איז אויסגעקומען אז א גרויס חלק פון די בעל הבתישע עולם האט אויפגעהערט דאווענען און 555 און די פרומע/עקסטרעמיסטן זענען געווארן א גרויסע רוב אין ביהמ"ד און די א חלק פון די עולם האט אנגעהויבן פילן אומבאקוועם דארט און זיי זענען אריבער און אבריכים אדער צו שלמה ראטער איז עס געבליבען זייער אויסגעשפילט גי לעצטע 2 3 יאר בפרט נאכדעם וואס ר' סענדר משה טייטלבוים די דיין אין ביהמ"ד האט זיך געצויגן קיין קר"י
פונקט אזױ. ס'איז אלעמאל אינטרעסאנט געװען, איך מײן צוזאגן זײט מען האט ארױסגעװארפן די נײמאנס און לאװען, װיאזױ אזעלכע סטרעינדזש בּעד-פעלאויס (מל' בּעט), די נײמאן משפחה האבן זיך מיטאמאל געטראפן חבירים מיט ר' אברהם כ"ץ'נס מענטשן װאס האבן זיך שױן פריערט געהאט צעשלאגן מיט די נײמאן'ס און ר' מײלעך (נאך יענע צײטן װען ר' מײלעך האט חתונה געמאכט מיט תולדות אהרן) װעגן אזעלכע נושאים װי ברסלב און װעגן ר' אברהם כץ'נס מענטשן װאס זענען ע"פ רוב געװען סאטמאר געשטימט און אפילו הארדקאור בני יואל.
(נעם למשל אזא אײנעם װי ר' יחזקל װאנחאצקער װאס פלעגט יעדע מוצ"ש שובבי"ם אפהאלטן א צוזאמענברענג אין זײן בעיסמענט װאו מ'האט זיך צוגעהערט צו די שלש סעודות טעיפס פון סאטמאר רב זי"ע'ס שובבי"ם תורה ברעטשערײען און די מצרים נ' שערי טומאה און די זרע לבטלה קװיטשערײען. אדער טאקע דער סנדר טײטלבױם װאס איז מעיקרא נאר א סאטמערער געװען. אדער יענקל אקער'ס אײדעמער אדער די דאסקאלס אקעי זײ זענען ניקלושבורג אדער װיזניץ געװען. כ'מײן צוזאגן זײן כולל איז פיהל געװען מיט "פרעמדע" װאס האבן ביז די חתונה נישט געהאט אײנגעשטױסן מיט טאהש)
װי אױך איז כסדר געװען פרשיות און רײבערײען צװישן אברהם כץ'נס מענטשן און די בעלי בתים און\אדער רעבין'ס מענטשן װי למשל שלום מיכל ארגל און הערש לײב קרױס, די זילבערס, די זוסמאנס (די מאכער'ס פאר די נײמאנס) און די װײנבערגער קינדער (ס'איז געװען אפילו א מעשה װי הערש לײב'ס קינדער האבן נאכגעשריגן חײם יוסף גוטליב א באקאנטער סיקריק און אנטי-ציוני), און בכלל דער קאסענער עולם פונדערהײם װעלכע זענען געװען מער טשיללד און אפילו פרא ציוניסטיש אדער אגודה (בעלז) געשטימט.
צו איז עס געװען דאס פארן אױף אומאן (װי באקאנט אברהם כץ איז א שטארקע ברסלבער און ער האט געמאכט כולל אינגעלײט פאר ברסלבער), צו איז עס געװען שיעורים פון ליקוטי מוהרן בײ אברהם אינדערהײם אינמיטן װאך, צו איז עס געװען שלש סעודות געפירעכץ אין בנין הכולל בשעת דער רבי האט געזאגט ה' מלך אין שוהל. צו איז עס געװען דיפרענצעס אין פסקים צװישן ר' אברהם און ר' יואל הערש מאשקאװיטש. 'כל מיני דיסעגרימענטס.
