להיות עם חופשי בארצנו??

און יעצט אז זיי ווייסן איז וואס ?
און ווער זאגט אז אלע ווייסן?
הערצל מיט יושקע זענען און די זעלבע טאפ הייסע צואה!
זיי ווייסן מער פון א פרייע אמעריקאנער

שוין אפגערעדט אז התבוללת איז כמעט נישט שייך אין א"י
 
מען גייט נישט נאר נאך די כוונה, אמת די אריגינאל כוונה איז געוועהן צו מאכען עם ישראל ככל הגוים, איז עס נתכוון לאכול בשר חזיר והעלה בידו בשר טלה - נו, וה׳ יסלח לה , אבער דער פועל יוצא איז מדינת ישראל, עס איז דארט דא פלענטי פרומע שומרי מצוה ולומדי תורה
נישט ווינציגער ווי אין אמריקה, צוואס דארף מען אבסעסען מיט די כוונה, און מיט פעהלערס, ווי איז נישטא געמיינע כוונות און אומווירדיגע מעשים, אבער אז מען דער לעבט א דבר טוב, א מתנה פון גאט, זוכט מען נישט צוזיין א כפוי טובה, אז מען קוקט אין די נביאים שטייען מיר גאנץ גוט, השוכן אתם בתוך טומאותם
 
די אריגינאל כוונה איז געוועהן צו מאכען עם ישראל ככל הגוים
סאטמארער נערעטייוו

די גאויל איז געווען צו האבן א אייגען לאנד און נישט דארפן צוקומען טובות פון אלע לענדער אויפן וועלט

ככל הגויים בית ישראל? אידן ארגינעל באלאנגן מיט א לאנד. ווי קומט אריין גויים דא...
 
סאטמארער נערעטייוו

די גאויל איז געווען צו האבן א אייגען לאנד און נישט דארפן צוקומען טובות פון אלע לענדער אויפן וועלט

ככל הגויים בית ישראל? אידן ארגינעל באלאנגן מיט א לאנד. ווי קומט אריין גויים דא...
דאס איז געוועהן געשריבען לשיטתו ווי דער תלמוד ענטפערט אפט - לדבריהם-
אוודאי איז עס פשוט, ווי דו זאגסט ווייל עס איז געוועהן א התעוררות צו בויען די יישוב אין ארץ ישראל וואס האט זיך אהנגעהויבען ביי ערליכע יידן גאונים און צדיקים, ווי דער צדיק פון גריידיץ ,רבי צבי פון קאליש ,נצי״ב פון וואלאזין ,רבי שמואל פון מאהליב , רבי יצחק יעקב ריינעס פון לידא,וואס האט זיך גשעריבען מיט הערצעל ועוד, עס האט זיך געמאכט אז די נישט פרומע זענען אריין אינדעם שפעטער, און זיי האבען געקידנעפט די מאוומענט , און רוב פרומע האבען נישט פארשטאנען ווי אזוי צו דיעלן מיט זיי, האבען זיי זיך ליידער ארויס געצויגען פון די תנועה, און עס געלאזט אריינפאלען צו די פורקי עול, אבער היינט צוטאג זענען שוין די שומרי תורה געווארען מלומדי מלחמה וויא אזוי צו פייטען פאר זייער רעכטען ( פון גיוס נישט ) אין פאליטיק,און זיי שטייען גאנץ גוט ,און מיט דער צייט ווערט די ממשלה אין די מדינה מער און מער לטובת החרדים, מיט די אלע עקולי ופשורי,זענען די פרומע אין כנסת,שלוחא דידן און שלוחא דרחמנא .
 
ביזטו אויפן קאפ? היטלער איז געווען די שטערקסטע אויפן פלאנעט, דעס אז היטלער האט פארלוירן צום סוף איז געווען א נס, פאר א סיבה האט מען געמיזט זיך אנשליסן מיטן מיטן רויטן מערדער סטאלין ימח שמו, צו צושמעטערן די נאצי,
בימים ההם וואלט מדינת ישראל געפאלן ווי א פליג,
די נצחונות פון ארץ ישראל במשך די יארן זענען בכלל נישט פארשטענדליך. עס איז קלארע סיעתא דשמיא, ניסים, סטרא אחרא, יא נעים איט. וואלטן זיי היטלר ימ''ש אויך געקענט געווינען.
 
מיין ברודער וואס לערענט און ישיבה דארט האט ערענסטע טראמע פון די 12 טעג מלחמה, פון אויפשטיין 3 פארטאגס מיט קולות איינצולויפן און שעלטער
ווער הייסט דיין ברודער גיין אין ישראל??
 
סאיז היינט א אפענער וועלט, ליינטס אביסל טרוקענע פאקטן און נוץ אביסל די שכל ווי איידער צו נאכזאגן סאטמארערע נעגאטיווטי אקעגן מדינות ישראל.

