לאנגזאם - פעלדמאן קאמעדיע

היכי דמי

היימישער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
אוג. 8, 2024
מעסעדזשעס
58
רעאקציע ראטע
401
פונקטן
63
די צוויי ריזן אין אידישע קאמעדיע, איך מיין זיי פארדינען אן אשכול דא:

זיי האבן דעליווערט איצט ביי בוני עולם א מעסטער פיעס
View: https://www.youtube.com/watch?v=TiO6Hy0lN6c
 
איך האב ארויסגעשניטן צוויי שטיקלעך ווי זיי קאלירען ארויס פון די באקס, וואס מען זעהט נישט געווענליך
 

בייגעלייגטע פיילס

  • WhatsApp Video 2025-08-18 at 11.12.55_03aeccf7.mp4
    1.5 MB
  • WhatsApp Video 2025-08-18 at 11.12.55_73c7036d.mp4
    2.5 MB
  • לייק
רעאקציעס: yossi
א שטיק צייט צוריק האב איך געהאט אסאך קריטיק אויף די שפיל "עקיבא".

כדי מ'זאל נישט זאגן אז איך בין נאר דא פאר קריטיק, מוז איך טאקע מודה זיין אז די בוני עולם קאמעדיע פון 2025 האט ארויפגענומען די היימישע אונטערהאלטונג צו נייע שטאפלען.

צו ערשט, די קאמעדיע סטיל איז געטוישט געווארן פון זייער געווענליכע one liners, וואס איז געווען פאפולער אינעם צוואנציגסטן יארהונדערט, צו מער מאדערענע observational comedy, א שטייגער ווי די awkwardness וואס הערשט ביים ווארטן אינדרויסן פון בעשאָו פון בחור און מיידל, די שפיל מיטן שדכן ווי ער רעדט איין יעדע צד אז זיי זענען די ערשטע צו וועם ער ווענדט זיך... און אויך טאקע דאס פרוסטאציע פון אן עלטערן מחותן אויף די 'היינטיגע וואצעפ דיינים' (קרעדיט @היכי דמי ).

צווייטנס, אנדערש ווי אלע היימישע שפילן ווי די מאמע, שוועסטער און באבע זענען אלע געשטארבן, זענען דא די פרויען אן אינטעגראלן טייל פונעם געשיכטע. הגם סאיז נישט דא קיין פרויען אקטיארן, הערט מען אבער די געשריי פון יסורים פון זיין טאכטער ביים אפעראציע, מ'האלט מיט א בעשאָו צווישן בחור און מיידל (אינדרויסן פונעם זעהבארן סצענע, פארשטייט זיך), און אויך האלט מען מיט א טעלעפאן קאל פון טאטען מיטן טאכטער.

דריטנס, די אקט שפילט אויס, און טוט רעפרעזענטירן ריכטיג די היינטיגע וועלט פון דעם חסידישן איד. ס'איז נישט עפעס א פאלשע וועלט מיט א זיידע מיט א לאנגע בארד, און תמימות'דיגע אידן. סנעמט אריין גיין צום ריבניצער פועל'ן א ישועה, מאכן עקסערסייז צו פארלירן וואג, זיך יא אדער נישט מישן אין די קינדער'ס פראבלעמען, און אזוי די גאנצע שפיל.

בכלל קוק איך זיי אן, און בפרט לאנגזאם, אלס העכסט פראפעסיאנאלע אקטיארן, בעסער ווי רוב אינעם היימישן פעלד. לאנגזאם האט א וועג פון אהערשטעלן געפילן אין זיין כאראקטער זייער נאטורליך, ער פליסט געמיטלעך אין זיין כאראקטער, גענוג אז מ'זאל נישט פילן קיין cringe וואס מפילט רוב מאל ביים זעהן היימישע אקטיארן זיך פרובירן מאכן וויינען.

וװען אלע חול המועד פלעיס זאלן זיין אזוי, וואלט מען נישט געדארפט ספּענדן א הון תועפת אויף פּראַפּס און סצענעס צו האלטן דעם עולם איטערטעינד.

(@אלפא דאס באלאנגט עכט פאר דיר, אבער איך האב געמוזט דאס שרייבן, מ'זאל נישט מיינען איך בין נאר דא אראפצורייסן.)
 
@שושני שכח פאר די אנאליז, איך האב עס אנגעהויבן וואטשן איין טאג פאריגע וואך ווייל איינער האט מיר געזאגט ס'האט קאמאדי, כ'האב אבער געסטאפט ביי די סיען ווי די טאכטער וויינט אין שפיטאל, וואט סאו פאני עבאוט איט? ס'איז האראר ענדערש..

ביז די ביסט געקומען, איך בין פשוט ארויס פאר שלחן עורך
 
איך ווייס אז ס'איז שוין א אויסגעדראשענע טעיק וואס כ'גיי יעצט זאגן, אבער ס'דארף געזאגט ווערן..

די גאנצע געוויינאכטס איז א בכיה של חינם, די מחותנים דא זאגן אליין אז זיי זענען די וואס מאכן זייערע קינדערס לעבן מיזערבול..
הער דיך אויף אריינצימישן, העל, מ'האלט דאך נאך אינגאנצן 5 יאר אריין.....? אלע לאנגזאמס זאלן אויפהערן פרעגן פון די קינדער צי ס'דא נייעס, אין אלע פעלדמאנס זאלן אויפהערן זיך אריינצימישן אין זייערע קינדערס לעבן, אין א נס וועט געשען, זיי זענען נישט אזאנעכע רחמנות'ער.. דארפסט נישט דעם ריבניצער פאר דעם.. איך זאג נישט, קען זיין ווען א קאפל ווייסט שוין אינטער די חופה אז מ'גייט זיך לכאורה מיטשענען מיט קינדער איז מען יא נעטשראלי אנגעזעצט, אבער די סטיגמע וואס בוני עולם מיט זייערע סקיטס לייגט צי, איז נישט נארמאל.
 
איך האב געשוויסטער וואס האבן געווארט פאר קינדער, אנדערע האבן עס גענומען שווער און אנדערע נישט.
אבער די וואס האבן עס גענומען שווער, איז עס נאר צוליב די סאושעל פרעשור און די אומבאקוועמקייט, און די ווידעאוס מאכט נישט בעסער זייער אומשטאנד נאר ערגער.

און דאס אז די מחותנים פילן סאושעל פרעשור איז שוין עכט נעקסט לעוול.
אבער די ווידעאו ברענגט זייער גוט ארויס די פראבלעם און אונזער וועלטל ווי @שושני האט שוין ארויסגעברענגט.
 
זיי זענען צידרייט גוטע עקטערס, זיי וואלטן געקענט רואיג עקטן אויף פראפעשינעל מאוויס, זאת ועוד צי קענען שפילן awkward, מיט אזא בלעכענע פנים, בשעת א זאל מיט הונדרעטער מענטשען רייסן זיך פאר געלעכטער אויפן קול, דעיס איז נעקסט לעוועל, (נישטא אזא טשעלענדש ביי מאווי שוט...) כל הכבוד להם!!!!
כ'קען קוים ווארטן פאר א פראפעשנעל חסידישע וועלט פילם, זאל ארויסקומען מיט אזעלכע פרא'ס ווי זיי!!!
 
לעצט רעדאגירט:
Back
Top