איך גיי דא מאכן אן אינטערעסאנטע עקספערמענט. איך גיי דא רעפרעזענטירן די זייט פון לב-טהור, למען האינטערעסאנטקייט און למען צו האבן פאן.
קיינער זאל זיך נישט איינרעדן, איך בין נישט לב-טהור און נישט אויף זייער זייט, גענצליך פארקערט. איך גיי פשוט שפילן זייער זייט און זיך אננעמען אויף זיי, ענטפערנדיג אויף אלע קושיות וואס מענטשן פרעגן, פשוט צו האלטן א באלאנס און ס'זאל זיין עפעס פון דארט אויך.
סא, איך מאך מיין דיסקלעימער גלייך, איך בין קעגן זיי אלל דע וועי, מיין פארענטפערן זיי איז בלויז פאר פאן, ותו לא.
צווייטע דיסקלעימער: איך בעט דעם עולם, באווארפסט מיר נישט מיט קיין קללות און קריטיק. איך נעם זיך נישט אן פאר זיי. די סקונדע וואס עס פאלט קללות אדער קריטיק אויף מיין זייט, ענדיג איך דעם שפיל און איך רוף אויס דעם 'קאלעוואר'.
...
סא, לאמיר אנהויבן גראד: וואס איז שלעכט מיט לב-טהור? - א פיינע פלאץ. איר ווילט זאגן אז ס'איז אביסל עקסטרעם? - נו, יא, מיר זענען אביסל עקסטרעם. מ'טאר נישט? - לעב און לאז לעבן.
וואס ווילט איר פון אונזערע קינדערליך, פארוואס פייניגט מען אונז? - איר האט נישט קיין רחמנות?