אלטע טאהשער פאליטיק

כמעט צו יעדן וואס איך רעדט וואס דאווענט דארט, רעדט זיך זייער שטארק אפ, איז די מצב דארט ממש שלעכט און אומבאטעמט? אדער מ'רעדט זיך אפ די זעלבע ווי יעדע אנדערע ביהמ"ד?
יאפּ. 555 פלעגט זיין גאר א לופטיגע שול. עס פלעגט זיין גאר באטעמט זיך צו דרייען דארט. ווען א גרויס חלק פון די מתפללים האבן זיך ארויסגעצויגן, האבן זיך די נטורי קרתא אינגעלייט, צוביסלעך אנגעהויבן זיך פירן היפש מעשי בעל הבית. זייער לופט, צוזאמען מיט זייער אויסגעשניטענע צעטלעך.... האט גאר שטארק קאליע געמאכט די היימישע אטמאספער. און פאראורזאכט אז ריקצוג.
היינט צוטאגס איז די בית המדרש היפש אויסגעשפילט אנטקעגן וואס עס איז געווען אמאל. הרב מערץ פראבירט יעצט צו אויסרייניגן די פלאץ, און עס צוריק ברענגן צו די אמאליגע שיין. מיר ווינטשן אים גרויס הצלחה.
 
וויפיל מענטשן וואוינען אין טאהש?
 
ווי איך האב אמאל געהערט פון איינעם. עס איז דא ארום 30 חתונות א יאר. לויט די חשבון מיינט עס אז אין די לעצטע פאר יאר, האבן זיך אוועקגעצויגן איבער 100 משפחות...
קען דאס איינער קאנפורמען??
 
ווי איך האב אמאל געהערט פון איינעם. עס איז דא ארום 30 חתונות א יאר. לויט די חשבון מיינט עס אז אין די לעצטע פאר יאר, האבן זיך אוועקגעצויגן איבער 100 משפחות...
קען דאס איינער קאנפורמען??
איך האב נישט די נאמבערס אבער אבער עס הערט זיך נישט איבערגעטריבן
 
ווי איך האב אמאל געהערט פון איינעם. עס איז דא ארום 30 חתונות א יאר. לויט די חשבון מיינט עס אז אין די לעצטע פאר יאר, האבן זיך אוועקגעצויגן איבער 100 משפחות...
קען דאס איינער קאנפורמען??
דוד פ. האלט אפיציעל א חשבון דערויף
פרעג אים
 
דוד פ. האלט אפיציעל א חשבון דערויף
פרעג אים
ער טענה'ט אז ער האלט חשבון אז ער זאל קענען זאגן א נאמבער איך האב נאך נישט געהערט איינער זאל באקומען די ליסטע פון אים
אז דו קענסט אדרבה
 
קען זיין איך ווייס נישט פונקטליך אבער כ'מיין אז יא
ווידעא 1. אביגדור וויינבערגער האט אראפגעבראכן א טיר אין סקול נאכדעם וואס מ'האט ארויסגעווארפן עטליכע מיידלעך
ווידעא 2. דוד פרושינובסקי האט צוגעשפארט די ביהמ"ד אבריכם - כ'ווייס נישט פארוואס
ווידעא 3. די קהילה האט אויפגענומען א גוי'שע קאמפעני צו מענעדזשען די אפארטמענטס, איינע פון די טענענטס האבן נישט געצאלט פאר עטליכע חדשים און נאך עטליכע ווארענונגען האט מען אים ארויסגעשיקט

פארשטייט זיך אז יעדע מעשה האט 3 זייטן, דאס איז נאר פון וואס איך געדענק און וויפיל כ'האב געהערט
הרב @שטַאטסמַאן קום אריין מיט מער דעטאלן
װידעאו 1 װײס איך נישט די מעשה.
װידעאו 2 אױך נישט.
װידעאו 3 געדענק איך. דוכט זיך ס'איז געװען אין יאר 2002 אדער יענע געגנט. ס'איז נישט אזױ פשוט געװען. דער אינגערמאן מיט די ארענדזשע בארד איז א פריעדמאן. ער האט געהאט לכה"פ נאך 2 ברודער אין שטעטל אײן צײט אדער אנדערס. אײנס שמואל אליעזר פרד"מ און דער אנדערער, אן עלטערע בחור יואלי. דוכט זיך זײ זענען קאשויע פריעדמאנס. עפעס אזױ.
ס'איז דעמאלס געװען די איבערגאנג צװישן די נײמאנס מיט ישראל בנימין לאָװען, און די בני-לוי, בעיסיקלי ר' מײלעך לעװי, ראטמאן, יעקב שמשון האס און דער אלטער הערש לײב װײנבערגער אײדעמער.

