מעמבער אויסגעשפארט מעלדונג

א דאנק @מַחֲנַיִם פארן אים ווארפן, איך האב טאקע נישט געבעטן מ'זאל אים ווארפן, אבער ער האט עטליכע מאל אויסגעשמועסט אז ער ווארט אויף די טאג וואס מ'גייט אים ווארפן.

ער האט פארדרייט יעדעס איינציג שנירל, איך האב געפילט עכט אומבאקוועם זיך צו דרייען דא ווען איך ווייס אז אלעס קומט אן צו די זעלבע שטותים.

@הורקנוס, @תרמב, מ'ווארפט נישט קיין ניק'ס אגאנצן טאג, אדרבה, ווען איז די לעצטע מאל פאר @שמייכעל וואס מ'האט געווארפן א ניק?

כ'נעם זיך אונטער בל"נ צו מאכן צייט ערגעץ אין די נעקסטע פאר טעג צו צאמנעמען אלע זיינע פירקלעריי און זיי צאמשמעלצן אלץ איין שנירל
מאך נאר זיכער צו ארויסנעמען אלע נישט-אין-פלאץ מעסעדשעס פון די אריגינעלע שנירלעך. ❤️

אגב היינט צופרי ווען איך געזעהן די נייע ניק @שטארקע סאטמערער האטס עס ביי מיך גלייך אנגעצינדן א רויט לעמפל איך האב שוין אנגעהויבן שרייבן בערך די ווערטער 'אלערט! די ניק איז מסתם א דאבל אדער עפעס פישי' איך האב עס אבער פארמעקט ווייל אפשר אפשר דאך איז יא א אמת'ע ניק, האב איך נישט געוואלט מאכן אזא קבלת פנים פאר איהם! נו שוין!!
א הודעה אין שנירל 'שלום עליכם, לאמיר זיך באקענען!' https://kraimel.community.forum/threads/slwm-lykm-lmyr-zyk-bq-n-n.18/post-59152
 
איך ווייס נישט פארוואס דו זאגסט אזוי.

דו טראכסט פאר א סעקונדע אז די מאדס גייען איין טאג אויפשטיין און דיר אויסשפארן?
גראדע איך האלט נישט אז איך גיי אזוי שנעל פליען, און ס'איז א שטיקל קאמפלימענט... נישט ממש... נישט צו זיין שמייכעל אדער לייביש הכהן איז נישט אזא קונץ...

אבער דא איז שוין געפלויגן איינער וואס האט געהאלטן אז ער גייט קיינמאל נישט פליען, מיט אלע גוטע טענות וואס ס'איז דא אויף יענעם האלט ער ביי זיך אז ער האט נישט געדארפט פליען און מ'האט אים געווארפן שלא ביושר, סאו קען זיין אז איך האלט אז איך בין אימיונד, אבער אפשר ווער איך גענערט אין מיין קאפ..?

כאפסט אז מ'רעדט שוין דא פון עטליכע פעלער?
 
סתם נייגעריג,
איז בכלל דא א פאל וואס דו האלטסט יא אז מ'דארף איינעם ווארפן פון דא?
 
סתם נייגעריג,
איז בכלל דא א פאל וואס דו האלטסט יא אז מ'דארף איינעם ווארפן פון דא?
אויב איינער טוט גילו

און אויב איינער סעקירט דעם עולם

אבער סעקירן דעם עולם מיינט נישט ווען איינער זאגט זאכן וואס דו האסט נישט ליב

איך האלט נישט אז שמייכעל איז נאכגעלאפן ניקס און זיי געפייניגט

אסאך פון זיינע תגובות וואס האבן ארויסגענומען מענטשן פון די כלים זענען געווען אין אשכולות וואס ער האט אליינס געעפענט

איך זוך בכלל נישט צו זיין זיין לויער, איך שעם זיך אפילו צו זיין זיין לויער, איך האלט אז ער איז א צודרייטער

אבער למעשה פליען פון דא מענטשן יעדע שטיק צייט, און איך האב עס זייער נישט ליב

איך האלט אז אזא זייטל דארף קענען מער טאלערירן מענטשן
 
די סיבה פארוואס ער איז געפלויגן, איז 'לכאורה' געווען ווייל ער האט אין א געוויסע וועג געשטערט די סדר דא.

