מעמבער אויסגעשפארט מעלדונג

אולי כדאי , אז פאר די קאנטראווערשל שרייבער
וואס רעגן אויף , און ציהען אהן נערוון , אדער די
וואס ווערן קלאציפירט אלץ ״טראללס״ , לויט די דעפיניציע פון די מתקני התקנות , זאל מען האבן
א סעפארטטע אפטהיילוג , לדוגמא ״ אחור אחוריים- אלץ א נאהמען אזוי
אז דער רעגולער לייענער זאל זיך נישט אהנשטויסן
אין די ווילדע אויסדרוקן , און ווער עס וויל יא, זאל
האבן די אפשן עהם צילייענען , והכל על מקומו יבא
בשלום .
 
נאך א געדאנק.
אפשר איידער מ׳ווארפט איינעם זאל מען זיין אפען מיט אים, און אים געבן א טשענס צו קלאר הערן די טענה.

אן התראה ברבים מטעם ההנהלה בדרכי נועם. אהובי ידידי, דיין שרייבן כך וכך איז נישט אפרישיעטעד ביי רוב מעמבערס. ווילסט זיך מסביר זיין פארוואס דו שרייבסט אזוי?

אויב זאגט ער עפעס צופרידענשטעלנד הרי טוב און אויב נישט, גיבט מען אים א טשענס, צוויי דריי (אפשר איז עס עפעס וואס ער ארבייט אויף זיך און ס׳נעמט רגילות) און דערנאך אויב איז ער ממשיך טוט מען ווי ער אליין האט בוחר געווען און מ׳העלפט אים גיין. ס׳איז דאן א טובה סיי פאר אים און סיי פארן ציבור.
 
מ'האט עם געווארנט אפאר מאל.

די שאלה איז נאר צו מ'זאל ווארפן טראל'ס ווייל זיי שטופן אוועק אנדערע, און ס'איז א שטארקע סיבה, אזוי גייט עס אין רוב פלעצער.

אדער זאל עס זיין אזא מין אפענע פלאץ וואס אפי' פעיגערס מיט נארסעסיסט געפינען זיך, וואס קען זיין איז אויך א שטארקע טענה, ווייל ס'איז א פאבליק פלאץ וואס ס'איז דא דיע חברה אויך, און מ'דארף זיך נישט צוטוהן מאכן פון זייערע אישוס.
 
סתם א זייטיגע קאונטער נקודה צו @תרמב

ווען די האסט ווען את סייט מיט עטליכע טויזענט איינגעשריבענע, און הונדרעטע אקטיווע שרייבערס, מילא... קענסטע לאזן די טראלן צוצולייגן קאליר....

משא"כ, ווען סאיז א סייט וואס בויעט זיך נאך, און האט נאכנישט געריעטש צו פול פאטענציאל, און געוויסע טאלאנטן טשעקן נאך אויס די פלאץ...און א ניק מאכט איין א פעטן נאסע דייעריע און שפריצט אן ס'גאנצע מקום מיט א שמערצליכע שטינק...
איך וואלט אים אראפגעפלאשעד לטובת בעסערע טאלאנטן....
 
וואס איך וואלט געטון? מעגליך די זעלבע, נאך א מזל אז איך בין נישט קיין מנהל

ס'איז שטארק מעגליך לויט די תקנות אז ער האט געדארפט פליען
סאו דעמאלטס וואס ווילסטו?
איך הער/ליין אלע דיינע סברות און פילינגס
אבער דא שרייסטו אליין אז בעצם דארף ער טאקע פליען, נאר...

ביזט אזוי ווי א דוקטור וואס טוט דיר וויי ווען דו טוסט איינעם וויי אפילו עס איז באמת לטובתו :D
די זעלבע דא, האלסט אז ס'איז ריכטיג אבער נאכאמאל און נאכאמאל שרייבן ווי נישט ריכטיג עס איז...
we all love you and feel your contradicting pain 💕
 
נאך א געדאנק.
אפשר איידער מ׳ווארפט איינעם זאל מען זיין אפען מיט אים, און אים געבן א טשענס צו קלאר הערן די טענה.

אן התראה ברבים מטעם ההנהלה בדרכי נועם. אהובי ידידי, דיין שרייבן כך וכך איז נישט אפרישיעטעד ביי רוב מעמבערס. ווילסט זיך מסביר זיין פארוואס דו שרייבסט אזוי?

אויב זאגט ער עפעס צופרידענשטעלנד הרי טוב און אויב נישט, גיבט מען אים א טשענס, צוויי דריי (אפשר איז עס עפעס וואס ער ארבייט אויף זיך און ס׳נעמט רגילות) און דערנאך אויב איז ער ממשיך טוט מען ווי ער אליין האט בוחר געווען און מ׳העלפט אים גיין. ס׳איז דאן א טובה סיי פאר אים און סיי פארן ציבור.
אנשי שלומינו פשוטי העם האבן איהם געבעטען צענדליגע מאל צו אויפהערן דאס איז איבער גענוג, פעלט נישט אויס קיין אפיציעלע התראה פון די רבי, עס איז נישט קיין נורסערי דא
 
סאו דעמאלטס וואס ווילסטו?
איך הער/ליין אלע דיינע סברות און פילינגס
אבער דא שרייסטו אליין אז בעצם דארף ער טאקע פליען, נאר...

