מעמבער אויסגעשפארט מעלדונג

איך האב נישט געגליכנט נישט בלויז וואס ער האט געשריבן, נאר אויך די וועג ווי אזוי ער האט זיך אויפגעפירט – אן קיין רעספעקט צו אנדערע, און פיל מיט באהאלטענע אדער קלארע אגענדעס. דערפאר מיין איך אז נאכדעם וואס ער איז שוין פארווארנט געווארן עטליכע מאל, איז עס געווען ריכטיג צו שיקן אים ארויס פון דא.

אויף דער אנדערער זייט אבער, פיל איך אויך ווי ס'איז נישט אינגאנצן אויסגעהאלטן צו אויסשליסן מענטשן בלויז ווייל זיי האלטן אנדערש ווי מיינס אדער ווי די מערהייט. ס'קען ארויפברענגען דעם געפיל פון "אריינשטעקן דעם קאפ אין זאמט" און פשוט פארשפילן מיט א ווירטואלער וועלט וואס איז נישט ריאליסטיש. אין ריעל לייף טרעפט מען מענטשן פון אלע מיני שיטות און קוקווינקלען. אוועק נעמען די וואס האלטן אנדערש קען פילן זיך ווי לעבן אין א דינייעל.

איך פערזענליך גלייך זייער צו הערן אנדערע מיינונגען. איך מיין אז מ'דארף ערנסט אננעמען יעדער מיינונג לויט וואס עס זאגט – נישט לויט וועמען עס קומט.

צומאכן איינעםס מויל פשוט ווייל ער איז נישט אינזערער אדער ווייל מ'קען – איז טאקע נישט קיין דרך פון זיכן דעם אמת, נאר א וועג זיך איינרעדן און פארבלייבען אין אן אייגענעם באבל.

על כל פנים, עס וואלט אפשר געווען כדאי צו עפענען א באזונדערע סאב-פארום פאר די וואס האלטן קעגן ציונות אדער קעגן ר' אהרן, וואו אזעלכע מענטשן זאלן קענען אויסדרוקן זיך , אן שטערן די הויפט פארום.
 
דו האסט מיט געהאלטן זיינע תגובות דא?
אדער סתם געשאסן אן לאטקע?

ניין, מ'האט אים נישט אויסגעשפארט וויבאלד ער האט געהאלטן אינאיין איבער'חזר'ן דעם גרויסן שקר!

בכלל נישט דאס, נאר ווי שוין געשריבן, איז זיין שפראך געווען די פראבלעם, די אופן וויאזוי ער האט ארויס געברענגט זיינע זאכן, וויאזוי ער האט זיך באצויגן צו זיי וועמען.
"איך האלט" (יא, ס'איז אן עפיניען, נישט קיין פאקט.) אז: סובקאַנטשעסלי איז א גרויס חלק פון די האס אנקעגען אים, וויבאלד מען קוקט אים אן ווי א פאריקטע משוגענער, פארן שרייבן אזאנע מאדנע קאנספיראציעס. קאנספיראציעס וועלכע שפילן מיט אונזער\ענקער אידענטיטעט.
 
@תרמב סאיז מיר באמת שווער צו פארשטיין דיין לאגיק.

זיי מיר מסביר ביטע אין וועלכע אוניווערס ער האט געהאלטן די תקנות. און מ'רעדט דא אז מ'בעהט זיך ביי איהם פאר וואכן... למעשה שטעלט זיך ארויס (ווי @אפענער שרייבט אויבן) אז ער גלייבט אליין נישט וואס ער שרייבט און ער איז די דעפיניציע פון א טראל.

אויב ער איז נישט קיין טראל, דאן פאר וועם איז די קאנסטיטוציע געמאכט פאר?

אז דו ווילסט טוישן די קאנסטיטוציע איז דא אויך א מהלך, אבער דו פארלאנגס די מאדס זאלן איגנארירן איינער וואס מאכט חרוב די פלאץ און איז קלאר נישט אינטערעסירט צו פאלגן די יעצטיגע שטאטוטן?

