מעמבער אויסגעשפארט מעלדונג

כ'נעם זיך אונטער בל"נ צו מאכן צייט ערגעץ אין די נעקסטע פאר טעג צו צאמנעמען אלע זיינע פירקלעריי און זיי צאמשמעלצן אלץ איין שנירל
 
זײער מאדנע מיט אים. מיך האט ער שױן עטליכע מאל געזאגט אין פרײװעט אז "ס'גײט אים נישט אהן אױב מען שפארט אים אױס, ס'װעט אים העלפן נישט פארברענגען אזױפיהל צײט דא," עפעס אזא נוסח. ס'איז װי כאילו ער האט זיך ממש געבעהטן מען זאל אים אױסשפארן.
 
כ'נעם זיך אונטער בל"נ צו מאכן צייט ערגעץ אין די נעקסטע פאר טעג צו צאמנעמען אלע זיינע פירקלעריי און זיי צאמשמעלצן אלץ איין שנירל
מיט פיקטשערס, הײלײטס, מאמענט-קריטיק סטײל :LOL: ?
 
א מעמבער איז געווארן אויסגעשפארט צוליב טראלעריי.

מיר טוען דאס נישט לייכטערהייט וויבאלד ער האט אויך צוגעגעבן גאר אסאך תוכן צו ״קרעמל״, אבער מערערע חברים און וועטעראנען האבן געבעטן איהם צו אויסשפארן וויבאלד ער רעספעקט נישט די פלאץ און אירע תקנות. מיר האבן דעם באטרעפענדן מעמבער געבעטן און געווארענט עטליכע מאל אבער ער האט טראציג צוריקגעוויזן אונזערע בקשות. אויך ווען די מאדס האבן רעדאגירט זיינע קעפלעך און הודעות עס זאל זיין ווייניגער טראליש אדער אויפרעגנד פלעגט ער עס צוריקשטעלן.

פאלגענד זענען א קליינע טייל פון זיין טראלישע אויפפירונג שוין נאכן בעטן עטליכע מאל ער זאל אויפהערן:

אין דעם שנירל פון די הודעה און ווייטער האט ער אטאקירט אמפראוואצירטערהייט אנדערע און סתם אזוי געפירקלט טראלעריי אן ענטפערן נארמאל און ציען א געהעריגע שמועס.

פירקלט, פארדרייט שמועס, איגנארירט מיטשמועסער

מאדנע געפירקלטע קעפל און תוכן - כסדר צוריקגעלייגט און ארומגעטויש ווען די מאדס האבן פרובירט צו מאכן סדר

פארדרייט א שנירל

אטאקירט אנדערע מעמבער אומפראוואצירטערהייט

אטאקירט היינט נאכאמאל א מעמבער

דאס זענען נאר עטליכע ביישפילן פון גאר אסאך הודעות ווי ער אטאקירט אנדערע, פארדרייט, איגנארירט, פירקלט, און שמועסט נישט מיט נארמאל נאר אויף א טראלישן פארנעם
איך וויל מיך באדאנקען פאר @מחנים און פאר די מאדס פאר זייער קלאר ארויס שרייבן וועם מ'האט אויסגעשפארט און די סיבות פארוואס, אמאל פלעגט מען נאר שרייבן אז מ'האט היינט אויסגעשפארט א ניק וכדו'
🙏 (y)
אגב היינט צופרי ווען איך געזעהן די נייע ניק
שטארקע סאטמערער האטס עס ביי מיך גלייך אנגעצינדן א רויט לעמפל איך האב שוין אנגעהויבן שרייבן בערך די ווערטער 'אלערט! די ניק איז מסתם א דאבל אדער עפעס פישי' איך האב עס אבער פארמעקט ווייל אפשר אפשר דאך איז יא א אמת'ע ניק, האב איך נישט געוואלט מאכן אזא קבלת פנים פאר איהם! נו שוין!!
 
איך מיין אז סאיז @איש מבקש 'ס עקפערימענט דא
א הודעה אין שנירל 'שירבו ניקים כדגים' https://kraimel.community.forum/threads/syrbw-nyqym-kdgym.1861/post-58663
 
כדי מ'זאל נישט זאגן אז איך האב נישט מוחה געווען בין איך דא מוחה במחאה נמרצה!