פיהלע אידן זענען ביז דאן געזעצן אױף קעסט אױף די ישיבה'ס קאסע, אין בילידינגס װאס געהערן צו די ישיבה. ישיבה = די װאס זענען די אדמינעסטרעיטארס פון די ישיבה און די קריה'ס קאַסעס. ביז דאן לאװען און די נײמאנס און יעצט די נײע בני-לוי װי מ'האט זײ גערופן. לוי אלס טאהשער רבי'ס לעצטע נאמען לעװי.
ד.ה. זײ האבן נישט געצאלט רענט אבער היות זײ האבן געהײסן 'כלי קודש' האט עס געהײסן זײ זענען פטור צו באצאלן (איך געדענק אורי אײזענצװײג איז געװען נאך אײנער װאס איז ארײן אין ענליכע פראבלעמען װי דער פרד"מ). אבער היות די פרד"מ משפחה האט זיך געשלאגן מיט די נײע פריערשאפט, די בני-לוי, אין פארטיקולאר, האט דער בעל הסיפור דא, דער מיט די ארענדזשע בארד, כ'געדענק נישט זײן נאמען, גערעדט ברבים אנטקעגן די נײע הנהלה, אהנע פחד. האבן זײ דערפאר מחליט געװען אים צו צװינגען צו צאלן רענט אדער ארױסװארפן.

איך מײן אז דער הױז דא איז געװען א הױז װאס איז פריער געװען באװױנט פון אײנעם פון ר' אברהם כ"ץנס פאלױערס װאס האט אקארשט אװעקגעמופט און װי דער סדר איז געװען האט דער פריערדיגער טענענט, א רעכט צו איבערגעבן צו װעם ער איז מחליט - עפעס אזױ. דער ארענדזשע בארד האט קודם געװױנט אין א בעיסמענט אונטער שלום אדער עמרם נײמאנ'ס אײדעם, געדענק איך אױך נישט זײן נאמען. בני לוי האט גערופן פאליצײ; א גרױסע עולם, הױפטזעכליך געװעזענע ר' אברהם כ"ץנס מענטשן, װי חײם יוסף גוטליב און אנדערע, האבן זיך דא פארזאמלט צו פראטעסטירן, זאגן תהלים און פרובירן זיך טענהן מיט פאליצײ אױף געזעצליכע גראונדס. בקיצור ס'איז געװען יו"ט אינדערװאכן.

יואלי פרד"מ, זײן אינגערע ברודער און אלטע בחור װעט שפעטער אָנגײן צו שרײבן און דרוקן דער צײטונג 'די דורכפאל' (צוזאמען מיט אײנער יואלי בלום און משה קרױס, א זוהן פון נחמי' קרױס די מנהל פון ישיבה און שפעטער אײדעם פון יוסל װאלדמאן פון קר"י) װאס איר גאנצע ציהל איז געװען צו באשמוצן די בני לוי ובראשם משה ראטמאן.
 