וואס וואלסטו געטון?
וויאזוי שטעלט זיך ארויס אז ער אליין גלייבט נישט ווייל א אנאנימער ניק האט געזאגט אז ער האט באהאלטענע אינפארמאציע
 
"איך האלט" (יא, ס'איז אן עפיניען, נישט קיין פאקט.) אז: סובקאַנטשעסלי איז א גרויס חלק פון די האס אנקעגען אים, וויבאלד מען קוקט אים אן ווי א פאריקטע משוגענער, פארן שרייבן אזאנע מאדנע קאנספיראציעס. קאנספיראציעס וועלכע שפילן מיט אונזער\ענקער אידענטיטעט.
איבערהויפט נישט. פעלט נישט דא קיין ניקס מיט אזעלכע פאריקטע קאנספיראציעס. ס'איז קלאר אז ער איז געפלויגן פאר זיין קאנדוקט. קיינער דא פליט נישט פשוט ווייל מ'לאזט זיך הערן אלס נטורי קרתא אדער פאר א פלאכע פלאנעט. אבער אויב איינער האלט אז די וועלט איז פלאך און פירקלט אן יעדע אשכול און אטאקירט יעדער וואס פרובירט זאגן אנדערש איז א אנדערע געשעפט. דו ווילסט זיין קעגן ציונות און פרא אט''ד לינקס געשטימט מה טוב ומה נעים מערסטנס אין דיין אייגן שנירל. צווינג נישט יעדער צו ליינען דיין חרא.
 
איך האב הנאה אז ס'זענען דא וואס זענען מוחא אויף די אויסשפארינג, אזוי דארף זיין!
כאטש @מַחֲנַיִם האט קלאר מסביר געווען פארוואס ס'איז געקומען

איך גיי נישט דן זיין אויב ס'איז געווען גערעכט אדער נישט, איך בין נישט קיין מאד, און דאס איז זייער ארבעט,

אבער וואס יא, דאס וואס @הורקנוס האט געשריבן:

דאס איז פשוט שקר, אין דעם פאל!
נישט ווייל איינער האט נישט ליב געהאט, נאר די לשונות וואס ער האט גענוצט איז נישט עפעס וואס מעג געניצט ווערן!
פארוואס נישט ווייל די לאזט נישט? ס'איז דא תקנות וואס פארבאטן זיינע לשונות?

די דעפינישן פון א טראל איז איינער וואס שרייבט זאכן מיטן ציל צו אונטערציפן אנדערע, לדעתי איז דאס נישט די מעשה דא, אויב פילט איינער אז יא אזויווי איינער האט געשריבן אז ער ווייסט קלאר אבער ער קען נישט זאגן מער דעטאלן, דארף מען מאכן א וואוט צו די עולם האלט אז דאס איז זיין ציל

ביז דערווייל איז דא געשען איינס פון די צוויי אדער האבן די אדמיניסטראטורן געווארפן איינעם ווייל זיי האבן זייער שטארק נישט ליב געהאט זיין געשרייבאכצער,
אדער האבן די אדמיניסטראטורן זיך גענומען מנהל רעכטן צו אליינס באשליסן אז זיינע תגובות זענען געווען מיטן ציל צו אונטערציפן אנדערע

די בעלי בתים פון די סייט האבן יעדע רעכט צו אויסשפארן וועם זיי ווילן עס איז זייער פריוואטע נכס אבער @שעפטאל זאל נישט קומען זאגן מארגן אז דא איז קיינער נישט בעה"ב נאר די וועטעראנען
 
די בעלי בתים פון די סייט האבן יעדע רעכט צו אויסשפארן וועם זיי ווילן עס איז זייער פריוואטע נכס אבער @שעפטאל זאל נישט קומען זאגן מארגן אז דא איז קיינער נישט בעה"ב נאר די וועטעראנען
כ'קום עס נישט זאגן מארגן נאר כ'האב עס געזאגט אפאר שעה צוריק.
די אמת איז כ'האב געמיינט אז ס'איז פשוט ביי יעדעם אז ער גייט אריין בגדר טראל. יעצט זעה איך אז תרמב און איש פשוט האבן צום סוף יא הנאה געהאט און תרמב הורקנוס און קץ דוחק ווילן אים גאר צוריק.

קרעמל איז ענקערס. אויב א וועטעראן האלט טאקע אז ער גייט נישט אריין אינעם גדר פון א טראל זאל ער עפענען א שנירל און דערנאך א פארשלאג.
סאו, אויב דו האלסט אז ער איז נישט קיין טראל און ס'איז נישט דעם רצון פונעם ציבור מאך א פארשלאג.

❤️

(אגב. כ'האב נאכנישט געליינט דיינע הודעות נאר די שורה וואס דו ציטירסט מיר. כ'וועל בל"נ צוריק קומען צו דעם שפעהטער. דערווייל האף איך אז איך מאך סענס.)
 
כ'קום עס נישט זאגן מארגן נאר כ'האב עס געזאגט אפאר שעה צוריק.

