מעמבער אויסגעשפארט מעלדונג

סיריעסלי? דאס איז געווען זיין טענה? מאכסט מיר לאכן.
פאקט בלייבט פאקט, נאר דא האט מען אויסגעפארט אלע ניקים.
איך ווייס פאר א פאקט אז נישט. ס'האט גענומען אפאר טעג אזויווי יעדע אנדערע זאך נעמט אפאר טעג. די עולם האט זשאבס און קיינער ווערט נישט באצאלט פאר דעם. מחניים האט קלאר געשריבן אויבן אז ס'איז געווען בהסכמה פון אנדערע מאדס. איך ווייס עס פאר א פאקט צו זיין אמת.

נאכאמאל קיינער פון די מאדס באקומען נישט באצאלט. קיינער איז נישט שולדיג צו ענטפערן איינעם אויפן ערשטן רגע. איך בין זיכער ס'וועט ווערן מער קלאר מיט די צייט.

אקעי, לאמען זען. קיינער איז גארנישט מחיוב, אבער למעשה האט זיך די מנהל פון קאווע שטיבל גענומען די מיה זיך מסביר צו זיין, דא גארנישט.
נאכאמאל אלע דיינע טענות זענען געבויט אויף דיין שיטה אז עפעס א דיקטאטור טוט דא וואס איהם געפעלט. זאג איך דיר ס'איז פאנטאזיעס. מוזט מיר נישט גלייבן...
ניין, ס'נישט אלעס געבויעט אויף דעם. ס'איז געבויט אויף נאך אפאר זאכן, ווי אז דא איז בכלל נישט געווען קיין גילוי, שפארן מערערע ניקים האט נישט קיין פשט און איז אן אומרעכט. דאס איז אפילו עס איז געטון געווארן דעמאקראטיש מיט די צושטומונג פון אלע. אלע באהערדע קענען זיין ראונג.
 
אלע באהערדע קענען זיין ראונג
הונדערט פראצענט. און דאס מאכט דאס פאר א דיקטאטורשאפט?

עניוועי איך באקום אויך נישט באצאלט זיך צו טענה'ן דא. איך מיין רוב פארשטייען מיין פוינט.

לאמיר ווארטן פאר אן אדמיניסטראטור צו זיך מער אויסקלארן, און נישט סתם באווארפן מיט בייזע טיטלען. די טעלעגראם מעסעזש לייגט נישט פאר דיינע טענות, ער גיסט סתם פעך און שוועבל.
 
הונדערט פראצענט. און דאס מאכט דאס פאר א דיקטאטורשאפט?
דיקטאטורשאפט מאכט עס ווען מען טוט וואס מען וויל אן קיין אקאונטעבילעטי, אן זיך מסביר זיין.
עניוועי איך באקום אויך נישט באצאלט זיך צו טענה'ן דא. איך מיין רוב פארשטייען מיין פוינט.

לאמיר ווארטן פאר אן אדמיניסטראטור צו זיך מער אויסקלארן, און נישט סתם באווארפן מיט בייזע טיטלען. די טעלעגראם מעסעזש לייגט נישט פאר דיינע טענות, ער גיסט סתם פעך און שוועבל.
פעך און שוועבל האט ער טאקע געגאסן, אבער אויך שיין פארגעלייגט זיינע טענות, ווי אז ס'איז נישט קיין עכטע גילוי, און אז אויספארן אלע ניקס איז אן אומרעכט.
 
למעשה פון וואס איך האב געזען, און פון וואס איז געווען אין קאווע שטיבל טשאט, האלט איך אז ס'איז נישט עכט געווען קיין גילוי,
מ'דארף האבן א אפענע דיסקאשן און הערן וואס די וועטראנען האלטן אויף דעם לדעתי.
איך שטיי שטארק, אז מ'דארף צוריק ברענגען אונזער טייערע חבר וואס עכט באשיינט דעם פלאץ מיט זיין טיפע חכמה און ידיעות, און פון וועמען יעדער נאשט אזוי פיל.
 
נישט נאר האט ער געוואלט מגלה זיין ניקים, נאר ער האט נאך מכוון געווען אז ס'זאל מיטקומען א שטאך צודעם!
און ס'נישט די ערשטע גילוי וואס ער מאכט דא, און ס'איז טאקע נישט די ערשטע וואס ער איז ראנג.

איינער וואס איז נישט קיין בן תרבות, געהערט נישט צווישן מענטשן. נקודה!
 
נישט קיין שטאך, נאר ער האט פראבירט צו אנטדעקן איינער וואס זוכט צו דרייען א קאפ.
 
נישט קיין שטאך, נאר ער האט פראבירט צו אויפדעקן איינער וואס זוכט צו דרייען א קאפ.
וויאזוי זאל ער נישט וועלן א שטאך ווען ער שטעכט.
ער איז ממונה אויפצודעקן קאפ דרייער? אז זיין קאפ ווערט געדרייעט מיינט דאס אז יענער דרייעט עס?

ער באלאנגט אינדרויסן יהא מושבו
 
נישט נאר האט ער געוואלט מגלה זיין ניקים, נאר ער האט נאך מכוון געווען אז ס'זאל מיטקומען א שטאך צודעם!
און ס'נישט די ערשטע גילוי וואס ער מאכט דא, און ס'איז טאקע נישט די ערשטע וואס ער איז ראנג.