לעצט רעדאגירט:
יעדע פון די ווידיאס קען האבן א ארטיקל פאר זיך
....
צווישן זיי זענען געווען 2 ברידער ישעי און אביגדור וויינבערגער
צוריק צו אונזער מעשה יענע טאג ערגעץ זומער ע"ב האט די סקול אהיים געשיקט מיידלעך פון וואס די משפחות האבן זיך ארויסגעצויגן פון שטעטל,
צווישן די מיידלעך איז געווען די טאכטער פון ישעי וויינבערגער די פרוי וואס האט זיי אהיימגעשיקט איז געווען מרת שווארץ אשת חזקי שווארץ
ישעי האט דעמאלטס געארבעט אין זיין טאטענס געשעפט און מאנטריאל און אביגדור האט געארבעט און די טאטענס געשעפט און טאהש
ישעי האט גערופן זיין ברודער אביגדור זאל אים העלפן צוריקלייגן זיין טאכטער און סקול,
אביגדור איז אריין אין סקול און געגאנגען צו די אפיס פון מרת שווארץ רעדן צו איר, מרת שווארץ האט גערופן פאליס אז ער סטראשעט איר מיט רציחה, אביגדור האט אפגעכאפט די גאנצע שמועס עס איז געווען מפורסם בשעתו איך געדענק נישט וואס די שמועס איז געווען אבער איך געדענק אז סטראשען איז נישט געווען דארט ניטאמאל קיין ווילדע ווערטער אויסטויש,
די ארעסט האט אויפגערודערט די שטעטל יענע נאכט איז געווען עפעס א מעמד (אפשר אויף טעכנאלאגיע? ) און שמואל דוד טויב מיט אלעזר קליין זענען דארט ארום טיילן צעטלעך מיט א בילד ווי מען קייטלט אים מיט דברי מחאה איינער האט זיך אויפגעשטעלט ביים מייק זיי ארויס שיקן (אפשר משה ראטמאן ?)
איך געדענק נישט פונקטליך די השתלשלות פון די נעקסטע פאר טעג אבער ערגעץ און די נעקסטע פאר טעג האט מען אויכעט געווארפן קינדער פון עלטערן פון די שכ"ל סטרייק אנפירער,
די גרופע וואס האט געפירט די שכ"ל סטרייק האט מחליט געווען אז מען גייט שיקן די מיידל פון א"י און סקול און אויב מען שיקט איר אהיים גייען אלע מאמעס קומען אהיימרופן זייערע טעכטער עס איז געווען דעמאלסט בערך %25 פון די תלמידות,
עס איז אזוי אנגעגאנגען פאר אפאר טעג ביז די סקול האט אוועקגעשטעלט גארדס ביים טיר נישט צו אריינלאזן די מאמעס האבן די עלטערן בכלל אויפגעהערט צו שיקן די טעכטער און עס האט זיך אנגעהויבן צו פארמירן אזעלכע כמו קלאסן ביי מענטשן אינדערהיים אנפאנג איז עס געווען טעמפארערי ביז די סקול וועט זיך בייגן אבער גאנץ שנעל איז עז געווארן פערמענאנט און די מוסד גייט אן ביז היינט,

אלעס לפי מיטב זכרוני אויב האב איך געמאכט א טעות ביטע פארעכטן

אויב די עולם איז אינטערסירט קען איך פארציילן די אנדערע צוויי
אביגדור װנ"ב האב איך נאך געקענט אלס בחור; איך האב אים געזעהן מיט מײנע אױגן אױפֿברעכן טירן און פענצטער. ער האט שטארקע פױסטן. אײביג געהאט. מיט אפאר שטױסעס געקענט אױפברעכן יא אפילו די גרױסע מעהאגעני דאָרס. ראטמאן האט אים שטענדיג נישט געקענט פארלײדן. זײנע אנדערע ברודער חוץ 'לעמעלע' זענען שטילע. לעמעלע איז אױך געװען א סחורה פאר זיך. איך האב אים אמאל געזעהן אין אבריכים אנברעכן די בײנער פון מײלעך ראזענצװײג, אן אנדערע פון ר' מײלעך לעװי'ס שװענץ. אגב, די אלע װאס רינגלען הײנט ארום אדער פלעגן זײן נעבן ר' מײלעך זענען גרױסע מנובלים און משכב זכורניקעס, אהנגעהױבן בײ משה ראטמען הימסעלף. אלע ממש איז א גוזמא אבער א חלק.
אבא'לע װנ"ב, אביגדור'ס טאטע, איז א שװאגער מיט שלום, עמרם, שמילוּ און יצחק נײמאן; דערפאר זענען זײנע זוהן אזױ בארעגט געװען װען בני-לוי האט די נײמאנ'ס ארױסגעשטױסן װײל זײערע געלט-קװעלער און פריװיליגיעס האבן זיך אױסגעטרונקט פלוצלונג.
 
