לב טהור

איך געדענק נישט די תקנות, כהאב עס נישט בכלי ראשון סא כבין נישט זיכער אויב סאיז ראוי צו שרייבען,
איך געדענק יא, מעגסט שרייבן...
בכלל ביסט נישט די איינציגסטע וואס קען די מעשה, ווייזט אויף קראנטקייט
 
ווער איז ער, און אויף וועמענס זייט איז ער?

Screenshot_20250204_135149_WhatsApp.jpg
 
איך געדענק עם נאך פון בארא פארק, ער פלעגט זיך דרייען מוט צווי בחורים און זיי גערופען ׳זיינע קינדער׳ כבין ערשט לעצטענץ געוואר געווארען אז זיי זענען נאר זיינע קינדער בשורש נשמה
א מין ציפליקטע מושיגענער כפארשטיי נישט ווי אזוי יעדער אייזעל באקומט הסכמות
די "קינדער" זענען כמו ברודער, איינעמ'ס טאטע האט חתונה געהאט מיט צווייטענס מאמע בזוו"ש און האבן געוואוינט אין סיאטל וואשינגטון פון דארט האט זיי די "נייע טאטע" אויגעפיקט, פאר א תקופה האבן זיי זיך גערופען טייך על שמו ווי מען קען זעהן אין איינע פון די ספרים וואס ער האט געדרוקט, ווי איך פארשטיי זענען ביידע שוין נישט ביי איהם.
 
ווער איז ער, און אויף וועמענס זייט איז ער?

View attachment 2689
ער איז פלוטשקין.

די בילד איז פון א שיינע פאר יאר צוריק,
אפיציעל הייסט עס אז ער איז אקעגן לב טהור, ס'געווען א בילד פון אים אין מאמענט מיט חיד"ו,

(מאנכע טענה'ן אז ער טוט נישט גארנישט, ער איז סתם דא פאר די פיקטשערס...)
 

בייגעלייגטע פיילס

  • photo_2018-10-31_22-06-54.jpg
    photo_2018-10-31_22-06-54.jpg
    317 KB · געזען: 107
לעצט רעדאגירט:
ווער איז דער לץ מיט׳ן טלית?
 
זיי האבן א פלאן? וואס ווילן זיי טון צוריק ברענגען די משפחות קיין אמעריקא? וויאזוי ווייסן זיי ווער איז עכט די רוצח און ווער איז א ברעין וואשד וויקטים?
 
זייטיגע קשיא,
אייוועלט מאכט פראבלעמען צו דיסקוסירן די טאפיק פון לב טהור?

(כ'זעה פשוט גרעסערע צאל באזוכער, דערמאנט פון מארקאוויטש פרשה)

סתם נייגעריג...

קיקט אזוי אויס . אינטערסאנט אז קול מבשר רעדט נאכנישט דערפון אפילו סאיז געווען א מיטונג מיט די רבנים ...
 
די גאנצע אוועקנעמען די קינדער איז זיכער נישט די בעסטע סאלאושן, די טראומא פון פארלירן די עלטערן אזוי, קען נאך עני טיים זיין אזוי שלעכט ווי די אביוז וואס זיי האבן געליטן דארט. די בעסערע עצה איז פארשטייט זיך צו דיפראגרעמען און אויסהיילן די עלטערן, ס'זאגט זיך אוודאי סאך גרינגער ווי געטוהן, ווילאנג זיי טראסטן נישט קיין דרויסענדיגע.

סאו, כ'טראכט מ'קען נוצן אזא מענטש ווי מעליצער רבי אלס אזא carrot and stick, סארט זאך. ווען זיי זענען איבערצייגט אז די גאנצע וועלט איז קעגן זיי, קומט א דרויסענדיגער מענטש זיי העלפן, זיי וועלן לייגן זייער גאנצע טראסט אין איהם, זייענדיג אויסן צוריצובאקומען זייער קינדער. נאכדעם איז שוין גרינגער פאר איהם זיי צו מאכן רעדן מיט קולט דיפראגרעמערס און פסיכאלאגן (לאמיר זאגן ער פארהאנדלט אויף זייער זייט און מ'מאכט א תנאי אז מ'געבט צוריק די קינדער אויב זיי רעדן צו א פסיכאלאג וכו').

כ'קען איהם נישט, אבער די מהלך הערט זיך גוט(ווייניגסטנס אין מיין קאפ....) עטץ טענה'ט אז ער איז פארריקט, אפשר די זעלבע געדאנק אבער מיט א צווייטע נארמאלערע מענטש. כ'טראכט סתם הויעך...

באזייטיגן און איינשפארן די פירערס איז א must, אפגעזעהן וואס די מהלך דארט איז, האבן זיי דאס שוין געטוהן?
 
Back
Top