ס'איז למשל געװען א מעשה מיט די שפיציגע דאך העכער די נײע ישיבה קטנה. ס'איז געװען א אישו אז מ'האט נישט צוגעלאזט ר' אברהם אדער זײן פרױ פראַדל צום רעבין גענוג. בשעת װאס די אלע אנגעשמעקטע פענצי פרײע אידן, גבירים פון מאנטרעאל און פלארידע, מיט קלײנע קאפעלעך װאס היטן גארנישט, האט מען טאג טעגליך ארײן געברענגט צום רעבין פאר שעהן און דערנאך ארומגעפּאָמפּעט אין ישיבה און חדר פארנט פון די קלײנטשיקע תינוקת של בית רבן װעלכע האבן געפאטשט און געזינגען פאר זײ כאילו זײ זענען די אושפוזין אלײנס. װײל זײ געבן די נײמאן'ס אסאך פון די גרינע. די נײמאןס פלעגן זיך מיט עשירים פארשליסן מיט'ן רעבין אין צימער פאר שעות און װען ארנטליכע נױטבאדערפיגע כולל אינגעלײט אדער געסט װאס זענען געקומען צופארן ספעציעל אױף שבת פאר א ישועה האבן געװאלט ארײנגײן האבן די נײמאןס געזאגט "א מענטש איז דא, מ'קען נישט יעצט ארײנגײן!" ר' אברהם כץ פלעגט חוזק מאכן: "א מענטש? אונז זענען נישט קײן מענטשן??" אבער בעיקר איז עס געװען א פריצײטיגע פחד אז ר' אברהם כץ װעט שטעלן אין שאטן ר' מײלעך (לאחר מאה) װאס איז נאך דעמאלס ביזי געװען צײלן זײנע סטאקס און װאטשן זײנע קרעדיט סקאורס כדי ער זאל קענען ארױסנעמען גוטע מארגידזשעס פאר זײנע פראפערטיס. בײם לערנען האט ער נישט געהאלטן און דאװענען האט ער נאכנישט געקענט.
אבער די כולל אינגעלײט און אברהם'ס מענטשן זענען געװען גאר פרומע און אפי' אסאך נטורי קרתא. ס'איז געװען למשל א מעשה מיט א אנטי-ציוניסטישע פראטעסט אין מאנטרעאל װי מ'האט (ר' אברהם כץנס כולל אינגעלײט) פראטעסטירט זײט בײ זײט מיט די אראבער.
נעם למשל דעם נטורי קרתא'ניק ר' משה בער בעק, װען ער פלעגט באזוכן טאהש האבן בײ זײנע דרשות אנטײלגענומען רובא פון כץ'נס כולל אינגעלײט. זײ זענען געװען אין לאװ מיט אים. ר' משה בער אלײנס האט געהאט עטליכע קינדער װאוינען אין טאהש. בקיצור רוב בעלי בתים און רעבין'ס און זײן זוהן מײלעך'ס מענטשן האבן אנגעקוקט די סאטמערע כולל אינגעלײט װי א נגע ספחת.
מיט לאװען איז נאך געװען מילא (ער אלײנס האט אנגעהױבן דאװענען בײ יענקל כץ אינדערהײם און איז א שטאלץ געװען פאר יענע מנין אז לאװען דאװנט מיט זײ.) װײל ער איז אלעמאל פרומער װי די נײמאן'ס געװען. (הגם ער האט אױך גוט געפײניגט כץ אין די ערשטע צײטן.) עכ"פ אזא אױסקוק האט ער געשאפן. אבער מיט די נײמאן קינדער איז אזױ מאדנע געװען אז מיטאמאל טרעפן זײ זיך אין בעט מיט די כץ חברה אז ס'איז ממש געװען צום לאכן.