לעצט רעדאגירט:
דאכצעך אז דאס איז מושי ראטמאן וואס ס'געווען א court case קעגן אים איבער SA
ס'איז אנבעליװעבל. ס'איז די ערשטע מאל איך הער דעם טעיפ. איך געדענק מ'האט שױן פון ר' אברהם כ"ץנס פרשה (פארשפארן די כולל) והלאה גערעדט אז דער רבי איז נישט אלעמאל בײ זיך און מ'רעדט אים אײן זאכן אין קאפ, װאס צוזאגן און װעמען מרחק צו זײן. אגב, איך האב צוגעהערט דעם טעיפ און מ'הערט אים רעדן פון אנפאנג װעגן עמיצער װאס קומט יעדע װאך צום רעבין'ס פרײטאג צונאכטס טיש און זיצן בײ די קארנער, נאר מ'הערט אים נישט קלאר זאגן װער דאס איז. אײנער װײסט פון װעמען ער רעדט?

די מעשה דא האט יעדער אין שטעטל געשמועסט בשעתו פון װאס ס'האנדלט זיך; אפילו די בחורים אין ישיבה. פארקערט, ערשט די בחורים װײל זײ האבן אנגעהױבן פירן א מערכה ברבים קעגן ראטמאן װען זײ האבן אָנגעספּרעיט טירן אינסײּד און אאוטסײד דעם ביהמד הגדול מיט װערטער װי: '350 פונטיגער פּיפֿל ראטמאן איז זיך מתחצף קעגן רעבין צא טמא' און נאך אזעלכע לאזונגען.
געװען איז עס װען ראטמאן האט אױפגערעגט די בחורים עפעס צוטוהן געהאט מיט די פּאַרענטשעס בײם טיש און די דיסטענס צװישן זײ (אױף װעלכע די בחורים זענען געשטאַנען בשעתן טיש) אין דעם רעבין.

צוריק צו די מעשה: ס'האט געהײסן אז ראטמאן זאל האבן אַסאָלטעד א אינגערמאן מיט'ן נאמען בערל גרינבױם, אן אײדעם פון אליעזר עהרנפעלד, בשעת'ן טראגן צו אים זײן היט קלינען. בערל פלעגט קלינען ביבער היטן און ס'זאל האבן געהײסן אז ראטמאן האט אים אריבערגערופן צו קלינען זײן היט אין די בעיסמענט פון רעבין'ס הױז און דארט האט ער אים אטאקירט לשם משכב זכור.
איך װײס נישט עד היום אױב בערל איז געי אבער װער ס'קען אים, ער האט אײביג געגיבן אזא פֿעמינין אימפרעשאן.

איך געדענק דעמאלסט זיצן אײן אװענט נעבן בערל און נאך א מענטש. ס'איז נאך געװען פאר כ'האב געװיסט אז ס'רעדט זיך פון בערל. כ'האב נאר געװיסט אז ס'האנדלט זיך װעגן מעשים תעתועים און כ'האב געפרעגט יענע מענטש אױב ער האט געהערט און צו ס'איז יש רגלים לדבר? און בערל איז פאררױטלט געװארן און זיך צעשמײכלט. ס'איז בײ מיר קלאר הײנט װי דער טאג אז ס'האט פאסירט.
דאכט זיך אז מ'האט גערעדט, אז די מעשה איז געשעהן גאר א לאנגע צײט אײדער ס'איז ארױסגערינען ברבים און די פרשונובסקיס, אין פארטיקלוער ברוך פרשונובסקי ( א ברודער פון דוד) און 'דער דורכפאל' האבן געמאכט מעטעמים פון דעם ברבים און געסטראשעט מיט דזשעיל-טײם און מיט'ן ארײנמישן די פאליצײ, אזױ װי זײ האבן עקשולי נאכדעם געטוהן.

אבער לענייננו, ס'איז געװען א סוד אין בראד פאר די װאס האבן זיך געדרײט בײם רעבין אינדערהײם אין נומבער 9 אז משה ראטמאן באהאנדלט דעם רעבין װי א בעיבי. אײנער האט מיר אמאל פארצײלט בשעת איך בין געװען אין בית-רבינו פאר א מנין שחרית מיט'ן רעבין, און כידוע פלעגט זיך עס אסאך מאל ציען ביז'ן אװענט ארײן, אז ער האט געהערט משה ראטמאן אהנקומען נאך א שװערע טאג פאליטיק אין די אפיסעס פון בני-לוי (לינקס פון שוהל - נומבער 2), מאכן קולות אױף ראובן מנחם שװארץ (א אנדערע גבאי און דער שפיהלער אױף חתונות אין טאהש חוץ אײזיק װײס) אז מ'קען אים נישט טראסטן אלײנס מיט'ן רעבין: היתכן ער װײסט נישט װי אזױ ארױסצוטרײבן דעם רעבין פון בית-הכבוד, װי מען טרײבט א קלײן בעיבי, װען ער גײט ארױס אױף גרױס, און אינסטעד לאזט ער אים זיצן און זיך קראצן א דרײ פערטל שעה..
ראטמאן האט פשוט באטראכט דעם רעבין װי נאך עפעס א פארקאלכטער אלטער איד, א פּעט זײנער, װעם מ'קען אױסנוצן פאר כל מיני צװעקן אינקלודינג אהנפילן זײנע גרױסע בענק קאנטעס און פאשען זײן ריזיגע אסטראנאמישע בױך מיט פארשידענע פלײשן און צונג, פאר װער ס'געדענקט ראטמאן יענע צײטן.
 
