מעמבער אויסגעשפארט מעלדונג

מַחֲנַיִם

אדמיניסטראטאר
סטעף מעמבער
זיך איינגעשריבן
מאי 7, 2024
מעסעדזשעס
290
רעאקציע ראטע
820
פון די ״קרעמל״ קאנסטיטוציע:
ב) אידענטיטעט – פאר יעדנ'ס טובה דארף יעדער וואס טרעט אריין אין די פארומס זיך היטן נישט צו טון דאס מינדעסטע וואס אנבאלאנגט דערגיין א צווייטנ'ס אידענטיטעט, אין "קרעמל", רעכנט דאס אויך אריין די אדמינס און מאדס. דא קען יעדער זיין הונדערט פראצענט רואיג אז קיינער, אריינגערעכנט די אדמיניסטראטארן און מאדעראטארן, וועט נישט פרובירן פארשן און גרינטעווען אין אייער כאראקטער אדער אידענטיטעט. דאס טוען מיר אייך בעז"ה גאראנטירן. גילוי וועט ווערן אינפארסירט בכל החומר, פארן מגלה זיין במזיד א שרייבער פון ״קרעמל״ אדער סיי וועלכע אנדערע אנאנימע פלאטפארמע אפילו ברמיזה קל וועט מען ווערן אויסגעשפארט אן קיין ווארענונג.

א קרעמל מעמבער איז נעכטן געווארן אויסגעשפארט אויף אייביג צוליב גילו פון א ניק פון א צווייטע פארום.
 
פון די ״קרעמל״ טערמינען און רעגולאציעס:

״דורכן זיך באנוצען מיט קרעמל ביסטו מסכים נישט ארויפצולייגן, אדער לינקען צו, סיי וועלכע אינהאלט וואס איז באשמוצענד, זידל, פייניגונג, האַספול, סטראשענד, ספעם אדער ענליך צו ספעם, אנפאלענד, פארמאגט דערוואקסענע אדער אומאיידעלע אינהאלט, פארמאגט פערזענליכע אינפארמאציע פון אנדערע אן זייער רשות, ריזיקירט מיט קאַפּירייט פארלעצונג, מוטיגט אומגעזעצליכע אקטיוויטעטן, אדער טוט פארלעצן סיי וועלכע געזעץ. דו ביסט גענצליך פאראנטווארטליך פאר די אינהאלט וואס דו לייגסט ארויף און פאר סיי וועלכע שאדענס דאס ברענגט אָן אדער אחריות (liability) פון דעם אינהאלט אדער דיין אויפפירונג.״

א מעמבער איז געווארן אויסגעשפארט פאר אייביג נאכן אנפאנגען א פריוואטע שמועס צו בעטן סעקס פון א צווייטע מעמבער (אין צוגאב צו אנדערע שטאטוטן פארלעצונגן).

וזאת למודעי, אז אויב באקומט איר אמאל א פריוואטע מעסעדזש וואס איז נישט אין איינקלאנג מיט די ״קרעמל״ טערמינען און רעגולאציעס, ביטע דאס תיכף באריכטן.
 
פון די ״קרעמל״ טערמינען און רעגולאציעס:

א מעמבער איז געווארן אויסגעשפארט פאר אייביג נאכן אנפאנגען א פריוואטע שמועס צו בעטן סעקס פון א צווייטע מעמבער (אין צוגאב צו אנדערע שטאטוטן פארלעצונגן).

וזאת למודעי, אז אויב באקומט איר אמאל א פריוואטע מעסעדזש וואס איז נישט אין איינקלאנג מיט די ״קרעמל״ טערמינען און רעגולאציעס, ביטע דאס תיכף באריכטן.
זייער דאנקבאר צום מענטש וואס האט געמאלדן
פארגרינגערט דאס לעבן פון אסך אנדערע וואס וואלטן געליטן פון אזא פארלעצונג
 
אזוי? וועמען האט ער מגלה געווען?
מגלה זיין צום עולם איז נישט ערלויבט

אבער ווען ס׳מאכט זיך אזא פארשוועכונג איז ״נישט ערלויבט״ עס פארשווייגן און מ׳מוז מגלה זיין צו די הנהלה אז זיי זאלן קענען היטן יעדן פון איינעם וואס רעספעקטירט נישט א צווייטן׳ס boundaries (בפרט אויב ס׳קלאר פון די תנאים צו קענען זיין דא א חלק פון קרעמל)
 
