בען פיליפסאהן, דער רייכער 'נוירסינג האום' טייקוהן, וואס איז מיילעך טאהשער'ס הייסער כמו יואלי לאנדא חסיד שטיצער ושותף!
א יישר כוח גדול
@טאהשער פרי; זייער אינטערסאנט און ציענד אראפגעלייגט! דאס גיט א געוואלד הילף פאר'ן לייענער צו פארשטיין קרית טאהש און טאהשע חסידים היינט צוטאגס. נעמליך, אז דאס איז געווען א קליין שטעטלדיגער פאליטיק, פון נארמאלע מענטשן זיך אויפעסן איינער דעם אנדערן.
ס'איז נישט נאר געווען א קליין שטעטלדיגער לעבן נאר גאר א ריזן מקור פון געלט מאכט און כבוד, ווייל זיי האבן געהאט מיט זיך א קדוש אלוקי א צדיק עליון אן עובד השם יתברך היסטורי, דער פריערדיגער טאהשער רבי הרה''ק רבי משולם פייש לאווי זצ''ל. וואס האט צוגעצויגן צו זיך אזויפיל אידן להתברך און זיך פשוט איינזעהן וויאזוי מ'איז א איד!
איש בשורה אנוכי, דיר צו זאגן, אז אמת, די 2 ניימאן ברודער, די מעכטיגע מוישע גאבעס אין טאהש, האבן געהאט א שלעכטער סוף, פאר'ן זיך שלאגן מיט די פרומע קודם און דעם היינטיגן רבי'ן נאכדעם - אבער זייערע קינדער זענען היינט גאר שיינע עשירים וואס זענען זייער שיין מצליח אין פארשידענע ביזנעסער וואס זיי האבן צוריק געעפענט ווי זייערע עלטערן ווי פעינט פלארס וכדו'. זיי ברענגן דאס אריין פון קאנאדע צו אלע קאנסטראשען סייטס אלל אווער אמעריקע. עס איז בומינג; כ'ווייס נישט ווי אזוי די טאריפס האט זיי איצט אפעקטירט, אבער יעדער ליידט דאך איצט פון טאריפס, נישט נאר זיי.
ווי איך האב דיר געשריבן אין אישי, אז אמאל אינדערהיים פאר די מלחמה האבן אונזערע עלטערן זיך ארום גערצחנט איבעראל אזוי ווי אין טאהש. ווי אויך קרית יוא' האט אזוי אויסגעזעהן די ראשית יארן. די רביצנס מענטשן, די וואלדמאנס, זענען אין סאטמאר, ווי אין טאהש, די ניימאנס מיט די לאוענס.
געדענק, פונקט ווי די ניימאן'ס און לאוען'ס זענען קודם געווען קעגן ר' אברהם כ''ץ, דאס הייסט די טאהשע פרומע, אזוי אויך איז אין סאטמאר, די מערכה קעגן די 'שווארצע', ווי מ'האט דאן אנגערופן די פרומע, בלשון גנאי, וואס האבן צובראכן די שפיגל פונעם רביצן, צוליב לוקסוס, אבער זענען געווען די טרייעסטע חסידים ותלמידים פון סאטמאר יענע יארן, האבן אנגעפירט קעגן זיי די מערכה, טאקע נישט קיין אנדערע ווי די שטוב מענטשן פון רבי'ן דער בעל ויוא' משה זי''ע, בעיקר די וואלדמאן'ס, וואס זענען שפעטער געווארן גוט מיט די פרומע ביי די בני יוא'.
די שווארצע גופא דאס הייסט די שפעטערע בני יוא' זענען געווען זייער אנגעווייטאגט אויף די רביצנס מענטשן די וואלדמאנ'ס, פאר לאנגע יארן, פאר זייער בלוט וואס זיי האבן פארגאסן בחייוו פונעם ויוא' משה זי''ע. אזש אז ר' אברהם לייטנער און נאך גאר פרומע זענען קודם געווען גאר הייסע חסידים פונעם בייראך מוישע זיינע ערשטע פאר יאר אלץ רבי, צו שטעכן דעם רביצן אלטע פיגא מיט אירע שווענץ די וואלדמאנס...
ביז דער האלאקאויסט סורווייווער, דער בייראך מוישע, האט זיך ליידער אינגאנצן צעלאזט ביי די סקול דיסטריקט פרשה; זאגנדיג שיכור'ערהייט פורים ביים טיש פאר זיינע שווענץ טעראריסטן, בחורים מיט כולל אינגעלייט חסידים שוטים, אז ר' אברהם לייטנער איז א ''פגום''!... ווייל דער בייראך מוישע, געדענקט נאך ווי ר' אברהם לייטנער'ס מאמע, איז געגאנגען 'אינגאנצן אויסגעשניטן דאס האלז' ווען זי איז געווען ''פרעגענענט'' מיט ר' אברהם לייטנער'ן ז''ל, ווען ער איז געווען א עובר במעי אימו...! דער בייראך האט דאן געוויזן מיט די הענט אויף די האלז פאר תשב''ר שלא טעמו טעם חטא מעולם, אויך צו זיך פיקטשערן וויאזוי א נאקעטער האלז פון א פרעגעננט פרוי קוקט אויס...! זיי זאלן האבן וועהט-דריעמס...!
עניוועיס, אזוי דרייט זיך א וועלט, ווי די סעינג גאוס, ליוו לאנג אינאף ענד יו וויהל סמייל עהט אלל יאהר ענעמיס...! ווי העוו טוה סיט בעק ענד ענדזשוי די שוי אפ לייפ!...
לסיכום, מוז ארויסגעברענגט ווערן לטובה, דעם מאמר חז''ל, אז 'במקום שבעלי תשובה עומדין אין צדיקים גמורין יכולין לעמוד', - אויף מיילעך טאהשער, דער היינטיגער טאהשער רבי שליט''א, וואס פירט אזוי שיין זיין שטעטל און חסידות, לתפארת, אן קיין ברעקל שוונצנות מחלוקת פאליטיק שנאה וקנאה. - וואס דער שנירל דעקט אויף, אז ער האט גאנץ גוט געשמירט אין זיינע פריערדיגע יארן, בחייו פון זיין טאטע'ן, דער פריערדיגער טאהשער רבי זצ''ל!
מיר דארפן אנקוקן מיילעך לאווי דער היינטיגער טאהשער רבי, ווי דער זאלי, ר' זלמן לייב טייטלבוים, וויבאלד ער האט געהאט אן עלטערן ברודער מרדכי, וואס איז אוועק פלוצלינג, אבער ווי אהרן אין סאטמאר, האבן די חסידים געהאלטן די בכור פאר די קומענדיגע רבי, ווייל ער איז אויך געווען פיל פרומער און געלערנט מער פון אינגערן ברודער. איז ער פארעכנט געווען אלץ יורש פון די רעביסטעווע.
אדרבה, מיילעך האט זיך אינגערהייט אריין געווארפן ראשו ורובו אין ביזנעס ווייל ער האט נישט געהאלטן פון געבורט ווייז אן אז ער גייט ווערן רבי. - האבן זיי דעריבער, ביידע, אי דער זאלי און אי מיילעך טאהשער אזא סארט בעל בתישע רואיגקייט צו זיך, על כל פנים, מער פון אנדערע רביס.
מיילעך טאהשער איז טאקע פערזענליך גאר א גרויסער עושר פארמאגנדיג ביליאנען ווערט אין ריעל עסטעיט אלל אווער די וועלט.
כה לחי!