איז אויסגעקומען אז א גרויס חלק פון די בעל הבתישע עולם האט אויפגעהערט דאווענען און 555 און די פרומע/עקסטרעמיסטן זענען געווארן א גרויסע רוב אין ביהמ"ד און די א חלק פון די עולם האט אנגעהויבן פילן אומבאקוועם דארט און זיי זענען אריבער און אבריכים אדער צו שלמה ראטער איז עס געבליבען זייער אויסגעשפילט גי לעצטע 2 3 יאר בפרט נאכדעם וואס ר' סענדר משה טייטלבוים די דיין אין ביהמ"ד האט זיך געצויגן קיין קר"י
פונקט אזױ. ס'איז אלעמאל אינטרעסאנט געװען, איך מײן צוזאגן זײט מען האט ארױסגעװארפן די נײמאנס און לאװען, װיאזױ אזעלכע סטרעינדזש בּעד-פעלאויס (מל' בּעט), די נײמאן משפחה האבן זיך מיטאמאל געטראפן חבירים מיט ר' אברהם כ"ץ'נס מענטשן װאס האבן זיך שױן פריערט געהאט צעשלאגן מיט די נײמאן'ס און ר' מײלעך (נאך יענע צײטן װען ר' מײלעך האט חתונה געמאכט מיט תולדות אהרן) װעגן אזעלכע נושאים װי ברסלב און װעגן ר' אברהם כץ'נס מענטשן װאס זענען ע"פ רוב געװען סאטמאר געשטימט און אפילו הארדקאור בני יואל.
(נעם למשל אזא אײנעם װי ר' יחזקל װאנחאצקער װאס פלעגט יעדע מוצ"ש שובבי"ם אפהאלטן א צוזאמענברענג אין זײן בעיסמענט װאו מ'האט זיך צוגעהערט צו די שלש סעודות טעיפס פון סאטמאר רב זי"ע'ס שובבי"ם תורה ברעטשערײען און די מצרים נ' שערי טומאה און די זרע לבטלה קװיטשערײען. אדער טאקע דער סנדר טײטלבױם װאס איז מעיקרא נאר א סאטמערער געװען. אדער יענקל אקער'ס אײדעמער אדער די דאסקאלס אקעי זײ זענען ניקלושבורג אדער װיזניץ געװען. כ'מײן צוזאגן זײן כולל איז פיהל געװען מיט "פרעמדע" װאס האבן ביז די חתונה נישט געהאט אײנגעשטױסן מיט טאהש)

װי אױך איז כסדר געװען פרשיות און רײבערײען צװישן אברהם כץ'נס מענטשן און די בעלי בתים און\אדער רעבין'ס מענטשן װי למשל שלום מיכל ארגל און הערש לײב קרױס, די זילבערס, די זוסמאנס (די מאכער'ס פאר די נײמאנס) און די װײנבערגער קינדער (ס'איז געװען אפילו א מעשה װי הערש לײב'ס קינדער האבן נאכגעשריגן חײם יוסף גוטליב א באקאנטער סיקריק און אנטי-ציוני), און בכלל דער קאסענער עולם פונדערהײם װעלכע זענען געװען מער טשיללד און אפילו פרא ציוניסטיש אדער אגודה (בעלז) געשטימט.
צו איז עס געװען דאס פארן אױף אומאן (װי באקאנט אברהם כץ איז א שטארקע ברסלבער און ער האט געמאכט כולל אינגעלײט פאר ברסלבער), צו איז עס געװען שיעורים פון ליקוטי מוהרן בײ אברהם אינדערהײם אינמיטן װאך, צו איז עס געװען שלש סעודות געפירעכץ אין בנין הכולל בשעת דער רבי האט געזאגט ה' מלך אין שוהל. צו איז עס געװען דיפרענצעס אין פסקים צװישן ר' אברהם און ר' יואל הערש מאשקאװיטש. 'כל מיני דיסעגרימענטס.