ער האט געמאכט א געוויסע נעגעטיוו אפעקט אויפן סייט, עפעס וואס די מאדס האבן זעהט אויס נישט געהאט קיין ברירה פון איגנארירן!

ווי מחניים האט געשריבן, אז מ'האט אים עטליכע מאל געבעטן ער זאל שרייבן אנדערש וכו', און ער האט זיך נישט צוגעהערט, איינער וואס ס'אינטערעסירט אים בכלל נישט די סייט מיט אירע מענטשען, וויל נישט פאלגן און נעמען עצות פון די מאדס, און שרייבט עטליכע מאל אז ער וויל מ'זאל אים אויסשפארן...
ער קומט דא?
 
בקיצור האמיר א נייע תקנה, מ'טאר נישט מאכן א נעגאטיווע אפעקט אויפן סייט, ס'איז גראדע א פארשטענדליכע תקנה אבער ס'איז א סליפערי סלאופ

און מ'דארף עס צולייגן אין די תקנות

די פראבלעם איז אז אסאך תקנות איז גענוג וועיג אז מ'זאל קענען אריינלייגן יעדע צווייטע ניק, עכ"פ איינער וואס איז אביסל פראוואקאטיוו

דאס מיינט אז עניבאדי וואס גייט שרייבן אנדערש ווי רוב מענטשן אויף קרעמל טראכטן וועט זיין זייער א קורצע וועג ווילאנג יענער גייט פארשווינדן ווערן פון דא

ווייל אפילו מיט א וואוט וועט יענער אראפגעוואוט ווערן

דו פרעגסט צו ער קומט דא? איך וואלט געזאגט אז יא, באט איך פארשטיי אז מ'זאל וועלן ער זאל אוועק גיין, אבער ווארפן? מאן דכר שמיה
 
דאס מיינט אז עניבאדי וואס גייט שרייבן אנדערש ווי רוב מענטשן אויף קרעמל טראכטן וועט זיין זייער א קורצע וועג ווילאנג יענער גייט פארשווינדן ווערן פון דא
איימסארי, ניין.

נישט יעדער אויף קרעמל האלט און שרייבט די זעלבע אדער אפילו בערך די זעלבע, דעי ניק האט נישט געענדיגט פארדרייען יעדע איינציגע געשמאקע שנירל.

דו ווייסט דאס זייער גוט, און דו פארשטייסט פארוואס מ'האט אים געדארפט ווארפן, קען זיין אז ער קען צוריקקומען אויב ער פלאנט צו שרייבן וואס ער האלט אויף א נארמאלע וועג.

מיט ליבשאפט. ❤️
 
דו ווייסט דאס זייער גוט, און דו פארשטייסט פארוואס מ'האט אים געדארפט ווארפן
ביסט בארעכטיגט אויף דיין מיינונג, איך נעם עס דיר נישט צו, אבער צווינג מיר נישט וואס איך זאל וויסן און פארשטיין

אגב ער איז נישט דער ערשטער וואס פליעט
 
למעשה יעדער איינער דא, האט די לעצטע וואך צוויי געהאט די פילינג אז דער בחור גייט פליען... פארוואס?
ווייל קרעמל ווארפט ארויס עניוואן וואס איז זייער אנדערש פון יעדן...
 
@תרמב סאיז מיר באמת שווער צו פארשטיין דיין לאגיק.
אבער ההכרח לא יגונה
ב) אויסשפארן מעמבערס - כדי קרעמל זאל קענען אנגיין פאר א לאנגער תקופה מיט טאלעראנץ און הארמאניע, מוזן מיר אראפשטעלן א יסוד אז קרעמל זיצער זאלן שפירן באקוועם צו זיצן און שמועסן צוזאמען, אפגעזען די מיינונגס פארשידנהייטן צווישן די מיטגלידער. דאס קען זייער געשטערט ווערן דורך מענטשן וועלכע קומען אריין מיט אומאויפריכטיגע כוונות, צב״ש טראלס אדער אזוינע וואס דענערווירן גאר שטארק רוב פון די מיטשמועסער דורך אראפפירן שמועסן פון די רעלסן אדער גענצליך צוגרינד לייגן געשמאקע שנירלעך

זיי מיר מסביר ביטע אין וועלכע אוניווערס ער האט געהאלטן די תקנות. און מ'רעדט דא אז מ'בעהט זיך ביי איהם פאר וואכן... למעשה שטעלט זיך ארויס (ווי @אפענער שרייבט אויבן) אז ער גלייבט אליין נישט וואס ער שרייבט און ער איז די דעפיניציע פון א טראל.

