מעמבער אויסגעשפארט מעלדונג

דאס אויסשפארן ניקים די וואך איז געטון געווארן בהסכמת רוב ההנהלה, מיר קענען נישט ארויסלייגן מער פרטים, כדי צו באשיצן די אנאנימיטעט פון אלע קרעמלער. מיר האבן געשיקט נאך פרטים פאר די באטרעפענדע מעמבערס.
 
ער קען עס איבערגעבן פאר זקן ממרא.
נחבי וויל דערווייל נישט אז עס זאל ארויפשטעלט ווערן די מעסעדזש פון די הנהלה ביז ווילאנג זיי זענען זיך נישט מער מסביר און קלארן זיך נישט אויס.

דערווייל ריספאנדן זיי ווי א גאווערמענט אגענסי, נאר נאר 2-5 ביזנעס דעיס, און נאר מיט אזאנע וועיג ענטפערס אן קיין פרטים אז מען זאל קענען זען פון וואס זיי רעדן.

צו זיין קלאר, נחבי האט שוין אנגעפרעגט אומצאליגע מאל, עטליכע חברה, סיי פון די הנהלה זעלבסט און סיי פון חברה וואס קענען די הנהלה. דערווייל איז נאר געקומען די איינע מעסעדזש פרייטאג, וואס צוריקגייענדיג צום פריערדיגן משל, פארציילט עס סך הכול אז עס איז אריינגעקומען א באשולדיגונג אז ער האט געגעסן טריפה אין אסטראליע, אן אריינגיין אין פרטים.

נחבי וויל וויסן פון וואס מען רעדט פאר מען שטעלט ארויף די מעסעדזש אז ער זאל כאטש קענען וויסן איבער וואס עס רעדט זיך, ער זאל זיך קענען געהעריג פארטיידיגן, מסביר זיין וכדומה אזוי ווי אין א געהעריגע דעמאקראטיע. ווי איידער וויאזוי פוטין האט געטון מיט נאוואלני. פאר עניטינג אריין אין תפיסה, ארויפגעווארפן אלערליי באשולדיגונגען, און פאר ווען וואס איז ער שוין 'געשטארבן' אין תפיסה.
 
ק/פ פון טעלעגראם.

וואס איז א חילוק צווישן דעמאקראטיע און דיקטאטורשאפט?

דער דיקטאטור הערשט מיט אן אייזענעם פויסט, מען וועלט אים נישט אריין, נישטא קיין אילעקשנס (אדער איז דא ריגד אילעקשנס). ער דארף נישט ציפול געפעלן פארן פאלק ווייל ער בלייבט מושל בכיפה עניוועי. וואס ער האט יא מורא איז פון א פוטש, פון א ריוואלט. וועגן דעם מאכט ער זיכער אז די חברה ארום אים האבן אים ליב, אלע 'פירערס' זענען בדעה אחת. ער מאכט אויך שטארק זיכער אז ער קאנטראלירט אלע צייטונגען, דער וואס ווייגט זיך צו שרייבן אדער רעדן קריטיק ווערט באלד פארשטילט, אזוי פארזיכערט ער זיך צו בלייבן אויפן טראן.

דעמאקראטיע ווידער, ארבעט אז מען טוט די ווילן פון די עולם. דער באפעלקערונג וועלט אריין די פירערס און זיי טוען וואס דער עולם וויל. אויב נישט, וועט איינער לויפן קעגן אים נעקסטע אילעקשן און אים ארויסשטויסן. מען מעג יא קריטיקירן אפן די פירערס, ווייל דאס וועט זיי מאכן בעסער, זיי וועלן נישט קענען טון וואס זיי ווילן אן קיין חשבון ווייל דער עולם וועט ליינען אין די צייטונגען וואס זיי טוען און זיי נישט ווידערוויילן. אויב איז דא עפעס א סקאנדאל, וועלן זיי ארויסקומען און זיך מסביר זיין, זיך פארטיידיגן, צוריק צו געווינען דער דעת הקהל.

דא האמיר א קרעמל סייט, ווי די פירערס געניסן פון ביידע וועלטן. פון איין זייט האבן זיי געמאכט א ויצעקו אויפן קאווע שטיבל מנהל אז ער איז א דיקטאטור. זיי פאריפן זיך אז זיי זענען א דעמאקראטיע, מען מעג קריטיקירן די הנהלה און מען רעכנט זיך מיט וואס דער עולם זאגט (כלומר'שט), אבער פון די אנדערע זייט זענען זיי נאך ערגער ווי א דיקטאטורשאפט.