ס'איז למשל געװען א מעשה מיט די שפיציגע דאך העכער די נײע ישיבה קטנה. ס'איז געװען א אישו אז מ'האט נישט צוגעלאזט ר' אברהם אדער זײן פרױ פראַדל צום רעבין גענוג. בשעת װאס די אלע אנגעשמעקטע פענצי פרײע אידן, גבירים פון מאנטרעאל און פלארידע, מיט קלײנע קאפעלעך װאס היטן גארנישט, האט מען טאג טעגליך ארײן געברענגט צום רעבין פאר שעהן און דערנאך ארומגעפּאָמפּעט אין ישיבה און חדר פארנט פון די קלײנטשיקע תינוקת של בית רבן װעלכע האבן געפאטשט און געזינגען פאר זײ כאילו זײ זענען די אושפוזין אלײנס. װײל זײ געבן די נײמאן'ס אסאך פון די גרינע. די נײמאןס פלעגן זיך מיט עשירים פארשליסן מיט'ן רעבין אין צימער פאר שעות און װען ארנטליכע נױטבאדערפיגע כולל אינגעלײט אדער געסט װאס זענען געקומען צופארן ספעציעל אױף שבת פאר א ישועה האבן געװאלט ארײנגײן האבן די נײמאןס געזאגט "א מענטש איז דא, מ'קען נישט יעצט ארײנגײן!" ר' אברהם כץ פלעגט חוזק מאכן: "א מענטש? אונז זענען נישט קײן מענטשן??" אבער בעיקר איז עס געװען א פריצײטיגע פחד אז ר' אברהם כץ װעט שטעלן אין שאטן ר' מײלעך (לאחר מאה) װאס איז נאך דעמאלס ביזי געװען צײלן זײנע סטאקס און װאטשן זײנע קרעדיט סקאורס כדי ער זאל קענען ארױסנעמען גוטע מארגידזשעס פאר זײנע פראפערטיס. בײם לערנען האט ער נישט געהאלטן און דאװענען האט ער נאכנישט געקענט.

אבער די כולל אינגעלײט און אברהם'ס מענטשן זענען געװען גאר פרומע און אפי' אסאך נטורי קרתא. ס'איז געװען למשל א מעשה מיט א אנטי-ציוניסטישע פראטעסט אין מאנטרעאל װי מ'האט (ר' אברהם כץנס כולל אינגעלײט) פראטעסטירט זײט בײ זײט מיט די אראבער.
נעם למשל דעם נטורי קרתא'ניק ר' משה בער בעק, װען ער פלעגט באזוכן טאהש האבן בײ זײנע דרשות אנטײלגענומען רובא פון כץ'נס כולל אינגעלײט. זײ זענען געװען אין לאװ מיט אים. ר' משה בער אלײנס האט געהאט עטליכע קינדער װאוינען אין טאהש. בקיצור רוב בעלי בתים און רעבין'ס און זײן זוהן מײלעך'ס מענטשן האבן אנגעקוקט די סאטמערע כולל אינגעלײט װי א נגע ספחת.

מיט לאװען איז נאך געװען מילא (ער אלײנס האט אנגעהױבן דאװענען בײ יענקל כץ אינדערהײם און איז א שטאלץ געװען פאר יענע מנין אז לאװען דאװנט מיט זײ.) װײל ער איז אלעמאל פרומער װי די נײמאן'ס געװען. (הגם ער האט אױך גוט געפײניגט כץ אין די ערשטע צײטן.) עכ"פ אזא אױסקוק האט ער געשאפן. אבער מיט די נײמאן קינדער איז אזױ מאדנע געװען אז מיטאמאל טרעפן זײ זיך אין בעט מיט די כץ חברה אז ס'איז ממש געװען צום לאכן.