סאו, אויב דו האלסט אז ער איז נישט קיין טראל און ס'איז נישט דעם רצון פונעם ציבור מאך א פארשלאג.

❤️
איך ווייס אז רוב עולם וויל אים נישט און איך וויל אים אויכעט נישט אויב איך עפן א וואוט גייט עס ווערן אראפגעשטימט מיז נישט זיין ווייל עס איז דא א רוב וואס האלט אז ער שרייבט מיטן ציל זיך צו רייצן נאר פשוט ווייל מען האט אים נישט ליב

פארוואס דארפן קומען ניקס מאכן א וואוט אויף אים צו צוריקברענגען דארף נישט זיין א וואוט צו ער גייט אריין אין די גדר פון א טראל? (קען זיין אז נישט איך בין נישט בקי אין די קאנסטיטוציע אבער אזוי דאכט זיך מיר)
 
דא איז די תקנה

ב) אויסשפארן מעמבערס - כדי קרעמל זאל קענען אנגיין פאר א לאנגער תקופה מיט טאלעראנץ און הארמאניע, מוזן מיר אראפשטעלן א יסוד אז קרעמל זיצער זאלן שפירן באקוועם צו זיצן און שמועסן צוזאמען, אפגעזען די מיינונגס פארשידנהייטן צווישן די מיטגלידער. דאס קען זייער געשטערט ווערן דורך מענטשן וועלכע קומען אריין מיט אומאויפריכטיגע כוונות, צב״ש טראלס אדער אזוינע וואס דענערווירן גאר שטארק רוב פון די מיטשמועסער דורך אראפפירן שמועסן פון די רעלסן אדער גענצליך צוגרינד לייגן געשמאקע שנירלעך. דערפאר, אויב א מעמבער האט 10% הודעות פארמעקט דורכאויס אן אפשניט פון א טאג אדער מער, סיי צוליב די אויבנדערמאנטע סיבות אדער צוליב ברעכן סיי וועלכע אנדערע סעיפים פון די שטאטוטן, דאן קען דער באטרעפנדער מעמבער ווערן אויסגעשפארט.

אזוי אויך קענען צען אקטיווע וועטעראנען ארויפברענגען א פארלאנג אויסצושפארן א געוויסן מעמבער וואס לדעתם באלאנגט ער נישט דא. די מאדעראטארן דארפן דאן ארויפברענגען דעם נושא פאר אן אפשטימונג דורך אן אנקעטע, און אויב רוב וועטעראנען שטימען יענעם אויסצושפארן דאן וועט דער באטרעפנדער מעמבער ווערן אויסגעשפארט בלי שום טענות.

דא איז די לשון פון די שטאטוטן דא שטייט אז וויבאלד מען דארף האבן א מהלך זיך צו באשיצן פון טראלס איז דא צוויי וועגן א מעמבער זאל ווערן אויסגעשפארט אדער ווען %10 פון זיינע הודעות ווערן פארמעקט אדער ווען 10 וועטעראן האבן עס ארויפגעברענגט פאר א אפשטימונג

אפילו אויב עס איז א דבר הפשוט אז ער איז א טראל (וואס לדעתי איז דאס נישט די מעשה אבער דאס איז געווען די תירוץ פארוואס מען האט אים פארשפארט אן קיין אפשטימונג) ווערט ער נישט אויסגעשפארט לויט די שטאטוטן

יעצט @שעפטאל זאג מיר נאכאמאל ווער איז בעה"ב דא ?
 
"איך האלט" (יא, ס'איז אן עפיניען, נישט קיין פאקט.) אז: סובקאַנטשעסלי איז א גרויס חלק פון די האס אנקעגען אים, וויבאלד מען קוקט אים אן ווי א פאריקטע משוגענער, פארן שרייבן אזאנע מאדנע קאנספיראציעס. קאנספיראציעס וועלכע שפילן מיט אונזער\ענקער אידענטיטעט.