כאטש די נײמאןס אלײנס זענען מיט נישט אזױ לאנג פריער, נאר 15-20 יאר פארדעם, געװען פשוטע פארשװיצטע ארבעטער און אױפגעבױעט זײער אימפעריע און קאמפאניס פון סקרעטש. אבער די שנות השובע האט זײ אזױ פעט געמאכט (ליטעראלי װען די צװײ, שלום און עמרם פלעגן זיך אראפזעצן מיט זײערע צועפנטע רעקלעך, בשעת װען זײ פלעגן באזוכן די חדר-קלאסן צוזאמען מיט די מגולחים, האט מען געקענט צײלן דרײ בּײכער-חלקים זײערע, אזױ װי מ'קען בײ א פֿעשן מענטש צײלן די באזונדערע חלקים פון די דאָבּל טשין. אונטן העכערן ערלה זענען זײ אזױ גראב געװען אז די הױזן האט זײ שיער נישט געפלאצט פון פרעשור פון די בשר.), אז עשה עצמו כאילו לא ידע.
זײ האבן געהאט די שענסטע הײזער, געבױעט פאר אלע קינדער, יעדעם באזארגט, די קינדער אלעמאל אױסגעפאטשקעט און אהנגעשמעקט און רוב פון חײם פנחס צװיבל'ס גראסערי איז געגאנגען צו זײערע אקאונטס. די איבעריגע איז געגאנגען פאר דעם רעבין'ס אײניקלעך.
אין חדר און ישיבה האט מען נישט געמעגט רירן זײער קרױן, אפילו װײניגער װי דעם רעבין'ס אײניקלעך (װעלכע זענען אגב אױך געװען גרױסע מיוחסים און שטריקעס).
סאָ דא מיטאמאל װען זײ האבן זיך אנגעהױבן חבר'ן מיט די כולל אינגעלײט און לאװען'ס מענטשן האבן זײ פלוצלונג זיך גענומען פאראינטרעסירן אין סאטמאר און אפילו אין ברסלב. אומגלױבליך. פלוצלונג איז געװארן אקעי אװעקצושיקן דײנע קינדער לערנען אין קװינס אדער אנדערע ישיבות. עמרם נײמאן אלײנס האט אװעקגעשיקט זײנע בחורים לערנען. זײ האבן אנגעפאנגען טוהן שידוכים מיט פשוטע מענטשן. װער האט געחלומט אז א נײמאן װעט זיך אמאל משדך זײן מיט דער פױער דוד פרשנובסקי.
פלוצלונג איז געװארן אקעי צו דאװענען אין אברכים שבת צופרי. פלוצלונג איז געװארן אקעי צו פארן קײן אומאן. און פלוצלונג איז געװארן אקעי צו זאגן אז מ'פארדרײט דעם רעבין א קאפ און אז ער קאלעכט שױן אביסל אדער אסאך. גענױ װי די נײמאןס פלעגן פארדרײען דעם רעבין א קאפ נאך אײדער ער האט אנגעהױבן קאלעכן און אָך און װינד איז דעמאלס געװען אױב האט עמיצער פון כץ'נס מענטשן געזאגט אז מען פיטערט דעם רעבין שטותים.. זײ האבן דאך נישט נאר פארשלאסן כץ'נס כולל נאר אפילו אים פארשיקט מיט זײן גאנצע חד גדיא קײן מונסי. נישט נאר אים, נאר פיהלע פון זײנע מענטשן אױכעט. אױ האב איך נחת גענאסן װען פלוצלונג נאכװאס מען האט זײ באזײטיגט, האט זײ געדױערט א לאנגע צײט צו קומען צו זיך און לעקן די װאונדן. זײ האבן בהמשך הימים נעבעך אלצדינג פארלױרן, די ביזנעסער, די שטאנד, אפילו די געזונט. אסאך האבן זיך אװעקגעמופט פון טאהש. דוכט זיך, שלום איז געשטארבן פון קענסער ל"ע און עמרם איז געװארן א עניֹ ואביון מגוזלו אז מ'האט געדארפט ארומגײן שנארן געלט ער זאל קענען חותונה מאכן זײנע קינדער.