לב טהור

א גרופע היימישע עסקנים און רבנים זענען אראפגעפארן קיין גוטאמאלא, זיך אנצונעמען אויף לב-טהור. נעכטן זענען זיי געזעצן מיט די פרויען פון לב-טהור, זיי אויסגעהערט און מחזק געווען.

די מלחמה טוישט יעצט ריכטונג, בשעת געוויסע היימישע אידן הויבן זיך אן אריינצומישן לטובת לב-טהור. צי ס'איז גוט אדער נישט - לה' פתרונים.
היימישע עסקנים און רבנים?!
 
אפאר שאלות פאר די וואס ווייסן:

לב טהור האט געוואנדערט ממדינה למדינה במשך די לעצטע 30 יאר, איז יעדע מאל א יעדער מיטגעקומען אדער זענען מענטשן אוועקגעפאלן ביי יעדע נסיעה? אויב יא, וואו זענען זיי? זענען זיי נאך סימפאטיש צו לב טהור? אויב נישט, פארוואס הערט מען נישט עדיות פון זיי?

עטליכע יאר צוריק איז געווארן באקאנט אז זיי זענען אנטלאפן [אויף די וועג וועלנדיג גיין קיין איראן] קיין מולדובה, לויט וויקי האבן זיי דארט געוואנדערט צו נאך מדינות אין אייראפע. זענען נאך דא פון זיי דארט אדער זענען אלע צוריק קיין גוואטאמאלע? אויב יא, וויאזוי?

וואוינען זיי נאך אין זייער שטעטל קרית בבל? לויט די בילדער זעהט אויס אז זיי זענען אין א געהעריגע שטאט.

ווער איז די הנהגה דארט? די רבי - נחמן - איז שוין לאנג אין תפיסה, וואס זענען די תפקידים פון "ריש מתיבתא", "חברי בי"ד"?

די פרוי פון דעם טויטן מנהיג הייסט אז זי וואוינט אין ב"פ, האט זי נאך שייכות מיט זיי?

בכלל וואלט געוועהן אינטרעסאנט ראשית דרכם אין מאנסי, וויאזוי זענען אזויפיל קאשוי חברה אנגעקומען דארט? וואס איז געוועהן די בליק פון קאשוי רב ורבני מאנסי?

איך האב אסאך גענישטערט, אויך אין די אלע ק"ש אשכולות בזמנו אבער עס פעלט מיר אסאך אינפא, סאונדס לייק דברים פשוטים וואס "יעדער" ווייסט, וואס זאך איך טון אז איך בין גענוג אלט צו געדענקען אבער מיינע ערשטע ידיעות פון זיי איז ביים אנטלויפן פון קנדה קיין גוואטימאלא.
 

בייגעלייגטע פיילס

געליינט אלע, א דאנק

איך זוך מער פרטים און היסטאריע.
 
לב טהור האט געוואנדערט ממדינה למדינה במשך די לעצטע 30 יאר, איז יעדע מאל א יעדער מיטגעקומען אדער זענען מענטשן אוועקגעפאלן ביי יעדע נסיעה? אויב יא, וואו זענען זיי? זענען זיי נאך סימפאטיש צו לב טהור? אויב נישט, פארוואס הערט מען נישט עדיות פון זיי?
לויט וויפיל איך ווייס זענען נישט מענטשן ארויסגעפאלן בשעת די נסיעה, נאר ענדערש בשעת זיי זענען געווען מער רואיג.
עס איז שווער צו אנטלויפן בשעת מען איז אויפן וועג אן קיין געלט און אן קיין סיטיזענשיפ.
 