אויב ער איז נישט קיין טראל, דאן פאר וועם איז די קאנסטיטוציע געמאכט פאר?

אז דו ווילסט טוישן די קאנסטיטוציע איז דא אויך א מהלך, אבער דו פארלאנגס די מאדס זאלן איגנארירן איינער וואס מאכט חרוב די פלאץ און איז קלאר נישט אינטערעסירט צו פאלגן די יעצטיגע שטאטוטן?

וואס וואלסטו געטון?
 
וואס איך וואלט געטון? מעגליך די זעלבע, נאך א מזל אז איך בין נישט קיין מנהל

ס'איז שטארק מעגליך לויט די תקנות אז ער האט געדארפט פליען

איך זאג נאר אז איך האב נישט ליב אז דאס געשעהט, איך האב נישט ליב אז די תקנות זענען אזוי

און איך דרוק שטארק מיין אומבאקוועמליכקייט איבער דעם

איך וואלט געקענט באשטיין אז מ'זאל קענען מאכן ארבעטן אז יאסעלע זאל קענען דא זיין, אז נחבו בן ופסי זאל קענען דא זיין אז לייביש הכהן זאל קענען דא זיין און אז שמייכעל זאל קענען דא זיין, און אז הקטן און גאלדענע אדלער זאלן קענען זיין אויף קאווע שטיבל

ווייל אפילו מ'האט נעגאטיווע מיינונגען אויף זיי, דאך האבן זיי צוגעגעבן א קאליר צו די פלאץ

הלוואי וואלט יעדער וואס האט זיי נישט ליב געקענט איגנארירן וועם זיי האבן נישט ליב

און מ'זאל נישט דארפן צוקומען צו ווארפן קיינעם

איך האף אז איך האב מיר גענוג גוט מסביר געווען אז איך זאל מער נישט דארפן מער שרייבן גארנישט אין דעם אשכול

איך פיל אז איך האב שוין אזוי אויך צופיל אריינגערעדט דא.
 
איך וואלט געקענט באשטיין אז מ'זאל קענען מאכן ארבעטן אז יאסעלע זאל קענען דא זיין, אז נחבו בן ופסי זאל קענען דא זיין אז לייביש הכהן זאל קענען דא זיין און אז שמייכעל זאל קענען דא זיין, און אז הקטן און גאלדענע אדלער זאלן קענען זיין אויף קאווע שטיבל

ווייל אפילו מ'האט נעגאטיווע מיינונגען אויף זיי, דאך האבן זיי צוגעגעבן א קאליר צו די פלאץ
כ‘וויל דיר ח”ו נישט מכשיל זיין מיטן דארפן שרייבן אין דיזע שנירל...

קודם האסט גאר א שטארקע נקודה, אין א געוויסן זין פיל איך אויך אזוי,

לגבי שמייכעל פיל איך אבער אז ס‘איז אזוי ווי איינער קומט צו צו דיר אין א הייסע טאג און גיבט דיר צוויי אפציעס, אדער טרינקען לימאנאדע מיט זאלץ וואסער, ד.ה. די גייסט טאקע זיך דערקוויקן מיט פרישע קאלטע שוויציגע לעמאנעיד, אבער עס קומט מיט א פרייז ס‘האט אביסל זאלץ אין זיך,
די צווייטע אפציע איז צו טרינקען פשוט‘ע וואסער, די גייסט טאקע נישט האבן דא קיין קאלטע לעמאנעיד, אבער קיין זאלציגן טעם וועסטו אויך נישט האבן,
אוודאי וואלט ווען פיל בעסער געווען ווען מ‘קען ווען טרינקען פיינע לעמאנעיד מיט א שמייכל, אבער אז ס‘איז נישט דא די אפציע, גייט עס שוין אריין אין די סוגיא פון על טעם וריח,
והנמשל....
כ‘האף אז איך האב נישט סתם אנגעפירקלט דא...
 
