דערצייל איך דא א מעשה, וואס איז נאך פרישער ווי פריש... די וואך! בין איך געווען אין א רעסטוראנט אין צפת עיה"ק, זעה איך די בעה"ב אן אמעריקאנער אידל, ערליכער הייליגער שותומ"צ, קוקט נישט אויס ווי ער איז אמאל געווען אין ראדני, אבער מ'קען איהם נאך רעכענען, יא?
כאפ איך א שמועס מיט איהם, איך בין נייגעריג ווי קומט ער אן קיין צפת, ווי כאילו עס וואלגערן זיך נישט קיין אמעריקאנער דארט ווי פרעש..... ער קוקט אויס א געשמאקער פרייליכער #צפת
זאגט ער מיר אז ער וואינט דא בסך הכל צוויי יאר, און ער דערציילט:
" איך האב געוואוינט אין נארט קאראליינע, מיט מיין ווייב (אה!, ער איז חתונה געהאט... הייבט אן ווערן אינטערסאנט

) איך האב געהאט דארט א רעסטוראנט, כ'האב געמאכט שיין פרנסה, כ'האב געהאט א גרויסע שיינע הויז, 3 קארן + א מאטארסייקל מיט א דאגי, נאך די אקטאובער 7 האב איך געזען די מצב אויף די וועלט און איך האב געפילט ווי עס ווערט אנגעצויגן, מ'שחט אויס אידן און די וועלט איז פארנימען רחמנות האבן אויף די עזה טעראריסטן, איבערראל פאמפט מען פרא פאלעסטיין פראפעגאנדע און מ'פארשטילט די קול פון די אידן האב איך געזאגט פאר מיין ווייב 'דאס איז עס אונז גיימיר קיין ארץ ישראל' אבער מיין ווייב האט נישט געוואלט הערן בשום אופן, 'אונז זענען אויפגעסעט דא מיט אונזער הויז און פרנסה, פארוואס ארויפגיין....
אפאר וואכן שפעטער האבן אונז געהאט ביי די סעודה א פרוי א האלאקאוסט איבערלעבער און זי זאגט אונז 'איך געדענק נאך ווען מיין טאטע מאמע האבן גערעדט אין אייראפע אז די מצב איז נישט גוט און מ'דארף אנטלויפן' און ליידער איז געשען וואס איז געשען....
אויפן ארט האבן אונז אפגעמאכט 'דאס איז עס' מ'גייט קיין ארץ ישראל!!!
(דער איד האט ווייטער פארציילט ווי זיין ווייב האט בשעתן געבן בורט פאר זייער קינד אין ארץ ישראל אריין אין א שווערע מצב ואכהמ"ל א שמועס פול אףף אינספיירעישאן...
סאו @איש מבקש פון אזא מעשה זעה איך: יא! להיות עם חופשי בארצנו איז א מציאות! (כ'פארשטיי אז עס איז דיר נישט גרינג צי פארשטיין אבער...) אידן פון איבער די גאנצע וועלט שפירן זיך אין ארץ ישראל פארזיכערט! מיט די מיסעלס, מיט די טעראר אטאקעס, קינדער גייען דא אויפן גאס ביינאכט אן קיין מורא, עס איז פשוט 'אינדערהיים'!
איך געדענק נאך די פחד נאך וואס צוויי אידן זענען געהרג'ט געווארן אין דשערזי סיטי און דאן נאך איינער אין מאנסי עס האט אויסגעקוקט ווי די פסוק אין די תוכחה אז מ'גייט מורא האבן פון יעדע בלעטעל וואס שאקלט זיך רח"ל, און פלוצלינג האט מען אנגעהויבן כאפן אז נאובאדי קעירס אבאוט אס.... אגב, און אייראפע עטליכע יאר פאר די קריג האט מען נישט געפילט אזוי... עס איז געווען פחדים... סאך מער טראומאטיש ווי די 12 טעג אין ארץ ישראל,
ליהות עם חופשי דריקט זיך אויב אינעם טאג טעגליכן לעבן פון די ארץ ישראלדיגער איינוואוינער ווען זיי זענען אין זייער אייגן לאנד מיט זייער אייגן ממשלה מיט זייער אייגענע ברידער און זיי דאגה'ן נאר וויפיל געלט די מוסדות גייט מאכן פון די מדינה