לב טהור

איך האלט אינמיטן אויסהערן די ריקארדינג, איך מוז זאגן אז די בלום האט א אייזערנע שפראך. ס,איז שרעקלעך וואס דארט קומט פאר, אין די זעלבע צייט טראכט איך אז רוב זאכן וואס מרעדט וועגן זיי וואס זיי רעדן איין זייערע מענטשן איז ביי אינז די זעלבע נאר אויף א שוואכערע פארנעם.
 
(דיסקלעימער. כ'האב נאכנישט געהערט דעם גאנצן אינטערוויא, כ'האב נאר אביסל ארומגעמישט. און כ'האב היינט געהאט א שווערן טאג. סאו ביטע מוחל זיין.)

ס'טאקע הימל מיט ערד. אבער די ערד דארף אויך געזעהן ווערן און געזאגט ווערן.

ווען דער גר (מוסד איינגעשטעלטע) פייניגט/מאלעסט א יונגל/בחור, גלייבט מען אים?! מ'ווארפט יענעם ארויס פונעם מוסד?! מ'טוט עפעס אפצוהיטן ער זאל עס מער נישט קענען טון, אדער יענער בלייבט ווייטער אפוטרופוס לעריות און מ'פייניגט דעם געפייניגטן נאכמער?

כ'האב היינט גערעדט מיט מיין געוועזענער משגיח פון ישיבה. כ'האב אים געזאגט אז כ'זיך מיין וועג, כ'שפיר ווי כ'דארף אויסהערן מיין אייגענע תורה.
זיין ענטפער איז געווען אז יעדער וואס לאזט אפ אפי' א חלק פון אידישקייט ליידט שפעהטער גרויס צרות. די אייבישטער האט רחמנות און בעהט זיך מ'זאל פאלגן די תורה צו געראטעוועט ווערן פון די צרות.
דער גאלדמאן איז גערעכט.

אלץ קינד ווען דער באמישער בחור (בימים ההם, א שיפע היט און דשעל פיאות) האט געוואלט שמועסן מיט מיר. האט מיר מיין טאטע אנגעווארענט חלילה נישט אויסטוישן קיין ווארט מיט אים.
מיין מגי"ש (היינט א באקאנטער מגיד) האט אונז אויפגעקלערט ווי שעדליך ס'איז צו רעדן מיט די שיעור ב' בחורים וואס די לופט וואס קומט ארויס פון זייער מויל איז שעדליך.
איין מינוט. די שכן האט נישט געוואלט קיינער פון זיין משפחה זאל חלילה רעדן מיטן יונגערען זוהן וואס האט א סמארטפאון.
נידוי נידוי נידוי.
לב טהור איז גערעכט.

אין די צייטן פון לב טהור'ס גרינדונג איז אפי' קול מבשר וואס איז מודיע אביסל נייעס איז געווען אסור. און נאך היינט איז די נייעס צענזורט. קיין פרויען עקזיסטירן נישט אין די נייעס. אן אמת'ע בליק אויף וואס גייט פאר אינעם דרויסענדיגער וועלט איז שווער צו באקומען. די פילטערס בלאקירן אלץ רעלידשעס, שמוץ, און נייעס.
חלילה אויב מ'כאפט דיר אהן א פילטער, די קינדער זענען א שטעקן, מ'ווארפט זיי פון די מוסד.
מ'קען אונז איינבאקן וואס מ'וויל און אונז וועלן גלייבן.
עטץ קרעמל אירע לאכטס
אבער אזוי איז עס ביי אונז.

וואס שטערט זיי פאר די לב טהור אז מיר ברענגן אריין מענטשן צו זיין מיט זיי, (/זעהן אביסל ק"ש)? זיי זאגן ווייל די קינדער ווערן אויפגעקלערט! זיי זעהן ס'דא נארמאלע מענטשן אינדערויסן.

מ'טאר האבן קשיות אויף די הנהגה/רבי?!

נאכן אויפברענגן אהן די מינומאלע הבנה אין מענטשליכקייט ווי אזוי ליבשאפט ארבעט. מאכט מען חתונה דאס אכצן יאריגער קינד. מיט וועם? ווער איז מחליט? מן הסתם די קינד...
פארוואס טוט מען דאס? ווייל סתם א קינד דארף דאך צוקומען צו די עלטערן. אבער אן עלטערע בחור, פארוואס זאל ער בלייבן? מאכט מען אים חתונה כדי ער זאל מוזן בלייבן.
דער עסקן איז דאך אזוי שיין מסביר.

ווי איז אונזער כנשתא חדא? פוטסטעפס?
מ'באקומט נישט קיין שטראף פארן חלילה וויזיטן פוטסטעפס?!