די מדינה איז די מערסטע תורה'דיגע מדינה אויף די וועלט, זיי זענען טאקע געגרינדעט געווארן דורך פרייע אידן וואס האבן געזוכט א פלאץ צו לעבן רואיג אלטס א איד, זיי זוכן נישט אויסצורייסן אידישקייט פארקערט זיי שטיצן יודישקייט, ס'זענען געווען יחידים וואס האבן פראבירט צו אויסרייסן יודישקייט? יא אבער דאס איז נישט געווען מטעם פון די מדינה, פונקט ווי געוויסע סאטמארע פראבירט צו מאכן א יעדער א סאטמארער, פראבירן געוויסע פרייע יעדען פריי.

צו די אלע וואס האבן טענות אויף די מדינה האב איך איין קשיא פארוואס זענען ענק דא ??
 
נישט געווען זיין כוונה I promise
Btw! דאס איז דייקא יא געווען זיין כוונה! ווי ווייט איך האב געליינט (והגה בעצמך; אויב זיין ציל איז סתם ווערן פריי און אויסרייסן די תורה -דאס איז דאך שוין מילא געווען אין דייטשלאנד -כ'האף אז די כאפסט אז הרצל האט נישט געלערנט מיט דיין זיידע אין ישיבה)
הרצל האט געזען די דייטשע פרייע אידן ווערן איסמילירט, זיי פרובירן זיך אויסצימישן מיט די גוים און דאך העלפט עס נישט און מ'האט זיי ווייטער פיינט (כ'מיין ער אליין האט אויך זיך געשמד'ט ליידער, און ער האט עס געזען אויף די אייגענע ביינער)
האט ער געזאגט: פארוואס דארף איך מיך לעקן צי יענעם, איך קען מיך מאכן שבת פאר זיך " אם תרצו, זה לא אגדה"
און עס איז ברוך השם יצא לפועל ווי די מדינה שטייט היינט לשם ולתפארת כמאמר הכתוב 'הן עם לבדד ישכון'

לעניינינו: די מדינה איז א אתחלתא דגאולה, סיי פאר די פרומע און סיי פאר די פרייע
(כ'זאג אתחלתא ווייל עס איז נאך דא א וועג צי גיין כמובן)
אידישקייט בליט
אידן לעבן דא סאך רואיגער ווי סיי ווי איבער די וועלט! (כ'מיין אז איינער וואס איז געווען אין ארץ ישראל פאר א תקופה קען זיך אויף דעהם נישט דינגען -און כ'רעד נישט פון א אמעריקא ישיבה בחור וואס האט מורא צי גיין 'שער שכם' - כ'רעד פון די מצב אין די גאס בכלליות
 
דערצייל איך דא א מעשה, וואס איז נאך פרישער ווי פריש... די וואך! בין איך געווען אין א רעסטוראנט אין צפת עיה"ק, זעה איך די בעה"ב אן אמעריקאנער אידל, ערליכער הייליגער שותומ"צ, קוקט נישט אויס ווי ער איז אמאל געווען אין ראדני, אבער מ'קען איהם נאך רעכענען, יא?
כאפ איך א שמועס מיט איהם, איך בין נייגעריג ווי קומט ער אן קיין צפת, ווי כאילו עס וואלגערן זיך נישט קיין אמעריקאנער דארט ווי פרעש..... ער קוקט אויס א געשמאקער פרייליכער #צפת
זאגט ער מיר אז ער וואינט דא בסך הכל צוויי יאר, און ער דערציילט:
" איך האב געוואוינט אין נארט קאראליינע, מיט מיין ווייב (אה!, ער איז חתונה געהאט... הייבט אן ווערן אינטערסאנט 😉) איך האב געהאט דארט א רעסטוראנט, כ'האב געמאכט שיין פרנסה, כ'האב געהאט א גרויסע שיינע הויז, 3 קארן + א מאטארסייקל מיט א דאגי, נאך די אקטאובער 7 האב איך געזען די מצב אויף די וועלט און איך האב געפילט ווי עס ווערט אנגעצויגן, מ'שחט אויס אידן און די וועלט איז פארנימען רחמנות האבן אויף די עזה טעראריסטן, איבערראל פאמפט מען פרא פאלעסטיין פראפעגאנדע און מ'פארשטילט די קול פון די אידן האב איך געזאגט פאר מיין ווייב 'דאס איז עס אונז גיימיר קיין ארץ ישראל' אבער מיין ווייב האט נישט געוואלט הערן בשום אופן, 'אונז זענען אויפגעסעט דא מיט אונזער הויז און פרנסה, פארוואס ארויפגיין....
אפאר וואכן שפעטער האבן אונז געהאט ביי די סעודה א פרוי א האלאקאוסט איבערלעבער און זי זאגט אונז 'איך געדענק נאך ווען מיין טאטע מאמע האבן גערעדט אין אייראפע אז די מצב איז נישט גוט און מ'דארף אנטלויפן' און ליידער איז געשען וואס איז געשען....
אויפן ארט האבן אונז אפגעמאכט 'דאס איז עס' מ'גייט קיין ארץ ישראל!!!
(דער איד האט ווייטער פארציילט ווי זיין ווייב האט בשעתן געבן בורט פאר זייער קינד אין ארץ ישראל אריין אין א שווערע מצב ואכהמ"ל א שמועס פול אףף אינספיירעישאן...