איך האף אז מ'גייט נישט שפריצן אויף מיר קיין בואש

איך האב נישט ליב געהאט זייער אסאך זאכן וואס ער האט געשריבן, אסאך זאכן האט מיר ארויסגענומען פון די כלים

אבער איך האב סאך מער נישט ליב ווען מ'ווארפט ארויס איינעם פון דא

קען זיין אז לויט די תקנות איז עס אויסגעהאלטן אבער איך האב עס נאך אלס נישט ליב

דא וואלט געדארפט זיין א פלאץ ווי אלע מאדנע מענטשן שרייבן, דא זאל מען קענען הערן די קול פון יעדן איינעם

פאר עפעס א סיבה איז דא א איגנאריר קנעפל

איך מיין אז ס'איז שוין די דריטע מאל איך בין מוחה אויף אזעלכע זאכן דא אין קרעמל, איך האף אז ס'איז נישט די לעצטע, איך האב א שלעכטע געפיל אז נישט
 
אגב, איך געדענק אז מ'האט געװױט אױב מען זאל אים אױסשפארן אדער נישט. איך געדענק נישט װאס איז דארטן געבליבן בײ די װױט.
 
מ'קען עם צוריק לאזן נאר אויב מ'מאכט א דיפאלט סעטינג, אז ער איז איגנארירט ביי יעדעם אן דיפאלט, אויב איינער וויל דווקא קען ער אים דיס-איגנארירען.
 
כדי מ'זאל נישט זאגן אז איך האב נישט מוחה געווען בין איך דא מוחה במחאה נמרצה!

איך האף אז מ'גייט נישט שפריצן אויף מיר קיין בואש

איך האב נישט ליב געהאט זייער אסאך זאכן וואס ער האט געשריבן, אסאך זאכן האט מיר ארויסגענומען פון די כלים

אבער איך האב סאך מער נישט ליב ווען מ'ווארפט ארויס איינעם פון דא

קען זיין אז לויט די תקנות איז עס אויסגעהאלטן אבער איך האב עס נאך אלס נישט ליב

דא וואלט געדארפט זיין א פלאץ ווי אלע מאדנע מענטשן שרייבן, דא זאל מען קענען הערן די קול פון יעדן איינעם

פאר עפעס א סיבה איז דא א איגנאריר קנעפל

איך מיין אז ס'איז שוין די דריטע מאל איך בין מוחה אויף אזעלכע זאכן דא אין קרעמל, איך האף אז ס'איז נישט די לעצטע, איך האב א שלעכטע געפיל אז נישט
פארוואס וואס איז די פראבלעם צו ארויסווארפן א טראלל וואס קריכט אויף די געהירן פאר יעדעם איינעם און טראללט אביוויעסלי?

זיי מוחה אז מען ווארפט ארויס איינעם פאר אנדערע סיבות אבער פאר טראללשאפט מיז מען ווארפן אנדערש איז נישט דא קיין קיום פאר א פלאץ !
 
כדי מ'זאל נישט זאגן אז איך האב נישט מוחה געווען בין איך דא מוחה במחאה נמרצה!

איך האף אז מ'גייט נישט שפריצן אויף מיר קיין בואש

איך האב נישט ליב געהאט זייער אסאך זאכן וואס ער האט געשריבן, אסאך זאכן האט מיר ארויסגענומען פון די כלים

אבער איך האב סאך מער נישט ליב ווען מ'ווארפט ארויס איינעם פון דא

קען זיין אז לויט די תקנות איז עס אויסגעהאלטן אבער איך האב עס נאך אלס נישט ליב

דא וואלט געדארפט זיין א פלאץ ווי אלע מאדנע מענטשן שרייבן, דא זאל מען קענען הערן די קול פון יעדן איינעם

פאר עפעס א סיבה איז דא א איגנאריר קנעפל

איך מיין אז ס'איז שוין די דריטע מאל איך בין מוחה אויף אזעלכע זאכן דא אין קרעמל, איך האף אז ס'איז נישט די לעצטע, איך האב א שלעכטע געפיל אז נישט
ארויסווארפן א טראל איז פון די קאנסטיטוציעס פון קרעמל, און ווער דען איז א טראל אויב נישט ער?