ווען איינער גליטשט חלילה אפ, דארף מען צונעמען די קינדער פון די עלטערן?! ווער נעמט צו? פארוואס?!

הער נאר גוט צו. די אלע כופרים וואס האלטן זיך נישט אהן דעם שטריק בעפאר משיח וועט קומען - זיי פארפאסטן נעבעך דאס לעצטע געלעגנהייט.

זיי זענען באמת קאנווינסט אז משיח קומט נאר צו זיי, נישט צו די קריסטן, נישט צו די גיום.


און אפי' יעצט. אלע וואס פארן אפ, אדער קומען זיי צוריק אדער ענדיגן זיי אין תפיסה, אדער נעמען זיי זיך דאס לעבן. דאס האט טאטי מיר געפרעדיגט.

(די באמעס לאכן הויעך. ווי העכער מ'לאכט אלץ מער איז דאס עצבות וואס זיי דארפן דערשטיקן. מיין מגי"ש האט דאס געפרעדיגט.
די רבי אין חדר האט זיך אזוי געקאכט אינעם געוואלדיגן משל פונעם פיש וואס צאפלט זיך אינדערויסן פון וואסער ווייל ער גוססט אבער ס'קוקט נאר אויס ווי ער איז פריילעך.)

ווען איך לאז ווען אפ חרדישקייט זאג איך די זעלבע ווי יענער פרוי וואס האט אנטלאפן פון לב טהור "גיהנום האב איך סיי ווי דא, אפשר וועט עס בעסער ווערן אינדערויסן".

די וועד הנהלה/הצניעות פייניגט נישט יחידים מיט שענדליכע אופנים?! פון שיקן צו טעראפי און ארויפלייגן אויף פילן, פון נאכפאלגן און שפיאנירן אויף מענטשן, פארלאנגן דין וחשבון ווי מ'קומט און גייט. גיין צו AA מיטינגס. פארן טון וואס? געהאט א שמועס מיט א פרוי?!

די עלטערן זענען אומשולדיג, זיי מיינן אז זיי טוהן רצון השם. שולדיג זענען די פאר רוצחים.

קינדער מיין איך אונטער אכצן.
(זיצן אין ישיבה צו "לערנען" פון ווען די זון שיינט אויף ביז ביינאכט)

מ'דארף פארשטיין חוץ פון דעם שווערן טעכנישן חלק פון אפלאזן, איז אויך דא דעם חלק פונעם מוח, ס'איז שווער אפצוהאקן מיט די משפחה, די עלטערן הערן אויף האבן שייכות.

ווי זענען די עסקנים צו העלפן אט דעם גרופע ווי דעם נייער דור האט ניטאמאל קיין טשאנס צו ארויסקומען און האבן א נארמאלע לעבן?!

-
למעשה.
ס'געווען א דור וואס האט געהאט א וויזיע פון מאכן א טויש.
אפאר האבן זיך צוריק געדרייט (מער נישט אויסשטרעקן דאס האלדז פארן סיסטעם)
אפאר האבן זיך פיינעלי ארויסגעדרייט אבער צום סוף אויפגעהערט קערן פאר אנדערע. (זאל די וועלט אונטערגיין, ווילאנג איך ענדשוי מיין טאג).

קטלא קניא איז נאך פון די שרידים וואס שרייען.

ווער פון אונז וועט זיך אויפשטעלן צו העלפן?
אפשר מיטן זיין זיך אהן געבן א דעקל נעמט מען א חלק פונעם לאסט צו גרינגער מאכן פאר אנדערע?
 
חלילה אויב מ'כאפט דיר אהן א פילטער, די קינדער זענען א שטעקן, מ'ווארפט זיי פון די מוסד.
אסאך פון דיינע טענות זענען גערעכט און געוויסע איז היבש איבערגעטריבן.

אויב מ'כאפט דיר אן א פילטער? אפשר אין סקווירא, און וויליאמסבורג בארא פארק, וכדומה, איז דא א גרויסע פראצענט פון מענטשן וואס האבן נישט קיין פילטערס, ביודעי ומכירי קאמינא.

די פרומסטע מוסד פון שטאט וועט ארויסווארפן דיינע קינדער? שיק נישט דארט, זייער אסאך מענטשן האבן 2 טעלעפאוןס, איינס מיט א פילטער און איינס אן, די מוסדות ווייסן דאס.

אין בארא פארק איז דא א וועד הצניעות? אין מאנסי איז דא א וועד הצניעות? איך מיין מ'טרייבט היבש איבער.
 
שוין האסטע געשריבן 10 זאכן מיט וואס אונזער לעבן איז דומה צו לב טהור און יעצט שרייב 10 חילוקים מיט וואס מיר זענען אנדערש פון זיי.
 
Back
Top