סאו @איש מבקש פון אזא מעשה זעה איך: יא! להיות עם חופשי בארצנו איז א מציאות! (כ'פארשטיי אז עס איז דיר נישט גרינג צי פארשטיין אבער...) אידן פון איבער די גאנצע וועלט שפירן זיך אין ארץ ישראל פארזיכערט! מיט די מיסעלס, מיט די טעראר אטאקעס, קינדער גייען דא אויפן גאס ביינאכט אן קיין מורא, עס איז פשוט 'אינדערהיים'!

איך געדענק נאך די פחד נאך וואס צוויי אידן זענען געהרג'ט געווארן אין דשערזי סיטי און דאן נאך איינער אין מאנסי עס האט אויסגעקוקט ווי די פסוק אין די תוכחה אז מ'גייט מורא האבן פון יעדע בלעטעל וואס שאקלט זיך רח"ל, און פלוצלינג האט מען אנגעהויבן כאפן אז נאובאדי קעירס אבאוט אס.... אגב, און אייראפע עטליכע יאר פאר די קריג האט מען נישט געפילט אזוי... עס איז געווען פחדים... סאך מער טראומאטיש ווי די 12 טעג אין ארץ ישראל,
ליהות עם חופשי דריקט זיך אויב אינעם טאג טעגליכן לעבן פון די ארץ ישראלדיגער איינוואוינער ווען זיי זענען אין זייער אייגן לאנד מיט זייער אייגן ממשלה מיט זייער אייגענע ברידער און זיי דאגה'ן נאר וויפיל געלט די מוסדות גייט מאכן פון די מדינה
 
Btw! דאס איז דייקא יא געווען זיין כוונה! ווי ווייט איך האב געליינט (והגה בעצמך; אויב זיין ציל איז סתם ווערן פריי און אויסרייסן די תורה -דאס איז דאך שוין מילא געווען אין דייטשלאנד -כ'האף אז די כאפסט אז הרצל האט נישט געלערנט מיט דיין זיידע אין ישיבה)
הרצל האט געזען די דייטשע פרייע אידן ווערן איסמילירט, זיי פרובירן זיך אויסצימישן מיט די גוים און דאך העלפט עס נישט און מ'האט זיי ווייטער פיינט (כ'מיין ער אליין האט אויך זיך געשמד'ט ליידער, און ער האט עס געזען אויף די אייגענע ביינער)
האט ער געזאגט: פארוואס דארף איך מיך לעקן צי יענעם, איך קען מיך מאכן שבת פאר זיך " אם תרצו, זה לא אגדה"
און עס איז ברוך השם יצא לפועל ווי די מדינה שטייט היינט לשם ולתפארת כמאמר הכתוב 'הן עם לבדד ישכון'

לעניינינו: די מדינה איז א אתחלתא דגאולה, סיי פאר די פרומע און סיי פאר די פרייע
(כ'זאג אתחלתא ווייל עס איז נאך דא א וועג צי גיין כמובן)
אידישקייט בליט
אידן לעבן דא סאך רואיגער ווי סיי ווי איבער די וועלט! (כ'מיין אז איינער וואס איז געווען אין ארץ ישראל פאר א תקופה קען זיך אויף דעהם נישט דינגען -און כ'רעד נישט פון א אמעריקא ישיבה בחור וואס האט מורא צי גיין 'שער שכם' - כ'רעד פון די מצב אין די גאס בכלליות
פאר דער רעקארד - הערצעל האט זיך נישט גי׳שמד׳ט
סוף ימיו האט ער ארויס געוויסע רעספעקט פאר פאר פרומע יידען , ווען ער איז געעוהן צוגאסט אין ווילנא האט מען איהם מכבד געוועהן צו דרשענען אין די גרויסע שול
מיט די עידוד און פולע הסכמה און הערצה פון דעם גאון
בעל חשק שלמה , ומי יבא אחר המלך
 
זייער אינטערסאנט. די קענסט דערציילן מער? ווי קען מען זעהן מער דערוועגן?
 
זייער אינטערסאנט. די קענסט דערציילן מער? ווי קען מען זעהן מער דערוועגן?
דברים ידועים
פאר די וואס וואס זענען פאראינטערעסירט אין ריינע היסטוריה, פאר מער פרטים אינדעם ענין קען מען לייענען אין די ספרי לב האומה - הרצל בעיני הרבנים -
משה יהודה נחמני .
 
Back
Top