אפ ווי אזוי די סיסטעם פאניקט אים ממש ווי א קולט? זאג אים נישט אז ביי די גוים איז גארנישט בעסער דזשאסט צי קענען פארענפערן די סיסטעם.. די העלפסט אים נישט
די ענד