זיי פארשטייען אז אנדערש ווי אין א געהעריגע דיקטאטורשאפט ווי עס קען געשען א פוטש, קען עס נישט פאסירן צו זייער סייט. זיי הערשן אויף דעם מיט אן אייזענעם פויסט, ס'איז זייער אייגענע נכס, קיינער קען זיי נישט ארויסשטויסן אפילו זיי זאלן טון סיי וועלכע אומרעכט, קאווע שטיבל איז פארשלאסן, נישטא קיין אלטארנאטיוו, איז קענען זיי זיך אפילו ערלויבן אז מען קריטיקירט זיי. קריטיקיר, רעד. דריי איבער, לאזט הערן ענקער מיינונג, זיי איגנארירן און לאכן אין די פויסטן, ניטאמאל פילן זיי פאר וויכטיג זיך געהעריג מסביר צו זיין. פארוואס דען יא? ווען קומט פאר די נעקסטע וואלן פאר די קרעמל הערשאפט?

ס'האט זיך געעפנט א פאל https://kraimel.community.forum/threads/prslg-zw-zwryq-br-ng-n-nhby-bn-wpsy.1606/
צו מען זאל צוריק לאזן נחבי בן ופסי, עס שטייט שוין ביי 6 פלאס אז מען זאל יא צוריקלאזן פאר א שיינע שטיק צייט,(און דאס איז שוין מסתמא נאך וואס די הנהלה איז געקומען אראפוואוטן מיט אלע זייער ניקס) האט מען עפעס געהערט פון זיי? האבן זיי זיך אנגעריפן סיי וואס? א גרויסע פייג! ניטאמאל זיך ציטון געמאכט. וואוטס, לאזט הערן ענקער מיינונג, ניטאמאל פילן זיי פאר וויכטיג זיך אנצוריפן עפעס.

וואס גייען ענק טון? מאכן א פוטש? גיין קיין אייוועלט? אידטיש? אונז קרעמל הנהלה האבן ענק אלע אינטערטאנען טיף אין דר'ערד, ניטאמאל זענען ענק ווערט אז מען זאל ספענדן אפאר מינוט זיך מסביר צו זיין (אזוי ווי די מנהל פון קאווע שטיבל האט געטון בשעתו). מען וועט איגנארירן און פארטיג, עווענטועל וועט זיך עס אפשטילן, ניין?

קען טאקע זיין, ווי לאנג קען א פרשה מאכן גרידער? עס וועט טאקע אפשר שטיל ווערן עווענטועל, אבער דעם גרויסן שמיציגן פלעק וועט בלייבן לדראון עולם. דער עולם וועט נישט אזוי שנעל פארגעסן. אזוי ווי איינער האט מיר געשריבן פריוואט, "ס'איז געהעריג צוריק די אלטע קאווע שטיבל צייטן, געהעריג מנהלים קולטור מיט א שמיץ אריבער, איך ציטער באמת צו זאגן א ווארט, כ'וויל זיך נישט פארטשעפענען מיט זיי, כ'זיך מיך נישט ארויפצוגיין אויף די שווארצע ליסטע".

א חרפה און א בושה וואס דא קומט פאר.

מי יגלה עפר מעיניך קאווע שטיבל מנהל.
 
דעמאקראטיע איז א טעארעטישע זאך און עקזיסטירט נישט אויף דער וועלט מיטן פולן זין פון ווארט. נעם למשל אמעריקע, וואס הייסט כלומרשט צו זיין די שפיץ דעמאקראטיע אויף די היינטיגע וועלט. ס'איז דא א קאנסטיטוציע, מיט דעם אלעם וועלן די קאורטס כסדר אורטיילן קעגן די קאנסטיטוציע (בכלל שייך?) ווען ס'קומט מיט א תירוץ וואס רופט זיך 'נאציאנאלע זיכערהייט'. די אויסווארט איז אייביג אן 'נאציאנאלע זיכערהייט' וועסטו האבן טעראר, 9/11, אויס דעמאקראטיע.

