די צוויי ריזן אין אידישע קאמעדיע, איך מיין זיי פארדינען אן אשכול דא:
זיי האבן דעליווערט איצט ביי בוני עולם א מעסטער פיעס
View: https://www.youtube.com/watch?v=TiO6Hy0lN6c
זיי האבן דעליווערט איצט ביי בוני עולם א מעסטער פיעס
Follow along with the video below to see how to install our site as a web app on your home screen.
Note: This feature may not be available in some browsers.
וואס דארף מען צו זעהן אין די צווייטע ווידעאויאיך האב ארויסגעשניטן צוויי שטיקלעך ווי זיי קאלירען ארויס פון די באקס, וואס מען זעהט נישט געווענליך
ווי ער וויל גיין אין טוילעט, און גיבט זיך א רוף אן, נו, איך גיי שוין גיין אינדערהיים...
דעיס איז קיין טויליט נישט , סדארף צו זיין א dressing roomווי ער וויל גיין אין טוילעט, און גיבט זיך א רוף אן, נו, איך גיי שוין גיין אינדערהיים...
ס'איז א דזשאוק
לענ”ד איז די ערשטע נישט געווען אזוי אינטערעסאנט, (אלס לאנגזאם און פעלדמאן) היבש קארני געווען, נישט אז ביי די יעצטיגע איז נישט געווען קיין קארני חלקים,געוואטשט די 3 שעהדיגע דראמעדיתא פון לאנגזאם פעלדמאן, בערך א האלבע שעה דערפון איז אפשר געווען אינטערעסאנט, די ערשטע דראמעדי איז לענ"ד געווען סאך בעסער, דא זענען זיי געגאנגען אביסל WOKE, און איך פארשטיי שוין ווי אזוי זיי האבן באקומען די השגחה פון סקווער, ווייל די מעסעדזש דערפון איז, אז מ'טאר נישט חוזק מאכן פון די רעבנים.
גערעכט, איך דארף זיי טאקע קאטן סאם סלעק, דארט ווי זיי זענען גוט געווען האב איך פיין געלאכט, אבער איך האב פיינט צו מיר קאמיטן 3 שעה צו עפעס, אין נאר האלב דערפון איז אינטערעסאנט, פארדעם גלייך איך טאקע מער טיווי שאוס וואס איז 20 מינוט א עפעסאוד ווי מאוויס, ווייל אפילו ס'נישט אזוי אינטערעסאנט איז מיין קאמיטמענט נאר 20 מינוט.לענ”ד איז די ערשטע נישט געווען אזוי אינטערעסאנט, (אלס לאנגזאם און פעלדמאן) היבש קארני געווען, נישט אז ביי די יעצטיגע איז נישט געווען קיין קארני חלקים,
אבער די גוטע פארטס וואס זיי האבן געהאט יעצט, האבן זיי נישט געהאט ביים ערשטן,
איך וואלט גערעיט די גוטע חלקים אזוי
1) די זאא מיט די פאדקעסט סצענע (אוי האב איך גגוגלט פאר געלעכטער)
2)די דענטיסט סצענע
3)די רויבעריי אין וואלד
אחוץ פון דעם איז עס געווען אויף א שטאפל פון קארני און לאנגוויליגקייט,
די גאנצע סצענע אין בבל איז עפעס נישט צום זאך, ווי אויך האבן זיי אוועק געגעבן צופיל צייט פאר די מוסר השכל, אזש ס‘האט זיך געטאן דאכטן אז מ‘קוקט א מוסר השכל שאו ווי איידער א קאמעדי שאו,