איך האב ראיות ברורות אז שמייכעל איז נישט פשוט איינער וואס האלט באמת וואס ער שרייבט נאר ער קען זיך נישט איינהאלטן און גייט ארויס פון די גלייזן. נאר ער איז איינער וואס גלייבט נישט קיין איין ווארט וואס ער אליינס שרייבט און איז בלויז דא צו טראלן. וויבאלד איך קען דאס נאר מוכיח זיין דורך גילוי וועל איך עס נישט טוהן אבער גלייבטס מיר איך האב קלארע ראיות אויף דעם. אבער אפילו איך זאל נישט זיין גערעכט איז ער נאכאלס א טראל וואס פארלאנגט זיך א חסימה. אסאך פון די גוטע שרייבער פון קרעמל האבן זיך נישט געפונען דא די לעצטע שטיק צייט אדאנק אים.
 
קען זיין אז לויט די תקנות איז עס אויסגעהאלטן אבער איך האב עס נאך אלס נישט ליב
כיהודה ועוד לקרא, וועלך זיך משתתף זיין צו די אויבן דערמאנטע הודעות.
איך פיהל מיט דיר, כ'האב עס אויך נישט ליב! כ'האב גראדע געווארטן אויף דיין הודעה 🤫😍
אויב קיינער קען נישט האלטן אנדערש און זיך אנרופן וואלט עס געווען נישט קיין גוטע צייכן.

אבער ההכרח לא יגונה
ב) אויסשפארן מעמבערס - כדי קרעמל זאל קענען אנגיין פאר א לאנגער תקופה מיט טאלעראנץ און הארמאניע, מוזן מיר אראפשטעלן א יסוד אז קרעמל זיצער זאלן שפירן באקוועם צו זיצן און שמועסן צוזאמען, אפגעזען די מיינונגס פארשידנהייטן צווישן די מיטגלידער. דאס קען זייער געשטערט ווערן דורך מענטשן וועלכע קומען אריין מיט אומאויפריכטיגע כוונות, צב״ש טראלס אדער אזוינע וואס דענערווירן גאר שטארק רוב פון די מיטשמועסער דורך אראפפירן שמועסן פון די רעלסן אדער גענצליך צוגרינד לייגן געשמאקע שנירלעך.

פאר עפעס א סיבה איז דא א איגנאריר קנעפל
נישט פאר די אויבן דערמאנטע.

איך מיין אז ס'איז שוין די דריטע מאל איך בין מוחה אויף אזעלכע זאכן דא אין קרעמל, איך האף אז ס'איז נישט די לעצטע, איך האב א שלעכטע געפיל אז נישט
כ'האב א גוטע געפיהל כנ"ל רוף זיך יא אהן אלעמאל ווען דו האסט עפעס נישט ליב. ס'נישט שלעכט, ס'גוט!
 
איך פיהל מיט דיר, כ'האב עס אויך נישט ליב! כ'האב גראדע געווארטן אויף דיין הודעה 🤫😍
עטליסט בין איך קאנסיסטענט...

איך האב גראדע אסאך מאל אינזשויט די ווייב וואס שמייכעל האט געברענגט, איך האב ליב געהאט זיינע תגובות איבער ר' אביגדור מילער און אין די בדה אשכול

מיין קאפ האט שוין ארויסגעפילטערט אלע פאני ווערטער און איך האב פרובירט נישט צו געבן קיין לייקס אין א תגובה ווי ער האט גערעדט ווי א בהמה

ס'איז דא אסאך גוטע זאכן וואס אזאנע מענטשן ברענגען צום טיש וואס א נארמאלע מענטש קען נישט און דאס נעמט עטס אוועק

ס'האט מיר וויי געטון ווען מ'האט אוועק געשיקט מענטשן אין קאווע שטיבל און ס'טוט מיר וויי דא

איינמאל האב איך שוין אנגעיאגט צו זעהן אזא על דאטפוף סיטואציע, איך האף אז ס'וועט נישט פאסירן נאכאמאל, איך האב מורא אז קיינער איז נישט פארזיכערט
 
איך האב מורא אז קיינער איז נישט פארזיכערט
איך ווייס נישט פארוואס דו זאגסט אזוי.