אינטערעסאנט אז דיר האלט מען נישט פאר קיין טראל, כאטש וואס די ביסט אויך אנטי ציוני.
עס איז נישט זיין שיטה׳ס וואס איז דער פראבלעם. עס איז דער וועג וויאזוי ער רעדט, די ציוני ארוני מקרי, ציונמליך ווארפטס מיר ארויס פון קרעמל, שמיציגער ארוני. בקיצור אטאקירן אלעס און אלעמען.
ער אטאקירט ניקס, ער געזלייט, ער פירט נישט קיין נערמאלער שמועס.
משל למה הדבר דומה, מען קומט אריין אין קאווע שטיבל (ניין, נישט יענע….) און מען טענה׳ט זיך איבער ציונים אדער ארונים וואס אימער עס זאל זיין. פלוצלינג קומט אריין א ראציגע חזיר און הייבט שרייען און שפייען ציונימלעך ארוני מקרי, דער הייליגער רביצין ר׳ קארדי בי תליט״א זאגט אין איר הייליגן ספר Wet Ass Pussy אז די ציונים זענען… פארשטייט זיך אז מען טראסקעט עם ארויס פון דארט.
קומט אונזער אפגעריסענע אורח און הייבט אן שרייען אז מען האט מיר ארויסגעווארפן ווייל איך בין קעגן ציונים……..

די דארפסט נאך די נמשל?
 
לעצט רעדאגירט:
דא איז די תקנה

ב) אויסשפארן מעמבערס - כדי קרעמל זאל קענען אנגיין פאר א לאנגער תקופה מיט טאלעראנץ און הארמאניע, מוזן מיר אראפשטעלן א יסוד אז קרעמל זיצער זאלן שפירן באקוועם צו זיצן און שמועסן צוזאמען, אפגעזען די מיינונגס פארשידנהייטן צווישן די מיטגלידער. דאס קען זייער געשטערט ווערן דורך מענטשן וועלכע קומען אריין מיט אומאויפריכטיגע כוונות, צב״ש טראלס אדער אזוינע וואס דענערווירן גאר שטארק רוב פון די מיטשמועסער דורך אראפפירן שמועסן פון די רעלסן אדער גענצליך צוגרינד לייגן געשמאקע שנירלעך. דערפאר, אויב א מעמבער האט 10% הודעות פארמעקט דורכאויס אן אפשניט פון א טאג אדער מער, סיי צוליב די אויבנדערמאנטע סיבות אדער צוליב ברעכן סיי וועלכע אנדערע סעיפים פון די שטאטוטן, דאן קען דער באטרעפנדער מעמבער ווערן אויסגעשפארט.

אזוי אויך קענען צען אקטיווע וועטעראנען ארויפברענגען א פארלאנג אויסצושפארן א געוויסן מעמבער וואס לדעתם באלאנגט ער נישט דא. די מאדעראטארן דארפן דאן ארויפברענגען דעם נושא פאר אן אפשטימונג דורך אן אנקעטע, און אויב רוב וועטעראנען שטימען יענעם אויסצושפארן דאן וועט דער באטרעפנדער מעמבער ווערן אויסגעשפארט בלי שום טענות.

דא איז די לשון פון די שטאטוטן דא שטייט אז וויבאלד מען דארף האבן א מהלך זיך צו באשיצן פון טראלס איז דא צוויי וועגן א מעמבער זאל ווערן אויסגעשפארט אדער ווען %10 פון זיינע הודעות ווערן פארמעקט אדער ווען 10 וועטעראן האבן עס ארויפגעברענגט פאר א אפשטימונג

אפילו אויב עס איז א דבר הפשוט אז ער איז א טראל (וואס לדעתי איז דאס נישט די מעשה אבער דאס איז געווען די תירוץ פארוואס מען האט אים פארשפארט אן קיין אפשטימונג) ווערט ער נישט אויסגעשפארט לויט די שטאטוטן

יעצט @שעפטאל זאג מיר נאכאמאל ווער איז בעה"ב דא ?

די דעפיניציע פון א טראלל לויט ChatGPT:
A troll is someone who deliberately posts provocative, offensive, or off-topic messages in an online community—such as a forum, chat room, or comment section—with the intent of upsetting others, causing disruption, or provoking emotional responses. The behavior is often attention-seeking and meant to derail conversations or incite conflict.

לויט די מיינונג פון רוב אדער מעגליך אלע מאדס איז ער קלאר יא א טראלל און מען האט אים צוליב דעם אויסגעשפארט.

נאר וואס דען? מיט דעם ביסטו מסתמא גערעכט אז אן אפשטימונג וואלט געברויכט זיין לויט די אויבנדערמאנטע שטאטוט. אלזא האב איך עס יעצט אויפגעברענגט לאחר המעשה.

האפענטליך אויב עס וועט זיך מאכן אמאל אז עס וועט זיין אזא סארט מעשה וועט מען דאס טאקע דארפן טון בעפאר אזויווי די שטאטוט וואס דו האסט געברענגט.
 