פון וואס איך פארשטיי האבן זיך די קרעמל אדמיניסטראציע געטראפן אין א ריזיגע פארלעגנהייט וואס שטעלט אין געפאר די גאנצע עקזיסטענץ פון קרעמל צוליב די אקטיוויטעטן פון א געוויסע פערזאן. גילוי פארשטייט יעדער וואס די פראבלעם איז. און יעדער פארשטייט אז די גאנצע עקזיסטענץ דא איז נאר אדאנק די שטארקע אנאנימיטעט וואס קומט פאר. ווען ס'מאכט זיך א סקאנדאל, דארף מען נעמען שריט. און ווי ווייט די אדמיניסטראציע פרובירט אייביג צו זיין אפען ווען אימער מעגליך זעהט אויס אז אין די פאל איז מעגלעך דא א סיבה פארוואס זיי קענען נישט זיין אפען. איך פערזענליך קען זיך אליינס פארשטעלן פון געוויסע אוקימתא'ס ווען ס'קען אויסקומען אזעלכע פעלער אבער איך גיי נישט קאנספירירן. אזויפיל יא, וועט עס פאסירן מער ווי איינמאל מיט אנדערע און ס'וועט ווערן א טרענד וועט מען וויסן אז מ'קען די אדמיניסטראציע נישט טראסטן. אבער ווילאנג ס'איז א איזאלירטע פאל איז נישט קיין שום ראי' אז דא איז נישט קיין אויסנאם'ס פאל.
 
זאגסט דאך גוט, דו "קאורטס פסק'ענען". נישט סתם אז פוטין מאכט אפ אז נאוואלני איז א "נאציאנאלער זיכערהייט" פראבלעם.

דא הערט מען דערווייל גארנישט, זיי זאגן דאך גארנישט. דו שרייבסט אז עס איז א ריזיגע פארלעגנהייט וואס שטעלט אין געפאר די גאנצע עקזיסטענץ פון קרעמל, אבער אזא ריזיגע באשולדיגונג דארף אויך ריזיגע בעקינג. נישט סתם ארויסשיסן פון ארבל. אפילו די נושא איז סענסעטיוו קענען זיי עט ליסט זאגן דאס! ניטאמאל זאגן זיי דאס וואס דו שרייבסט. איך קען טראכטן פון עטליכע וועגן וויאזוי צו זיין אפן מיטן ציבור, און דאך היטן אנאנימיטעט וואס פעלט זיך אויס. די שאלה איז אויב מען וויל. און איך קען זיך 'נישט' פארשטעלן קיין איין אוקימתא אז עס זאל זיין א פראבלעם מסביר צו זיין בטיב טעם ודעת דעם באטראפנדע ניק, פריוואט, פינקטליך אין וואס מען באשולדיגט אים, סיידן עס איז דא קורופציע אינוואלווד.
 
נאוואלני איז אדורך געגאנגען א פיל מער אפענע און דעמאקראטישע קאורט טרייעל ווי 90 פראצענט יאנואר זעקס ארעסטירטע.
 
נאוואלני איז אדורך געגאנגען א פיל מער אפענע און דעמאקראטישע קאורט טרייעל ווי 90 פראצענט יאנואר זעקס ארעסטירטע.
כ'האף אז נישט דאס איז דיין פארטיידיגונג פיטש פאר די קרעמל הנהלה.
 
די הנהלה זאגן אז זיי האבן אים געשיקט א מעסעדזש מיט א הסבר. נחבי& co טענה'ט אז די הסבר איז לא דובים ולא יער.

קודם לייג ארויס די מעסעדזש וואס די הנהלה האט געשיקט מען זאל וויסן וואס עס האנדלט זיך בכלל.

דערווייל מאלסטו וואסער
 
ווי געשריבן, ווי נאר די הנהלה וועט זיך מער מסביר זיין אזוי אז נחבי וועט וויסן איבער וואס מען באשולדיגט אים, וועט ער לאזן ארויסלייגן פינקטליך וואס זיי זאגן.

אגב, קיינער האט נישט געשריבן אז די הסבר 'איז' לא דובים ולא יער. זיי האבן ניטאמאל גענוג מסביר געווען בכלל צו קענען וויסן אויב ס'איז אמת אדער נישט. זיי האבן געשאסן א בלאסע באשולדיגונג אן קיין געהעריגע פרטים. סך הכול איז לויט וויפיל מען איז עס נאכגעגאנגען 'זעט עס אויס צו זיין' לא דובים ולא יער.