כאטש די נײמאןס אלײנס זענען מיט נישט אזױ לאנג פריער, נאר 15-20 יאר פארדעם, געװען פשוטע פארשװיצטע ארבעטער און אױפגעבױעט זײער אימפעריע און קאמפאניס פון סקרעטש. אבער די שנות השובע האט זײ אזױ פעט געמאכט (ליטעראלי װען די צװײ, שלום און עמרם פלעגן זיך אראפזעצן מיט זײערע צועפנטע רעקלעך, בשעת װען זײ פלעגן באזוכן די חדר-קלאסן צוזאמען מיט די מגולחים, האט מען געקענט צײלן דרײ בּײכער-חלקים זײערע, אזױ װי מ'קען בײ א פֿעשן מענטש צײלן די באזונדערע חלקים פון די דאָבּל טשין. אונטן העכערן ערלה זענען זײ אזױ גראב געװען אז די הױזן האט זײ שיער נישט געפלאצט פון פרעשור פון די בשר.), אז עשה עצמו כאילו לא ידע.
זײ האבן געהאט די שענסטע הײזער, געבױעט פאר אלע קינדער, יעדעם באזארגט, די קינדער אלעמאל אױסגעפאטשקעט און אהנגעשמעקט און רוב פון חײם פנחס צװיבל'ס גראסערי איז געגאנגען צו זײערע אקאונטס. די איבעריגע איז געגאנגען פאר דעם רעבין'ס אײניקלעך.
אין חדר און ישיבה האט מען נישט געמעגט רירן זײער קרױן, אפילו װײניגער װי דעם רעבין'ס אײניקלעך (װעלכע זענען אגב אױך געװען גרױסע מיוחסים און שטריקעס).
סאָ דא מיטאמאל װען זײ האבן זיך אנגעהױבן חבר'ן מיט די כולל אינגעלײט און לאװען'ס מענטשן האבן זײ פלוצלונג זיך גענומען פאראינטרעסירן אין סאטמאר און אפילו אין ברסלב. אומגלױבליך. פלוצלונג איז געװארן אקעי אװעקצושיקן דײנע קינדער לערנען אין קװינס אדער אנדערע ישיבות. עמרם נײמאן אלײנס האט אװעקגעשיקט זײנע בחורים לערנען. זײ האבן אנגעפאנגען טוהן שידוכים מיט פשוטע מענטשן. װער האט געחלומט אז א נײמאן װעט זיך אמאל משדך זײן מיט דער פױער דוד פרשנובסקי.
פלוצלונג איז געװארן אקעי צו דאװענען אין אברכים שבת צופרי. פלוצלונג איז געװארן אקעי צו פארן קײן אומאן. און פלוצלונג איז געװארן אקעי צו זאגן אז מ'פארדרײט דעם רעבין א קאפ און אז ער קאלעכט שױן אביסל אדער אסאך. גענױ װי די נײמאןס פלעגן פארדרײען דעם רעבין א קאפ נאך אײדער ער האט אנגעהױבן קאלעכן און אָך און װינד איז דעמאלס געװען אױב האט עמיצער פון כץ'נס מענטשן געזאגט אז מען פיטערט דעם רעבין שטותים.. זײ האבן דאך נישט נאר פארשלאסן כץ'נס כולל נאר אפילו אים פארשיקט מיט זײן גאנצע חד גדיא קײן מונסי. נישט נאר אים, נאר פיהלע פון זײנע מענטשן אױכעט. אױ האב איך נחת גענאסן װען פלוצלונג נאכװאס מען האט זײ באזײטיגט, האט זײ געדױערט א לאנגע צײט צו קומען צו זיך און לעקן די װאונדן. זײ האבן בהמשך הימים נעבעך אלצדינג פארלױרן, די ביזנעסער, די שטאנד, אפילו די געזונט. אסאך האבן זיך אװעקגעמופט פון טאהש. דוכט זיך, שלום איז געשטארבן פון קענסער ל"ע און עמרם איז געװארן א עניֹ ואביון מגוזלו אז מ'האט געדארפט ארומגײן שנארן געלט ער זאל קענען חותונה מאכן זײנע קינדער.
 
וואס איז די צייטונג דער דורכפאל?
 
@טאהשע פרי קום אריין קלאר מיט אלעס וואס די ווייסט
פיינע זכרונות פארציילסטו
 
WOW האסטו דא צאמגעווארפן, מיין קאפ שווינדלט...
 
Back
Top