ס׳גייט דא איין טאג אין אפאר יאר ווערן א דעמאקראטישע אין רעפאבליקאנע פארטיי וואס גייען זיך הארגענען וואס די קרעמל קאנסטעטוציע האט באמת געמיינט די דעמאקראטן העלן ווילן אריינלערנען נייע זאכן יעדע פאר יאר, אן די רעפאבליקאנע העלן זיך וויל האלטען 100 פראצענט צי די ארגינעלע. מיין קשיא איז נאר וואס די צווייטע אמעדמענט איז אין זאלן די קרעמל טאטעס קלאר מאכען אקוראט וואס ס׳מיינט טענק יו.
ביזט גערעכט, עס אביסל אומקלאר.
 
געוויסע האבן א נייגונג צו זעהן אין יעדע זאך א קאנספיראציע.

1. @הורקנוס דו ווייסט וויפיל מ'האט געדארפט מעקן?
(יא אלעס וואס דו זעהסט פון שמייכעל איז שוין נאכן רעדאגירן פון מאדס.) קודם האסטו שוין אוועקגעשטעלט אז ס'איז דא דא בייזע מענטשן וואס זענען פשוט הונגעריק פאר מאכט...

2. דער גרעסטער ראי' אז קיינער איז אינטערסירט דא אין עפעס אנדערש ווי מאכן באקוועם פאר ווי מער ניקים, און אינפארסירן די תקנות המקום, איז אז דו האסט דער פולע רעכט צו מאכן אן אנקעטע צו מ'זאל איהם צוריקנעמען. מאדס זענען סך הכל געוויסע וואס ארבעטן פאר דיר אן באצאלט. גארנישט איז נישט ענדגילטיג.

3. לשם טרענספערינסי: איך האב א ניק וואס האט מאד רעכטן. איך גיב פשוט מיין מיינונג ביי שווערע באשלוסן. איך קען נישט (דערווייל) קיינער פון די אנדערע מאדס פערזענליך.

4. איך האב שוין שלום געמאכט מיטן מצב אז יעדעס מאל מ'גייט איינעם אויסשפארן (עפעס וואס איז אויסדרוקליך פארלאנגט אויב וויל מען די סייט זאל אנהאלטן) גייט זיין געוויסע וואס גייען טענה'ן אז ס'איז נישט גערעכט. ס'איז א חלק פון די געים.
 
די דעפיניציע פון א טראלל לויט ChatGPT:

לויט די מיינונג פון רוב אדער מעגליך אלע מאדס איז ער קלאר יא א טראלל און מען האט אים צוליב דעם אויסגעשפארט.

נאר וואס דען? מיט דעם ביסטו מסתמא גערעכט אז אן אפשטימונג וואלט געברויכט זיין לויט די אויבנדערמאנטע שטאטוט. אלזא האב איך עס יעצט אויפגעברענגט לאחר המעשה.

האפענטליך אויב עס וועט זיך מאכן אמאל אז עס וועט זיין אזא סארט מעשה וועט מען דאס טאקע דארפן טון בעפאר אזויווי די שטאטוט וואס דו האסט געברענגט.
א אפשטימונג דארפן 10 וועטעראנען ארויפברענגען

אגב לויט די שטאטוטן דארף ער נישט זיין א טראול צו ווערן אויסגעשפארט עס איז גענוג אז 10 וועטעראנען ברענגען ארויף א אפשטימונג ווייל זיי האלטן אז ער באלאנגט נישט דא

נחה דעתי ווען איך האב יעצט דאס באמערקט און די שטאטוטן אזוי וועל איך קענען שטימען אים ארויסציווארפן אפילו איך האלט נישט אז ער איז א טראל
אבער נישט אןן די יעצטיגע אפשטימונג וואס איז געווארן געעפנט אנדעם וואס 10 וועטעראנען האבן עס ארויפגעברענגט און אנדעם וואס ער זאל דא זיין און זיך קענען פארדייטיגן
 
לעצט רעדאגירט:
א אפשטימונג דארפן 10 וועטעראנען ארויפברענגען
דאס איז די צווייטע אפציע, אפילו מען האט נישט געדארפט מעקן קען מען ארויפברענגען א שטימע...

מ'האט איהם געדארפט כסדר רעדאַגירן... (רעדאַגירן איז לפנים משורת הדין, קיינער באקומט נישט באצאלט צו ארבעטן. אויב איז אן מעסעדש נישט לויט די תקנות האט א מאָד א רעכט עס צו אינגאנצן פארמעקן...)
 