לויט וויפיל איך ווייס זענען נישט מענטשן ארויסגעפאלן בשעת די נסיעה, נאר ענדערש בשעת זיי זענען געווען מער רואיג.
עס איז שווער צו אנטלויפן בשעת מען איז אויפן וועג אן קיין געלט און אן קיין סיטיזענשיפ.
איך פרעג נישט וועגען אנטלויפען נאר זיך צושפרייטען אבער אונטער די קהילה, זעה וויקי וועגען מענשטען וואס זענען געגאנגען קיין מקסיקו, מולדובה ועוד
 
אפאר שאלות פאר די וואס ווייסן:

לב טהור האט געוואנדערט ממדינה למדינה במשך די לעצטע 30 יאר, איז יעדע מאל א יעדער מיטגעקומען אדער זענען מענטשן אוועקגעפאלן ביי יעדע נסיעה? אויב יא, וואו זענען זיי? זענען זיי נאך סימפאטיש צו לב טהור? אויב נישט, פארוואס הערט מען נישט עדיות פון זיי?
מענטשן זענען ארויסגעפאלן נישט דוקא בשעת'ן וואנדערן, זוך אויף יוטוב וועסט טרעפן א שיינע פאר, בעיקר אויף עברית און בעיקר די וואס האבן אפגעלאזט יודישקייט, א חלק זענען ארויס פון דארט און זיך איינגעגלידערט אין היימישע קהילות, זיי רעדן נישט קיין סך אין פאבליק, איך קען 4 אזעלכע יודן, איינער פון זיי איז א זון פון זייער ערשטער מנהיג וואס וואוינט היינט אין מאנטרעאל.
עטליכע יאר צוריק איז געווארן באקאנט אז זיי זענען אנטלאפן [אויף די וועג וועלענדיג גייו קיין איראן] קיין מולדובה, לויט וויקי האבן זיי דארט געוואנדערט צו נאך מדינות אין אייראפע, זענען נאך דא פון זיי דארט אדער זענען אלע צוריק קיין גוואטאמאלע? אויב יא, וויאזוי?
נישט אלע זענען געגאנגען, למעשה זענען זיי אנגעקומען קיין באסניע און מען האט זיי אלע פארטריבן נאך אפאר וואכן, אלע זענען צוריקגעקומען.
וואוינען זיי נאך אין זייער שטעטל קרית בבל? לויט די בילדער זעהט אויס אז זיי זענען אין א געהעריגע שטאט
די רעגירונג האלט די קינדער אין א שעלטער אין שטאט, קוקט מיר אויס פון די בילדער אז זייט מען האט צוגענומען די קינדער זענען זיי אריינגעקומען אין שטאט.
ווער איז די הנהגה דארט? די רבי - נחמן - איז שוין לאנג אין תפיסה, וואס זענען די תפקידים פון "ריש מתיבתא", "חברי בי"ד"?
לויט ווי בלום שרייבט אין מאמענט זענען די פירער א גרופע פון 5 יונגעלייט און זיי האלטן קשר מיט די מנהיג פון תפיסה.
די פרוי פון דעם טויטן מנהיג הייסט אז זי וואוינט אין ב"פ, האט זי נאך שייכות מיט זיי?
ניין.
בכלל וואלט געוועהן אינטרעסאנט ראשית דרכם אין מאנסי, וויאזוי זענען אזויפיל קאשוי חברה אנגעקומען דארט? וואס איז געוועהן די בליק פון קאשוי רב ורבני מאנסי?
קאשוי רב איז געווען פון די ערשטע ארויסצוקומען מיט א שארפקייט קעגן אים, זיין איידעם האט אפגעלאזט זיין טאכטער אהין צוגיין און ער האט דעמאלטס געווארנט ווי מסוכן זיי זענען.
איך האב אסאך גענישטערט, אויך אין די אלע ק"ש אשכולות בזמנו, אבער עס פעלט מיר אסאך אינפא, סאונדס לייק דברים פשוטים וואס "יעדער" ווייסט, וואס זאך איך טון אז איך בין גענוג אלט צו געדענקען אבער מיינע ערשטע ידיעות פון זיי איז ביים אנטלויפן פון קנדה קיין גוואטימאלא.
ביז דעמאלס איז כמעט גארנישט געווען, זיי האבן געלעבט יארן על מי מנוחות אין קאנאדע, זיי האבן נאך נישט געהאט דעמאלטס אסאך פון די צודרייטע מנהגים וואס זיי האבן היינט.
 