ניקים? אזוי? פון איינס איז געווארן 'ניקים' לשון רבים? נישט די ערשטע גילוי? ווען נאך האט ער געטון אזאנס?

ביסט אן אומפארשעמטע גראבע שקרן! שעם דיך!

א שטאך? Truth hurts זאגט מען אין ענגליש.

ביסט א געפערליכע טראל און דרייקאפ, יעדער ווייסט דאס, אריינגערעכנט די מאדס.

איין רגע, גילוי, אבער ראנג? דו הערסט וואס דיין אייגענע מויל רעדט?
איינער וואס איז נישט קיין בן תרבות, געהערט נישט צווישן מענטשן. נקודה!
מיט דעם ביסטו גערעכט, און טאקע וועגן דעם דארף מען דיר פארשיקן פון דא.
 
ער באלאנגט אינדרויסן יהא מושבו
סתם נייגעריג וויאזוי מען זעצט די ווערטער דא.

וואו לייגט מען אריין די קאמע?

ער באלאנגט אינדרויסן, יהא מושבו (וואו יהא מושבו? פירסט נישט אויס, די ווארט אינדרויסן גייט דאך אויף ארויף?)

אדער:

ער באלאנגט, (וואו? עס פעלט ווערטער דא) אינדרויסן יהא מושבו..
 
א גוטן, דו ביסט געקומען ווי א זקן ממרא און דרייט איבער די פלאץ, ס'קען זיין אז דו האסט אפאר גוטע פאוינטס, אבער ביטע לאז זיין דא א גוטע רואיגע געשמאקע פלאץ, תודה רבה!! [ווער ווייסט וויפיהל ניקים האבן געדרוקט די איגנאריר קנעפל...............]
 
וואס איז די הלכה פון איינער וואס ער האט געארבעט אויפצודעקן ניקים פון א אנדערע וועבזייטל, אייוועלט, און ס'איז דא רגליים לדבר אז ער איז אויף קרעמל?

א ערנסטע רגליים לדבר.
 
די פאקט אז מען האט געדארפט אפדעיטן די תקנות ארויסצושרייבן קלארער אז מען זאל בארעכטיגן די סיבה פון ווארפן צייגט אז מען האט אים געדארפט געבן נאך א שאנס מיט א קלארע ווארענונג איבער די אפדעיטעד תקנות.

לדעתי זאל מען אים געבן נאך איין שאנס.
 
א גוטן, דו ביסט געקומען ווי א זקן ממרא און דרייט איבער די פלאץ, ס'קען זיין אז דו האסט אפאר גוטע פאוינטס, אבער ביטע לאז זיין דא א גוטע רואיגע געשמאקע פלאץ, תודה רבה!! [ווער ווייסט וויפיהל ניקים האבן געדרוקט די איגנאריר קנעפל...............]
קענסט אויך דריקן די איגנאריר קנעפל אז דו ווילסט. די פלאץ האט זיך איבערגעדרייט ווען מען האט אויסגעשפארט אפאר פון די שטערקסטע ניקים און שרייבערס פון קרעמל.

די אשכול דא איז געמאכט פאר די נושא, אז דו ווילסט דוקא רואיגע געשמאקע אשכולות קענסטו גיין צו יוסעלע ברוינס אשכולות (🤨🤣😘)
 
וואס איז די הלכה פון איינער וואס ער האט געארבעט אויפצודעקן ניקים פון א אנדערע וועבזייטל, אייוועלט, און ס'איז דא רגליים לדבר אז ער איז אויף קרעמל?

א ערנסטע רגליים לדבר.
לויט די אלע וואס האבן געזאגט אז עס איז די 'גברא' וואס ווערט נפסל מיטן אקט פון מגלה זיין, דארף דאך נישט צו זיין קיין חילוק וועלכע סייט ער טוט דאס אויף, נישט אזוי?
 
מיין טענה איז אז זאך וואס די בעל עבירה האט נישט געטראכט אז מ'גייט אים ווארפן פאר דעם, דהיינו ס'איז אביסל גרעי עריע, און ספעציעל ווען מ'רעדט פון א רעספעקטירטע ארויפגעקוקטע ניק זאל מען זיך רעכענען דערמיט און נישט באגיין בכל חומר הדין, ער האט שוין געכאפט זיין מעסעזש און מ'מעג אים לאזן תשובה טון.

ווען ער כאפט ווען אז דאס איז אזא הארבע אפענס וואלט ער עס קיינמאל נישט געטון, ס'איז בעצם א טעות.
 
א גוטן, דו ביסט געקומען ווי א זקן ממרא און דרייט איבער די פלאץ, ס'קען זיין אז דו האסט אפאר גוטע פאוינטס, אבער ביטע לאז זיין דא א גוטע רואיגע געשמאקע פלאץ, תודה רבה!! [ווער ווייסט וויפיהל ניקים האבן געדרוקט די איגנאריר קנעפל...............]
דא הערשט א טעות, טאקע א זקן, אבער מ'רעדט פונעם זקן התחתון. שם תהא מושבו...
 
יוסלע לייג מיר נישט אזויפיל דיסלייקס אויף אלע מיינע מעסעזשעס... איך ציטער שוין פון דיר...
ס'געווען א מיסטעיק,
כ'האב געוואלט דיר ווייזן הערצה, און כ'האב דיר נאר געטראפן יענע ריכטונג
 
Back
Top