די גאנצע דעבאטע דא דערמאנט פון טוויטער אונטער דזשעק דארסי, איידער אילאן מאסק האט עס איבערגענומען, מענטשן זענען געפלויגן רעכטס און לינקס, די צענזור איז געווען נאך ערגער ווי אייוועלט!, פארשטייט זיך די קאנסערוואטיוון האבן פארפירט היתכן? פרייהייט פון אויסדרוק, א. א. וו. אבער ס'האט נישט געהאלפן קיין פודנו ומצילנו, אפילו דאנאלד טראמפ איז געפלויגן צוליב'ן איינציגן זינד פון קווענקלען אין די אויפריכטיגקייט פון די וואלן.

עד שבא אילאן מאסק און געמאכט סדר, יעדעם צוריקגעשטעלט, מ'צענזורירט נישט, מ'שעדאו-בענט נישט און אודאי ווארפט מען נישט קיינעם אראפ, און מ'קלאפט זיך אין רוקן: מיר האבן געראטעוועט פרי ספיטש! היסטאריע וועט אונז געדענקן צום גוט'ן.

גייט נישט אדורך קיין 2 חדשים און בום! קעניע וועסט איז געפלויגן (אנגעבליך צוליב אנטיסעמטיסשע אנשויאונגען), וואסי געשעהן מיט'ן באגריף פון free speech? נע! ס'איז אזא סארט לאזונג א שטייגער ווי free Palestine... מ'שרייט עס א גאנצן טאג און גארנישט טוישט זיך נישט, 'בחנם (free) באקומט מען כינים' זאגט די וועלט.... free speech לא היה ולא נברא, אלא משל הוא ודרוש וקבל שכר...

וויאזוי ס'גוי'שט זיך, אידיש'ט זיך...

נאר וואזשע דען? חכמה בגוים תאמין, some how האבן די גרויסע סאציאלע מידיא פירמע'ס אויסגעפיגערט א צוגאנג וויאזוי זיך צו באגיין מיט טראלל'ס אן זיי דארפן פולקאם באזייטיגן, כ'בין נישט קלאר פונקטליך וויאזוי, אבער אזויפיל יא, ווען כ'סקראול X אדער אינסטעגראם פיהל איך נישט אז שטויס מיך אן אין צופיל טראלעריי, מעגליך איז עס די אלגעריטם? פילייכט ברויך קרעמל אינוועסטירן אין אן אלגעריטם...
 
לעצט רעדאגירט:
דאס איז די צווייטע אפציע, אפילו מען האט נישט געדארפט מעקן קען מען ארויפברענגען א שטימע...

מ'האט איהם געדארפט כסדר רעדאַגירן... (רעדאַגירן איז לפנים משורת הדין, קיינער באקומט נישט באצאלט צו ארבעטן. אויב איז אן מעסעדש נישט לויט די תקנות האט א מאָד א רעכט עס צו אינגאנצן פארמעקן...)
קוק איבער די תקנות און זאג מיר צו מען האט אים געעדיט 10% הודעות ווייל עס האט נישט געשטימט מיט די תקנות
איך מיין אז מען האט אים געעדיט ווייל עס איז געווען ווילד אין נישט ציוויליזירטע הודעות נישט קעגן די תקנות עס איז כמעט נישט דא קיין תקנות אויף די אינהאלט פון הודעות
 
@שושני וואס הייבסטו ברעמען ברענג מיר די תקנות וואס זיינע הודעות האבן געבראכן
 
זיין א טראל איז קעגן די תקנות

ער איז בלי ספק א טראל ... אבער אויף דעם קען איך פארשטיין אז דו דינגסט דאך.

אבער אדרבא, אפשר העלפסטו ארויס דעפינירן די ווארט טראל?

(ס'איז נישט דא קיין רעכט פאר א מאד צו רעדאגירן סתם אזוי.)
 
די דעפינישן פון א טראל איז ווי @מחניים האט פריער געברענגט פון chatGPT איינער וואס שרייבט הודעות מיטן ציל צו אונטערציפן אנדערע
יעצט לויט די תקנות איז דא צוויי מהלכים ארויסצוווארפן איינעם וויבאלד ער איז א טראל
דא איז קיין איין פון די צוויי מהלכים נישט גענומען געווארן
אפילו די יעצטיגע וואוט אן 10 וועטעראנען וואס האבן עס ארויפגעברענגט און אנדעם וואס ער איז דא שטימט נישט מיט די תקנות
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
Back
Top