פעלט זאכן זיי זענען געווען אין מאנסי
 
א גרופע היימישע עסקנים און רבנים זענען אראפגעפארן קיין גוטאמאלא, זיך אנצונעמען אויף לב-טהור. נעכטן זענען זיי געזעצן מיט די פרויען פון לב-טהור, זיי אויסגעהערט און מחזק געווען.

די מלחמה טוישט יעצט ריכטונג, בשעת געוויסע היימישע אידן הויבן זיך אן אריינצומישן לטובת לב-טהור. צי ס'איז גוט אדער נישט - לה' פתרונים.
איך מיין אז די מאכסט א טעות, זיי זענען געקומען אויפן פארלאנג פין די עסקנים און די רבנים וואס זענען לוחם לב טהור, זיי זענען אויך געזיצן מיט די לב טהור פרויען, וואס וואינען כעת אויף די גאס
 
א גרופע היימישע עסקנים און רבנים זענען אראפגעפארן קיין גוטאמאלא, זיך אנצונעמען אויף לב-טהור. נעכטן זענען זיי געזעצן מיט די פרויען פון לב-טהור, זיי אויסגעהערט און מחזק געווען.

די מלחמה טוישט יעצט ריכטונג, בשעת געוויסע היימישע אידן הויבן זיך אן אריינצומישן לטובת לב-טהור. צי ס'איז גוט אדער נישט - לה' פתרונים.
קען איינער פליז אויסקלארן, ווער זענען די וועלעכע זענען אראפגעפארן קיין גוטאמאלא?

(ס׳וואלט גוט געווען ווען סיי ווער ס׳ברענגט א נייעס זאל זיך עטוואס אויסקלארן א ס׳זאל זיין געשמאק פאר די ליינער)
 
לעצט רעדאגירט:
@הורקינוס שכוח פאר די ווידיאו עס האט אסאך אינטרעסאנטע פאקטען, איך זיך אבער מער איבער די אידישע = היימישע חלקים, וויאזוי האט מען אנגעקוקט אין ירושלים, ב"פ & מאנסי, איינער האט זיך גערעכנט מיט איהם געוועהן א רב מן השורה אדער סתם א צופראסקעטע נשמה ארום גענומען מיט פרענקען?

וואס איז די מעשה מיט קאשוי רב'ס איידעם?

ווען האט שי פימא זיי געדאראפט? ווי מ'זעהט שפעטער זעהט ער נישט אויס פרום און זיכער נישט פון זייער קולט
 
לעצט רעדאגירט:
א גרופע היימישע עסקנים און רבנים זענען אראפגעפארן קיין גוטאמאלא, זיך אנצונעמען אויף לב-טהור. נעכטן זענען זיי געזעצן מיט די פרויען פון לב-טהור, זיי אויסגעהערט און מחזק געווען.

די מלחמה טוישט יעצט ריכטונג, בשעת געוויסע היימישע אידן הויבן זיך אן אריינצומישן לטובת לב-טהור. צי ס'איז גוט אדער נישט - לה' פתרונים.
דו רעדסט פון מעליץ מאנסי רבי?
 
וויאזוי האט מען אנגעקוקט אין ירושלים, ב"פ & מאנסי, איינער האט זיך גערעכנט מיט איהם געוועהן א רב מן השורה אדער סתם א צופראסקעטע נשמה ארום גענומען מיט פרענקען?
אנהייב אין מאנסי האט מען אים זיכער מכבד געווען אבער צום סוף האט מען שוין אביסל געוויסט ווער ער איז (אזוי האב איך געהערט , אויב איינער מתושבי מאנסי-ב"פ געדענקט אים נאך קומט ארויף אין דערציילט)
 
Back
Top