פון מיין קוק ווינקל די מודיע זיין איז נישט כדי מ'זאל ציטערען.
ס'פשוט אלץ טרענספערענסי. אונז אקטיווע ניקים זעמער בעל הבית אויף קרעמל, די מאדס זענען זיך מתנדב צו ארבטן פאר אונז. זענען זיי אונז מודיע וואס זיי טוהן כדי מ'זאל וויסן, (פונקט אזוי ווי ווען מ'ריקט אן הודעה אדער פארמעקט עס שיקט מען א נאטיפעקאציע) כדי מ'זאל עס קענען ארויפברענגן צו דן זיין, וכדו'.
 
דיין, אונזער. ווער געדענקט ווי דער שרייבער פון שטערן פלעגט א יעדעס מאל אין זיין הקדמה שרייבן אונזער/אייער מאגעזין ?
 
פון די ״קרעמל״ קאנסטיטוציע:
ב) אידענטיטעט – פאר יעדנ'ס טובה דארף יעדער וואס טרעט אריין אין די פארומס זיך היטן נישט צו טון דאס מינדעסטע וואס אנבאלאנגט דערגיין א צווייטנ'ס אידענטיטעט, אין "קרעמל", רעכנט דאס אויך אריין די אדמינס און מאדס. דא קען יעדער זיין הונדערט פראצענט רואיג אז קיינער, אריינגערעכנט די אדמיניסטראטארן און מאדעראטארן, וועט נישט פרובירן פארשן און גרינטעווען אין אייער כאראקטער אדער אידענטיטעט. דאס טוען מיר אייך בעז"ה גאראנטירן. גילוי וועט ווערן אינפארסירט בכל החומר, פארן מגלה זיין במזיד א שרייבער פון ״קרעמל״ אדער סיי וועלכע אנדערע אנאנימע פלאטפארמע אפילו ברמיזה קל וועט מען ווערן אויסגעשפארט אן קיין ווארענונג.

א קרעמל מעמבער איז היינט געווארן אויסגעשפארט אויף אייביג צוליב גילוי פון א צווייטע ניק
 
פון די קרעמל שטאטוטן:
ד) סעקסועל רייצענדע מידיא - קרעמל איז געווארן אויפגעשטעלט דורך - און צוגעשטעלט פאר - היימישע אידיש רעדענדע אידן, און עס איז פאר יעדנס טובה צו מאכן ווי מער באקוועם די מערהייט פון אונזערע מעמבערס, דערפאר איז נישט ערלויבט קיין עראטיקא, גראפישע אינהאלט, סעקסועל רייצענדע בילדער און ווידיאס. דאס רעכענט אריין בילדער וואס קוקן אויס גראפיש אויפן ערשטן בליק.

א קרעמל מעמבער איז היינט געווארן אויסגעשפארט אויף אייביג צוליב ארויפשטעלן גראפישע תוכן צום צווייטן מאל נאכן באקומען א ווארענונג.
 
איך וויל פרעגן צו מ'קען אפשר שרייבן יעדע מאל וועלכע קרעמלער ווערט אויסגעשפארט, די קרעמלער ווילן וויסן וועם מ'האט פארלוירן [נאך א שטיק צייט פרעגט מען אויפן שנירל עורו עורו ניקים מתרדמתכם, ווי איז די און די קרעמלער?]
 
און אויב איז מען חושש פאר לשון הרע, קען מען פאציילן די מעשה מיט די נאמען אומאפהענגיג - כנהוג.. 🤓
 
איך וויל פרעגן צו מ'קען אפשר שרייבן יעדע מאל וועלכע קרעמלער ווערט אויסגעשפארט, די קרעמלער ווילן וויסן וועם מ'האט פארלוירן [נאך א שטיק צייט פרעגט מען אויפן שנירל עורו עורו ניקים מתרדמתכם, ווי איז די און די קרעמלער?]
איך מיין אז ווען א ניק ווערט אויסגעשפארט קען מען מער נישט זען זיין פראפייל

כזה
Screenshot_2025-04-23-00-30-41-877 (1).jpg
 
בייגעלייגטע פיילס

  • Screenshot_2025-04-23-00-30-41-877.jpg
    Screenshot_2025-04-23-00-30-41-877.jpg
    73.1 KB · געזען: 35
איך מיין אז ווען א ניק ווערט אויסגעשפארט קען מען מער נישט זען זיין פראפייל

