לב טהור

איך ווייס נישט אויף וואס צו וויינען ערשט?
אויף די נעבעכדיגע פארווייטאגטע פרויען וואס מיינען עס נעבעך אמת'דיגע, אדער אויף דעם אז אזא ווידעא איז צענזורירט אין אייוועלט און אפי' אין אידטיש זעה איך עס נישט.
שמירת עינים 🤷🏻‍♂️
מ'האט מורא אז די ליינער זאלן נישט ווערן gay....
 
מסירות נפש ממש...

:ROFLMAO::ROFLMAO::ROFLMAO:
 
לעצט רעדאגירט:
ס'איז שרעקעדיג.

די אינטרעסאנטע נקודה וואס האט מיר געכאפט איז די וועג וויאזוי ער האט פראבירט איבערצוצייגן די 'פרא-לב-טהור' קינדער צו ווערן 'נארמאל', ער האט פראבירט זיי אויפצוווייזן אז אידן אין אמעריקע זענען נישט קיין ערב רב, אז מ'מעג לערנען גמרא, אז מ'מעג טראכטן, אז מ'זאל גיין נארמאל אנגעטון, און בעסיקלי צוברעכן זייערע דאגמעס וואס זיי גלייבן בכל נפשם.

זענען מיר טאקע אזוי אנדערש מיט אונזער (צוריקגעשטאנענע) קולטור, לבוש, און דאגמעס? ס'האט מיר געמאכט טראכטן...
 
דו קענסט די מעשה מיטן נייעם רבין וואס האט איבער גענומען דאס עסט רבנות פונעם טאטן ז''ל הכ''מ ?

קומט א איד צום נייעם רבין מיט א קוויטעל מקבל מרות זיין פונעם נייעם רבין. די רבי שליט''ט ניצט דעם קוויטעל אינעם האנט אריין און גיט א קרעכץ מורמעלנדיג צו זיך, איי דער טאטע האט געקענט ליינען א קוויטל. אבער, איך וואס קען איך ?

רופט זיך דער חסיד אן. איין זאך וואס דער רבי האט וואס איך האב נישט געזעהן ביים רבין ז''ל איז, תפיסות מחשבה.

דו האסט ממש תופס געווען מיין מחשבה. אונזער קולטער זעהט ממש אויס ווי דער אמעריקאנער גוי, אדער ווי דער אמעריקאנער איד להבדיל. אדער אפי' דער ליטפאק?
 
ס'איז שרעקעדיג.

די אינטרעסאנטע נקודה וואס האט מיר געכאפט איז די וועג וויאזוי ער האט פראבירט איבערצוצייגן די 'פרא-לב-טהור' קינדער צו ווערן 'נארמאל', ער האט פראבירט זיי אויפצוווייזן אז אידן אין אמעריקע זענען נישט קיין ערב רב, אז מ'מעג לערנען גמרא, אז מ'מעג טראכטן, אז מ'זאל גיין נארמאל אנגעטון, און בעסיקלי צוברעכן זייערע דאגמעס וואס זיי גלייבן בכל נפשם.

זענען מיר טאקע אזוי אנדערש מיט אונזער (צוריקגעשטאנענע) קולטור, לבוש, און דאגמעס? ס'האט מיר געמאכט טראכטן...
זעהנדיג ספעציפיש די ווידעא האט מיר עס געמאכט טראכטן די זעלבע.
די גשמיות איז פארשטייט זיך הימל און ערד, אבער דער 'דעת' ביי די כולל יונגעלייט איז אין די זעלבע גלות.

וואס וואזנער זאגט פאר לב טהור: "אידן אין אמעריקע זענען נישט קיין ערב רב, אז מ'מעג לערנען גמרא, אז מ'מעג טראכטן, אז מ'זאל גיין נארמאל אנגעטון."

וואס איך וואלט ווען געזאגט פאר דעם צעקוועטשטן
מאנראו כולל יונגערמאן: "אידן אין אמעריקע (וואס זענען נישט סאטמאר) זענען נישט קיין ערב רב, אז מ'מעג לערנען תנ"ך, אז מ'מעג טראכטן, אז מ'זאל גיין נארמאל אנגעטון."

די זעלבע קאנטראל און צענזור אויפן מח פון די יונגווארג, אנדערש פארשלייערט.
 
די cognitive dissonance פון היימישע אידן וואס מאכן חוזק פון די לבוש פון לב טהור גייט מיר נישט אין קאפ.

וואס אין דער וועלט מאכט 'אכצנטן יאהר-הונדערט הוט-רעקל, בעקיטשע-שטריימל' מער "נארמאל" ווי 'מיטל מזרח לאנגע בגדים און טיכלעך'?
 
ס'איז פארהאן א צווישנשייד פון בלייבן מיטן אלטן לבוש, און טוישן צו א נייער ווילד פרעמדער קליידונג, אויף א געשטאלט וואס זעהט אויס ווי א היימישער סאטמארער קנאי, נאר מיט הינדערט פונט ווייניגער....
 
ס'איז פארהאן א צווישנשייד פון בלייבן מיטן אלטן לבוש, און טוישן צו א נייער ווילד פרעמדער קליידונג, אויף א געשטאלט וואס זעהט אויס ווי א היימישער סאטמארער קנאי, נאר מיט הינדערט פונט ווייניגער....
וויפיל פון אונזערע זיידעס זענען געגאנגען מיט שטריימלעך? זייער ווייניג, אונז האבן אויכט געטוישט פאר זיבעציג צו וויפיל יאר צוריק.
וויפיל פון די ביסל שטריימל אידן זענען געגאנגען מיט שיך און זאקן? נאך ווייניגער, דאס האט מען געטוישט פאר בערך פערציג פופציג יאר צוריק.
וויפיל פון די ביבערנע היטן אידן זענען געגאנגען אזוי פאר פערציג יאר צוריק? אסאך טאקע. אבער א גרויסע חלק זענען געגאנגען שטאפענע.

אבער אונז טוישען נישט קיין לבוש פארשטייט זיך.
 
נארמאל איז נאר רעלאטיוו.
דער איאטאללא פון איראן הייסט אויך זיין נארמאל און נישט נאכגיין די מערב וועלט. די לב טהור חברה, ווי אויך די מענדעליסטן, וועלן אין א יעדע שמועס זאגן אונז זענען נארמאלע מענטשן! כלפי דעם זאגט זיי וואזנער אז נארמאל מיינט אויך מיט קליידונג.

קיין איין סיסטעם מענטש וועט נישט גיין זאגן דעם גוי זעסט! אונז זענען נארמאל! ד''ה ער האלט אז דעם גוי'ס קליידער זענען משוגע (אדער נישט..) און דער גוי האלט אז זיינע קליידער זענען משוגע and they agree to disagee.
 
Back
Top