גאלדענע, כ'זע דו לייקס די מעסעדזש וואס איז ארויף אפאר מינוט צוריק, אבער פארוואס ריספאנסטו נישט מיט מער פרטים פאר נחבי? דאכצעך מען האט דיר שוין אנגעפרעגט איבער 2 טעג צוריק, דערווייל איגנארירסטו. וואס איז פשט?
 
לעצט רעדאגירט:
ווי ווייט איך פארשטיי האט נישט די הנהלה קיין שום פראבלעם אז דו לייגסט ארויס די מעסעדזש וואס זיי האבן געשיקט צו נחבי. די מינוט וואס ס'איז ארויס פון זיי צו נחבי. האבן זיי גאנץ גוט געוואוסט אז ס'קען אפשר גיין פאבליק. למעשה האט עס נחבי דיר געשיקט און די האסט מיר עס געשיקט אין אישי. און פון וואס דארט שטייט איז זייער פשוט פארוואס די הנהלה האט פארשפארט. און אויך איז פארשטענדליך פארוואס זיי מעגליך געבן נישט ארויס קיין פרטים.

כדי עס צומאכן גרינגער פאר יעדעם אפשר פרעגסטו נחבי אויב ער איז אקעי אז דו לייגסט עס ארויס פאר איהם און ידע הקהל וישפוט.
 
ווי געשריבן, ווי נאר די הנהלה וועט זיך מער מסביר זיין אזוי אז נחבי וועט וויסן איבער וואס מען באשולדיגט אים, וועט ער לאזן ארויסלייגן פינקטליך וואס זיי זאגן.

גאלדענע, כ'זע דו לייקס די מעסעדזש וואס איז ארויף אפאר מינוט צוריק, אבער פארוואס ריספאנסטו נישט מיט מער פרטים פאר נחבי? דאכצעך מען האט דיר שוין אנגעפרעגט איבער 2 טעג צוריק, דערווייל איגנארירסטו. וואס איז פשט?
דערווייל ביז דו באקומסט מער פרטים, לייג ארויס די מעסעדזש ווארט ביי ווארט, אנשטאט צו אפשרייבן לאנגע תגובות צו איבערצייגן די עולם אז די הסבר פון די הנהלה איז פאלש אדער נישט קלאר. אזוי וועלן מיר איינוועגס אויך באקומען א מושג איבער וואס עס האנדעלט זיך דא.
 
אבער @זקן ממרא טו עס ביטע זאפארט! איך ברעך שוין פון די דראמא דא! אויב ס'איז א יא אדער ניין זאך, פארוואס קען מען עס נישט סאלווען איינמאל פאר אלעמאל?
 
ווי ווייט איך פארשטיי האט נישט די הנהלה קיין שום פראבלעם אז דו לייגסט ארויס די מעסעדזש וואס זיי האבן געשיקט צו נחבי. די מינוט וואס ס'איז ארויס פון זיי צו נחבי. האבן זיי גאנץ גוט געוואוסט אז ס'קען אפשר גיין פאבליק. למעשה האט עס נחבי דיר געשיקט און די האסט מיר עס געשיקט אין אישי. און פון וואס דארט שטייט איז זייער פשוט פארוואס די הנהלה האט פארשפארט. און אויך איז פארשטענדליך פארוואס זיי מעגליך געבן נישט ארויס קיין פרטים.

כדי עס צומאכן גרינגער פאר יעדעם אפשר פרעגסטו נחבי אויב ער איז אקעי אז דו לייגסט עס ארויס פאר איהם און ידע הקהל וישפוט.
איך האב עס געשיקט פאר אפאר ניקים אין אישי, וועמען נחבי האט געלאזט אינקלאדינג דיר.

נחבי לאזט עס נישט ארויסלייגן אין פאבליק דערווייל. ער ווארט קודם קלאר צו פארשטיין מיט וואס מען באשולדיגט אים, אזוי פיל קומט זיך אים נאך, אז ער זאל פארשטיין וואס זיין אומרעכט איז געווען. (ער ווייסט נאך אפילו נישט וואס נישט צו טון מיט זיינע פיוטשער ניקים...)