כזה
View attachment 4446
איז דאס טאקע אמת? ווייל ס׳איז דא קרעמלער וואס איך באקום די הודעה אויף זייער פרופיל, און איך האב זייער הנאה געהאט פון זיין תוכן, אויב טאקע איז חבל אל דאבדין ולא משתכחין 😪
 
לעצט רעדאגירט:
די נעכטיגע באשלוס צו מעקן א ניק צוליב גילוי איז געטון געווארן מיט די הסכמה פון מערערע מאדס און אדמינס. מיר וועלן דערווייל נישט אריינגיין אין די פרטים כדי נישט צו וואשן יענעמס שמוץ אין פובליק.

איסור גילוי ווערט אינפארסירט גאר הארב דא אויף ״קרעמל״ טאקע צוליב די אפנקייט פון די פלאץ. סיי וועלכע סארט גילוי וועט נישט טאלערירט ווערן בשום פנים ואופן כדי אפצוהיטן די זיכערקייט פון אלע קרעמלער.

@חבקוק ע״י @מַחֲנַיִם
 
איך האב א אינטערסאנטע שאלה, ווען די הנהלה שפארט אויס א ניק מיט אלע זיינע ניקים פון זיין איי פי אדרעס, אויפאיינמאל, קומט אויס אז ס'ווערט באקאנט וועלכע ניקים ס'האט געהערט פאר די זעלבע מענטש.

דאן קומט אויס אז ס'איז גילו, ס'קומט אויס אז די הנהלה אין אזא פאל איז עובר אויף גילו, אדער עטליעסט א אבק גילו.
 
גילו איז עס נישט ווייל קיינער ווייסט נישט ווער דאס איז, א וודאי אבק גילו איז עס אויך נישט, ווייל סקען זיין אז די הנהלה האט אויסגעשפארט 2 ניקם פין 2 באזינדערע מענטשן, און וויבאלד מקען נישט זעין וועם און ווען מהאט אויסגעשפארט, איז שווער צזאם צישטעלן אויב סאיז פין איין געשעעניש,

קען נאך אלס זיין אז סהייסט א ספק אבק גילו,
 
איך האב א אינטערסאנטע שאלה, ווען די הנהלה שפארט אויס א ניק מיט אלע זיינע ניקים פון זיין איי פי אדרעס, אויפאיינמאל, קומט אויס אז ס'ווערט באקאנט וועלכע ניקים ס'האט געהערט פאר די זעלבע מענטש.

דאן קומט אויס אז ס'איז גילו, ס'קומט אויס אז די הנהלה אין אזא פאל איז עובר אויף גילו, אדער עטליעסט א אבק גילו.
ווען איינער איז מגלה א אנדערע ניק פארלירט ער אטאמאטיש סיי וועלכע פריוועליגיעס צו בלייבן אנאנים. אויב געדענק איך גוט איז עס געווען א סטראשע אין די קאווע שטיבל טערמינען אויך.
 
מיר האבן אויסגעקלארט די לשון אין די קאנסטיטוציע סעיף ב׳

ב) אידענטיטעט – פאר יעדנ'ס טובה דארף יעדער וואס טרעט אריין אין די פארומס זיך היטן נישט צו טון דאס מינדעסטע וואס אנבאלאנגט דערגיין א צווייטנ'ס אידענטיטעט, אין "קרעמל", רעכנט דאס אויך אריין די אדמינס און מאדס. דא קען יעדער זיין הונדערט פראצענט רואיג אז קיינער, אריינגערעכנט די אדמיניסטראטארן און מאדעראטארן, וועט נישט פרובירן פארשן און גרינטעווען אין אייער כאראקטער אדער אידענטיטעט. דאס טוען מיר אייך בעז"ה גאראנטירן. גילוי וועט ווערן אינפארסירט בכל החומר, פארן מגלה זיין במזיד א שרייבער פון ״קרעמל״ אדער סיי וועלכע אנדערע אנאנימע פלאטפארמע אפילו ברמיזה קל וועט מען ווערן אויסגעשפארט אן קיין ווארענונג. גילוי איז בשום אופן נישט ערלויבט אפילו פאר נאנטע חברים, אפילו אויף איינער וואס האט עובר געווען אויף די ״קרעמל״ קאנסטיטוציע, און אפילו אויף איינער וואס האט געלאזט פאלן רמזים איבער זייער אידענטיטעט.
 
Back
Top