דו טראכסט פאר א סעקונדע אז די מאדס גייען איין טאג אויפשטיין און דיר אויסשפארן?
 
כדי מ'זאל נישט זאגן אז איך האב נישט מוחה געווען בין איך דא מוחה במחאה נמרצה!

איך האף אז מ'גייט נישט שפריצן אויף מיר קיין בואש

איך האב נישט ליב געהאט זייער אסאך זאכן וואס ער האט געשריבן, אסאך זאכן האט מיר ארויסגענומען פון די כלים

אבער איך האב סאך מער נישט ליב ווען מ'ווארפט ארויס איינעם פון דא

קען זיין אז לויט די תקנות איז עס אויסגעהאלטן אבער איך האב עס נאך אלס נישט ליב

דא וואלט געדארפט זיין א פלאץ ווי אלע מאדנע מענטשן שרייבן, דא זאל מען קענען הערן די קול פון יעדן איינעם

פאר עפעס א סיבה איז דא א איגנאריר קנעפל

איך מיין אז ס'איז שוין די דריטע מאל איך בין מוחה אויף אזעלכע זאכן דא אין קרעמל, איך האף אז ס'איז נישט די לעצטע, איך האב א שלעכטע געפיל אז נישט
פלוצלינג איז פארדרייען שנירלעך געווארן קעגן די תקנות
ווייז מיר איין שנירל וואס איז נישט פארדרייט

ער רעכנט אויס צווישן זיינע עוולות אז ער איגנארירט מיטשמוסער איך האב נישט געוויסט אז עס איז דא א תקנה אז מען טאר נישט איגנארירן מיטשמוסער

בקיצור אויב איינער האט נישט ליב איינעמס תגובות ווערט ער א טראל

איך בין מיך מצרף צו דיין מחאה
הק' הורקנוס
 
@תרמב איך פארשטיי זייער גוט פון ווי די קומסט, אין איך פאר ווער ס'ווייסט נאך נישט בין אויך א שטארקע מתנגד פון ווארפן מענטשן, אין אין די פארגאגענהייט בין איך געווען קעגן אים ווארפן, אבער איי געס איך דריי מיר שוין דא א שטיק צייט, אין איך הייב שוין אן אביסל צי פארשטיין די תקנה.

די עפנסט אויף קרעמל ציפרי ווערסטו באווארפן מיט 7 שנירן פון איינעם וואס האט נישט קיין מושג וואס ס'מיינט אינגעידזשען מיט אנדערע מענטשן,
מענטשן ווערן פראסטרעידעט, ס'פארגייט די גוסטע פון נארמאלע ניקים וואס זיכן צי שמועסן, צי עפענען שנירן,

אין אפילו איך האב אינדזשוד אסאך מאל די ווייב פון שמייכעל, זיינע אהרוני אטאקעס, אין איך האב אינדזשוד זיך צי רעגן אויף אים, אבער ס'געווארן א קראנקע העביט, איך עפן קרעמל צי זעהן וועם האט היינט שמייכעל געקניידעלט, אין וולכע ניק ער האט היינט אויפגערעגט, אלעס דרייט זיך ארום אים, אין ער ענפערט ניטאמאל!! ס'איז געווארען א קראנקע עדיקשען, ס'נעמט אויך אוועק אינגעידזשמענט פון אנדערע ניקים וואס זענען דא צי שמועסן ענפערן פרעגן,

ווען מען פרעגט מיר? לאז אים דא, אין די עולם וועט ציביסלעך זיך אויסלערנען אים צי איגנארירן, אין קרעמל וועט ווייטער בלייבן א נארמאלע פלאץ ווי מענטשן קענען קאמיניקעיטן מיט אנדערע מענטשן נארמאל,

אבער אלס א אדמין פון א סייט וואס האלט אינמיטן וואקסען, קען איך דעפענעטלי פארשטיין פארוואס מ'האט אים ג'זארקעט..
 
