אליעזר קרויס

זיי מסביר ווי אזוי א גוי קען פארשטיין ברטנורא מיט קאמאן סענס...

דיין קאר פיקסטו אויכעט ביי וועבער פאדקעסט?
איך וויל דוקא הערן א מיינונג פון א אוטסיידער, איינער וואס איז נישט אין די מענטל העלט קאמיוניטי, אזויווי איך האב מסביר געווען אז די מענטל העלט קאמיוניטי קוקט אן די מענטש ווי א רעסעפי וואס מען דארף עדזשאסטן.

פארשטייט זיך אז זיי זענען עס נישט מודה, אבער דאס איז די מציאות וויאזוי זיי באגייען זיך דערמיט. אין סייק-ווארד זענען זיי נאר געווען ביזי מיט די פילן, בשעת׳ן נישט געבן קיין דעקל פאר מענטל העלט, מען איז דארט איינגעשפארט פאר כמעט צוויי וואכן און אנשטאט ארויסהעלפן מיט די פראבלעם, זיך רעכענען אז דער איז א כמעט נערמאלער מענטש מיט פראבלעמען, לאזט מען עם אויסגיין פאר ליידיגיין, קוים אביסל טעלעוויזשען האבן זיי געלאזט, טעלעפאן קאלס נאר אפאר שעה א טאג און מען ווינדערט זיך דער אינגערמאן איז משוגע, אה לאמיר אריינווארפן נאך אביסל פילן, לאמער העכערן דעם דאוסעדזש, עס פאלט דיר נישט איין צו אריינלייגן א פענסטער און די צימער, לאזן רעדן אויפן טעלעפאן מיט מענטשן וואס זענען נישט איינגעשפארט, לאזן קוקן אביסל מער טעלעוויזשען אדער צושטעלן אקטיוועטיס, וואס איז דיין פלאן?

די שפארסט איינעם איין מיט א קבוצה חברה וואס ליידן אויף מענטל העלט, די געסט עם נישט וואס צי טון, זייער שוואכע עקסעס צי די אינדרויסענדיגע וועלט, און וואונדער איבער וואונדער ער ווערט נישט נערמאל…..
גייט מען ווי די חכמי כעלעם און מען העכערט דעם דאוז….. (אזוי ווי דער שפיטאל לעבן די צובראכענע בריק)
ווען איך האב געזאגט פאר די פסייקייעטריסט וואס איך האב פריער געשריבען, און איך האב צוגעלייגט אז עט סאם פוינט גיי איך טאקע ווערן משוגע, האט ער מיר געלאכט אין פנים…
ווען איך האב עם געזאגט הער פסייקייעטריסט קוק סע שוין אפאר טעג און איך בין וואויל, ביטע לאז מיך ארויס, זאגט ער מיר די פעלטשסט עס ווייל די ווילסט ארויסגיין…
אזא מענטש דארף איך טראסטן מיט פילן????
ער קוקט דיך אן ווי א שטיקל פלייש אין א לעבערטארי.
(איך רייס נישט אראפ פסייקייעטרי, אבער האבן בלינדע טראסט איז ריזיגע נאיוועטעיט)
טייערע אינגערמאן, פאר די טאשטסט עני פיל, רעד דיך דארך מיט א קלוגער איז וואס איז דוקא ״נישט״ אין די מענטל העלט אינדעסטרי.

(איך ווייס נישט ווי אלי וועבערס פאדקעסט קומט אריין מיט פיקסן א קאר וואס איז א הארטע טעכנישע אינדעסטרי.)
 
זייער פשוט. מען רעדט סך הכל פון הערן די צווייטע זייט. נישט פון פאלגן בלינדערהייט. אויב די ביסט פארגלייבט מיט אמונה פשוטה אין די פראפעסיאנעלע מענטל העלט אינדוסטריע, האט דאך פארשטייט זיך נישט קיין זין צו האבן ספקות. אבער אויב ביסטו אפּען מיינדעד אז צומאל זענען זיי זיך טועה (אדער האבן אלטערנאטיווע נגיעות) מאכט סענס צו הערן די צווייטע זייט בעפאר מען טראסט זיי בלינדערהייט. נאכאמאל, מען רעדט ס''ה פון הערן.
די האסט מסתמא גענומען 360 קאוויד שאטס בוסטערס.... מען דארף דאך גלייבן די סיאנטיפישע קאמיוניטי מיט אמונה פשוטה אהָן קיין שאלות. האמנתי כי אדבר סטייל.
 