דו האסט דאך עס געזען, און דו זעסט דאך אליין אז עס פעלט די פרטים. פון אזא מעסעדזש קען מען אויסדריקליך נישט וויסן איבער וואס מען האט אויסגעשפארט, ס'איז בלאסע אומקלארע באשולדיגונגען. האסט מיר אפילו געשריבן אז וועסט טרייען צו שאפן פרטים פון די הנהלה און דו וועסט לאזן וויסן, דערווייל זעט אויס אן ערפאלג. איך קען פארשטיין אז זיי זאלן נישט ארויסגעבן פרטים פאר פרעמדע ניקים, אבער ס'נישטא קיין שום תירוץ שבעולם פארוואס זיי זאלן נישט מסביר זיין קלאר פאר נחבי אליין בפרטיות וואס דא קומט פאר.
 
דערווייל ביז דו באקומסט מער פרטים, לייג ארויס די מעסעדזש ווארט ביי ווארט, אנשטאט צו אפשרייבן לאנגע תגובות צו איבערצייגן די עולם אז די הסבר פון די הנהלה איז פאלש אדער נישט קלאר. אזוי וועלן מיר איינוועגס אויך באקומען א מושג איבער וואס עס האנדעלט זיך דא.
איך פארשטיי דער עולם איז נייגעריג, (נחבי אינקלאדעד- פאר די פרטים) אבער נחבי לאזט דערווייל נישט ארויסלייגן די מעסעדזש פון די הנהלה. הייסט, די הנהלה קען טון וואס זיי ווילן, אויסשפארן אלע ניקים, זיך נישט קלאר מסביר זיין, איגנארירן א וואוט פונעם עולם, אבער נחבי דארף אויסגיסן אלע קארטן אויפן טיש?

קענסט די מעשה, איינער האט געסטראשעט, אויב טיסטו נישט כך וכך וועל איך ארויסלייגן א שמועה אז דיין טאכטאר האט מזנה געווען. זאגט יענער, הא, איך האב ניטאמאל קיין טאכטער. זאגט דער אנדערער, נו נו, קודם וועל איך ארויסלייגן די שמועה, די גאנצע שטאט וועט שמועסן, נאכדעם גיי פארטיידיג זיך אין די גאסן און פראביר עס צו לייקענען.

ווי לאנג נחבי ווייסט נישט קלאר וואס מען באשולדיגט אים דא, געבט ער מיר נישט קיין רשות ארויסצולייגן די מעסעדזש פון די הנהלה. איך קען אים זייער גוט פארשטיין. ער קען זיך ניטאמאל אנפאנגען צו פארטיידיגן, ער ווייסט אפילו נישט וואס די מעשה איז, אבער קודם זאל די גאנצע שטאט שמועסן אז זיין טאכטער האט מזנה געווען...
 
גאלדענע, כ'זע דו לייקס די מעסעדזש וואס איז ארויף אפאר מינוט צוריק, אבער פארוואס ריספאנסטו נישט מיט מער פרטים פאר נחבי? דאכצעך מען האט דיר שוין אנגעפרעגט איבער 2 טעג צוריק, דערווייל איגנארירסטו. וואס איז פשט?
איך פראביר עם שוין צו כאפן פאר א צווייטע זאך פאר אפאר טעג, און ענטפערט נישט, ער זעט אויס צו זיין פארנומען.
 
איך פראביר עם שוין צו כאפן פאר א צווייטע זאך פאר אפאר טעג, און ענטפערט נישט, ער זעט אויס צו זיין פארנומען.
איך האב אים געמעסעדזשט אויף א פלאטפארמע ווי איך קען זען אז ער האט געליינט מיינע מעסעדזשעס.

בכלל זעט אויס ווי ער האט יא גענוג צייט צו לייקן א פרא הנהלה מעסעדזש.
 
זקן ממרא איז געווארן אויסגעשפארט
יעצט טאלק טו מי אבאוט פרייהייט פון ווארט
איך האב נישט געגלייבט די גאנצע שטורעם ביז יעצט אבער יעצט הייב איך אן צו טראכטן
אן נעמען א מיינונג אין די גאנצע נושא, איז אבער קלאר אז זקן ממרא איז א חלק פון די נחבי פעקעדזש, און עס איז תלוי אין די שאלה אויב מ'דארף יענעם אויסשפארן מיט אלע זיינע ניקס. גארנישט האט זיך נישט געטוישט פון פריער.
 
Back
Top