א שטיק צייט צוריק האב איך געהאט אסאך קריטיק אויף די שפיל "עקיבא".
כדי מ'זאל נישט זאגן אז איך בין נאר דא פאר קריטיק, מוז איך טאקע מודה זיין אז די בוני עולם קאמעדיע פון 2025 האט ארויפגענומען די היימישע אונטערהאלטונג צו נייע שטאפלען.
צו ערשט, די קאמעדיע סטיל איז געטוישט געווארן פון זייער געווענליכע
one liners, וואס איז געווען פאפולער אינעם צוואנציגסטן יארהונדערט, צו מער מאדערענע
observational comedy, א שטייגער ווי די awkwardness וואס הערשט ביים ווארטן אינדרויסן פון בעשאָו פון בחור און מיידל, די שפיל מיטן שדכן ווי ער רעדט איין יעדע צד אז זיי זענען די ערשטע צו וועם ער ווענדט זיך... און אויך טאקע דאס פרוסטאציע פון אן עלטערן מחותן אויף די 'היינטיגע וואצעפ דיינים' (קרעדיט
@היכי דמי ).
צווייטנס, אנדערש ווי אלע היימישע שפילן ווי די מאמע, שוועסטער און באבע זענען אלע געשטארבן, זענען דא די פרויען אן אינטעגראלן טייל פונעם געשיכטע. הגם סאיז נישט דא קיין פרויען אקטיארן, הערט מען אבער די געשריי פון יסורים פון זיין טאכטער ביים אפעראציע, מ'האלט מיט א בעשאָו צווישן בחור און מיידל (אינדרויסן פונעם זעהבארן סצענע, פארשטייט זיך), און אויך האלט מען מיט א טעלעפאן קאל פון טאטען מיטן טאכטער.
דריטנס, די אקט שפילט אויס, און טוט רעפרעזענטירן ריכטיג די היינטיגע וועלט פון דעם חסידישן איד. ס'איז נישט עפעס א פאלשע וועלט מיט א זיידע מיט א לאנגע בארד, און תמימות'דיגע אידן. סנעמט אריין גיין צום ריבניצער פועל'ן א ישועה, מאכן עקסערסייז צו פארלירן וואג, זיך יא אדער נישט מישן אין די קינדער'ס פראבלעמען, און אזוי די גאנצע שפיל.
בכלל קוק איך זיי אן, און בפרט לאנגזאם, אלס העכסט פראפעסיאנאלע אקטיארן, בעסער ווי רוב אינעם היימישן פעלד. לאנגזאם האט א וועג פון אהערשטעלן געפילן אין זיין כאראקטער זייער נאטורליך, ער פליסט געמיטלעך אין זיין כאראקטער, גענוג אז מ'זאל נישט פילן קיין cringe וואס מפילט רוב מאל ביים זעהן היימישע אקטיארן זיך פרובירן מאכן וויינען.
וװען אלע חול המועד פלעיס זאלן זיין אזוי, וואלט מען נישט געדארפט ספּענדן א הון תועפת אויף פּראַפּס און סצענעס צו האלטן דעם עולם איטערטעינד.
(@אלפא דאס באלאנגט עכט פאר דיר, אבער איך האב געמוזט דאס שרייבן, מ'זאל נישט מיינען איך בין נאר דא אראפצורייסן.)