לעצט רעדאגירט:
איז אזוי ווי איינער קומט צו צו דיר אין א הייסע טאג און גיבט דיר צוויי אפציעס, אדער טרינקען לימאנאדע מיט זאלץ וואסער, ד.ה. די גייסט טאקע זיך דערקוויקן מיט פרישע קאלטע שוויציגע לעמאנעיד, אבער עס קומט מיט א פרייז ס‘האט אביסל זאלץ אין זיך,
די צווייטע אפציע איז צו טרינקען פשוט‘ע וואסער, די גייסט טאקע נישט האבן דא קיין קאלטע לעמאנעיד, אבער קיין זאלציגן טעם וועסטו אויך נישט האבן,

והנמשל....
כ‘האף אז איך האב נישט סתם אנגעפירקלט דא...
זאלץ וואסער, שוויצידיגע לעמאנעיד, טריקענע לעמאנעיד, פשוט'ע וואסער, זאלציגע לעמאנעיד, @שגור אין די לעמענעיד...

פירקל מיט א געשמאק. מ'באקומט נישט שכר אויף יענע וועלט פאר נישט ארויס קאלערן פון ליין...
 
לייביש הכהן האט מען קיינמאל נישט געווארפן אבער מען בענקט זיך נאך עים למעשה האט ער געברענגט פיינע ארטיקלען צום טיש און געברענגט א פיינע ווייב
 
@תרמב איך פיהל אין דיינע שורות דריי זאכן און כ'בין מסכים מיט יעדע פון זיי.

1. א ווילן אז טראללס זאלן למעשה יא קענען בלייבן אין קרעמל באיזה אופן וואס מ'זאל קענען האבן די מעלות אהן די חסרונות.

מסכים
פליז עפן א שנירל דערוועגן מיט עצות און מהלכים.

2. שרעק און חשד אז אפשר גייט מען איין טאג אביוזן פאווער.

מסכים
פליז עפן א שנירל דערוועגן מיט עצות און מהלכים.

3. אז די פרשה פון נחבי האט מען קיינמאל נישט ארויסגעלייגט די דעטאלן פון די גילוי קלאגעס, און דאס מאכט דיר נישט באקוועם.

מסכים
די בעסטע אפציע פאר קרעמל וואלט געווען עס ארויסצולייגן און איבער געבן פאר א וועטעראן וואוט. אבער ווי כ'האב געשריבן דא

קאמיאניקעישאן!!! מ'טאר קיינמאל נישט ארום חושן מיטן ציבור אויב מ'חלום'ט פון מצליח זיין.

אויב מ'טוהט עפעס וואס די סיבה איז צו האקל עס צו פארשפרייטן פאר יעדעם. קען מען שרייבן אז ס'איז געווארן אויסגעשמועסט דורך די מייסדים (איבער א מנין באזעסענע אירע וואס זענען געווען מסלתה ומשמנה אין אנדערע סייט'ס) יעדע זאך איז מען דן און מ'וואוט.
ע"כ

פליז עפן א שנירל דערוועגן מיט עצות און מהלכים וואס מ'דארף טון אין א פאל וואס מ'קען נישט משתף זיין מיטן ציבור.
-

פליז ערגער זיך נישט פארן שרייבן, זאגסט דאך גוטע נקודות, יעדער חאלישט פאר שלימות, זאלן די חברים מטכס עצה זיין ובשם השם נעשה ונצליח!
 
@תרמב איך הער שטארק דיין פוינט
און איך שפיר אז למעשה ביסטו גערעכט, הגם כ'האב אינאנהייב געהאלטן אז ער דארף פליען, אבער כ'מיין אז וויבאלד ער טריגערט יעדעם מיטן שעלטן און האקן, אדער אנדערע וואס מ'איז געווארן טריגערט פון, איז נישט קיין סיבה צו ווארפן.

ריכטיג טאקע אז ער דארף זיך אויסלערנען ווי ער קוקט אויס אין שפיגל, אבער אונז דארף מער זיך קענען האלטן רוהיג און באזעסן און נישט ווערן אריינגעשלעפט אין זיין דראמא, און עם לייגן אויפן פלאץ מיט א קלארקייט, אנשטאט צו לייגן די גאנצע שולד נאר אויף עם.

איך זאג נישט אז די החלטה איז נישט געווען ריכטיג, אבער נאכאלס בעסער וואלט געווען ווען אונז קעמער זיך בעסער יא עצה געבן מיט אזא זאך.
 
Back
Top