חוץ אײנס פאר די לעצטע הודעה האב איך נישט געלײענט די הודעות ביז אהער אבער פון ריסענט קאנװערזײשאנס מיט א חבר מײנער װאס איז געהעריג פולי אין די סיסטעם, און פון הערן פון נאך אנדערע מענטשן, און פון עס קאמפערן צו מײן עקספיריענס קוקט אױס אז די װעג װי-אזױ מען באהאנדלט מענטשן װאס דארפן צוקומען צו פילן, אינסײד די גאר הײמישע קאמיוניטי, איז מאַרקעדלי דיפֿערענט פון די אלגעמײנע װעלט.

אנשטאט דער פאציענט זאל האבן א דעה איבער זײן אײגענע טריעטמענט, װי עס ארבעט אין די אלגעמײנע װעלט, נעמט מען אװעק פון אים זײן בחירה בדבר, צענדליגע מענטשן, װיכטיג מאכערס, מאכן זיך אינװאלװד אין די קעיס, לױפן ארום װי הצלה לײט "טײלן" פילן און שעפן א חיות פון דעם װי קלײנע קינדער װאס שפילן לעלוּ, און מען נוצט דעם פסײקײעטריסט װי א שטעקן אים צוהאלטן אין ארדער און אױספאלגן װי א לעמעלע װאס מען הײסט אים. ליבי אומר לי אז די ריזען דערפאר איז "למען השטוב" ד.ה. אלס דרײט זיך ארום דעם שלום בית און דאס נישט צוברעכן די הױז איז װי דער 'גאט' װאס שטײט איבער אלעם.

למשל, דער דאקטער טריעט אים מיט א צינישקײט, קױם גיבענדיג תשומת לב און װײל נדבנים צאלן פאר די טריעטמענט רעכנט ער זיך ניטאמאל מיט זײנע, דעם פאציענט'ס מיסגיװינגיס. בײ די אפױנטמענטס איז ער װי כאילו איבעריג אין די צימער. דער פאציענט האלט שױן מער װי א דעקײד אױף פילן און בעט זיך מען זאל אים לאָװֿערן די דאזע אביסל, מ'זאל אים אביסל צוריקגיבן דעם כבוד האנוש, אבער זײן געבעט פאלט אױף טױבע אױערן. ער מוז הארכן װאס מען באפעלהט אים װײל אױב נישט ריזיקירט ער מען זאל צורעדן זײן װײב זאל אים אנטלױפן פונדערהײם. זאגן זאגט דער פילן טײלער פאר דער פאציענט אז "נאר ער האט די בחירה, ער האט אלע רעכטן צו סטאפן די פילן" אבער װען ס'קומט למעשה װײסן אלע אז ס'איז נאר אַן אנשטעל.

מײן אײגענע באזוכן בײ מײן פסײקײעטריסט זענען נישט קײן פארגלײך: איך זאג דעם דאקטער אז איך מײן מען דארף דעם רעצעפט מינערן אביסל און ער זאגט גאו אהעד, דו ביסט דײן בעסטער מומחה.

אװדאי מאכט זיך אז א פאציענט איז װײעלענט אדער א סכנה פאר זיך און דאן קען דער פסײקײעטריסט געזעצליך אװעקנעמען דעם פאציענט'ס רעכטן למחצה לשליש ולרביע אבער דער אופן װי אזױ, אין די הײמישע קאמיוניטי שטופט מען דעם פאציענט אין א קארנער ביז ער טוט קװאַזי װײעלענט עקטס, נאר אלס סעלף דעפענס, און אז נישט קומט מען אױף מיט אײגנפאבריצירטע מעשיות, כדי מען זאל עס דערנאך קענען נוצן אנטקעגן אים בײם דאקטער; דאס האב איך נאר געזען אין דעם הײליגן סיסטעם. און לײדער, איז עס דער סטרעספול לײף, זעלבסט געשאפן פון דער הײליגער סיסטעם, װאס פירט צו אסאך זאלן דארפן עװענטועל גײן אױף פילן.
 
Back
Top