פון אנפאנג פלעגט ער מיך זייער נערוועז מאכן אבער מיט די צייט האב איך עס אנגעהויבן אביסל ליב האבן און האט מיך אסאך מאל געברענגט א "שמייכל"

הגם כ'האב רוב מאל נישט געהאלטן וואס ער האט געשריבן איז עס אבער געווארן אינטערסאנט און שמייכעלדיג צו זעהן ווי ער שיסט שטותים און דמיונות מיט זיין אלטע סאטמערע קללות און שפראך און כ'האב מיך שוין כמעט צוגעוואינט צו זיין שפראך.

די ברוך דיין האמת למשל איז געווען אינטערסאנט און ער האט אייביג געוויסט צו דערמאנען ווי יענעם'ס ברודערס קאזין האט געארבעט וכו' און בכלל האט ער אסאך געגעבן אינפערמאציע און געקענט אסאך מענטשן מיט מעשיות אויף יעדעם.

איך כהיום וואלט לכאורה נישט אנטיילגענומען אין א וואוט וועגן עם ווארפן - נישט אויף יא און נישט אויף ניין - אבער באמת האלט איך אז דאס איז געווען די ריכטיגע שריט צו טוהן, און חבל אויף די גוטע זאכן אבער מ'דארף האלטן די פלאץ נארמאל.
און ספעציעל א מענטש וואס מאכט זיך נישט צוטוהן וואס אנדערע זאגן ער פלעגט כמעט אפילו נישט ענטפערן ווען מ'האט געהאט טענות אויף עם אדער אפגעפרעגט, און ממילא אז ער לאכט זיך אויס פון די תקנות דארף מען טוהן וואס מ'דארף.
 
איך האב הנאה אז ס'זענען דא וואס זענען מוחא אויף די אויסשפארינג, אזוי דארף זיין!
כאטש @מַחֲנַיִם האט קלאר מסביר געווען פארוואס ס'איז געקומען

איך גיי נישט דן זיין אויב ס'איז געווען גערעכט אדער נישט, איך בין נישט קיין מאד, און דאס איז זייער ארבעט,

אבער וואס יא, דאס וואס @הורקנוס האט געשריבן:
בקיצור אויב איינער האט נישט ליב איינעמס תגובות ווערט ער א טראל
דאס איז פשוט שקר, אין דעם פאל!
נישט ווייל איינער האט נישט ליב געהאט, נאר די לשונות וואס ער האט גענוצט איז נישט עפעס וואס מעג געניצט ווערן!

איך מיין יעדער פארשטייט דאס,
איך, אפי' איך האב געהאלטן קעגן זיינע שיטות, האב איך ליב געהאט צו ליינען וואס ער זאגט, אבער נישט מיט דעם שפראך,
זייער זייער נישט שיין זיך באצויגן צו אנדערע חברים דא, און צו אנדערע מענטשן וועמען ער האט דערמאנט,
קרעמל לאזט יעדעם זאגן זייערע דעות און מיינונגן, אבער ס'איז דא א וועג וויאזוי.

אבער, והא העיקר, אז אין איז בכל אופן נישט געווען קיין פראבלעם אויסצושפארן, ער האט עטליכע מאל קלאר געשריבן, אז ער וויל מ'זאל אים אויסשפארן, סא פארוואס נישט?
רצונו של אדם זה כבודו!

איך האף ער זאל צוריקקומען אונטער א צווייטע ניק, אבער אהן אטאקירן אזוי ברוטאל, און אויך מיט מער איידעלערע קעפלעך פאר זיינע שנירלעך, און אויפהערן מישן יעדע זאך מיט ציוניזם אהרוניזם טראמפיזם, צוזאמען מיט פרשת וועבערמאן וכו' וכו'
 
די אמת איז כ'האב געמיינט אז ס'איז פשוט ביי יעדעם אז ער גייט אריין בגדר טראל. יעצט זעה איך אז תרמב און איש פשוט האבן צום סוף יא הנאה געהאט און תרמב הורקנוס און קץ דוחק ווילן אים גאר צוריק.

קרעמל איז ענקערס. אויב א וועטעראן האלט טאקע אז ער גייט נישט אריין אינעם גדר פון א טראל זאל ער עפענען א שנירל און דערנאך א פארשלאג.
 
Back
Top