ביזט אזוי ווי א דוקטור וואס טוט דיר וויי ווען דו טוסט איינעם וויי אפילו עס איז באמת לטובתו :D
די זעלבע דא, האלסט אז ס'איז ריכטיג אבער נאכאמאל און נאכאמאל שרייבן ווי נישט ריכטיג עס איז...
we all love you and feel your contradicting pain 💕
I guess ער רעדט צום שניר און ער מיינט די שוויגער עס באדערט עים עכט אן אנדערן וואס מען האט געווארפן........... מיר באדערט עס אויך עקטשעלי
 
די אמת איז כ'האב געמיינט אז ס'איז פשוט ביי יעדעם אז ער גייט אריין בגדר טראל. יעצט זעה איך אז תרמב און איש פשוט האבן צום סוף יא הנאה געהאט און תרמב הורקנוס און קץ דוחק ווילן אים גאר צוריק.

קרעמל איז ענקערס. אויב א וועטעראן האלט טאקע אז ער גייט נישט אריין אינעם גדר פון א טראל זאל ער עפענען א שנירל און דערנאך א פארשלאג.
איך האב אסאך מאל הנאה געהאט אבער איך האלט אויך אז ער איז בגדר טראל
 
מיך האט מער פון אלעם אַננױד @שמייכעל'ס גראבע אױתיות, מיט שרײעדיגע קאלירן און סעלף-רעפֿערענשל לינקס איבעראל. װי אױך זײן איבערלײגן תגובות אין מערערע שנירלעך און זײנע פּיצי טהאָמבּנעילס.
 
לויט ווי איך האב געליינט ביז אהער פארשטיי איך אז ס'איז ציטיילט אין צוויי

סאיז דא די פירערס פון די סייט, וואס זיי זענען לכאורה דא זיכער צי מאכן אז די סייט בליהט, אין ס'געשמאק פאר מענטשן צי דזשאונען,

אין פאר זיי איז באקוועמער, אז אזאכע מענטשן ווי שמייכעל ווערן נפטר, ווי שפיצער האט עס ליב צי אנרופן..

אין נאכדעם איז דא די שרייבערס וואס זענען אויך ציטיילט אין צוויי,

ס'דא וואס האלטן כל הכבוד, אויב די אחראים זעהן אז איינער מאכט אומגעשמאקט דאס פלאץ, זאלן זיי ניצן זייער פאוער פון די תקנות, אין יענעם ארויסווארפן.

אבער ס'דא אנדערע וואס זענען זייער אומבאקוועים ווען מ'ווארפט מענטשן אין זיי וואלטן געוואלט אז ס'זאל זיין א בעסערע אפשען ווי אזוי צי דילען מיט אזאכע ניקים.

הלוואי קען מען אויפקומען מיט אן איידיע וואס זאל סעטיספייען אלע אויבערדערמאנטע מענטשן, די פירערשאפט, אין ביידע מיינוגען פון די שרייבערס,

איך טראכט פון איינס, @תרמב לאז מיר ביטע וויסן צי ס'אדרעסירט דיין קאנסערן, אין אחראים ביטע לאטס ענק אויך הערן,

ס'איז די פאלגענדיגע:

מ'זאל טוישן די קאנסטעטאשען אז אויב איינער ווערט באריכטעט אלס א טראולל דורך בערך 15 וועטעראנען, וועלן די אחראים עפענען קודם א דעבאטע/אפשטימונג שנירל ווי מ'גייט דעבאטירן אין שטימען פאר א וואך צייט צי מ'זאל עפענען א אפשטימונג אים צי ווארפן, אין דארט זאלן די אחראים אראפלייגן זייער זייט פון די מטבע, ווי אזוי זיי זעהן ס'עפעקט די סייט וכדומה, אין די שרייבערס זאלן געבן זייער זייט אין געבן עצות פאר די אחראים ווי אזוי מ'קען אפשר לייגן דעם ניק אין פלאץ אן ווארפן, בקיצור א ערוואקסענע שמועס.

אויב א פשוטע רוב האלט מ'זאל עס נעמען אויף א אפשוטמונג, זאלן די אחרים עפענען א שטים בודקע, ווי מ'קען נאר שטימען, אן קיין אפשען צי שרייבן,
אין אויב ס'איז דא א סופער מעדזשארעטי 66% פון וועטעראנען וואס האלטן אז ער דארף גיין, זאל ער גיין!

א וויכטיגע הוספה:

איך מיין מ'זאל מאכן אז מ'קען נישט פלעין האבן די טיטל וועטעראן צי שטימען אויף אזא האקעלע נושה,

מ'דארף מאכן עפעס א וועג, אז נאר אויב איינער האט געשריבן א געוויסע עמאונט פון מעסעדזשעס אין א געוויסע צייט אפשניט ביפאר אזא אפשטימונג,
נאר אזא וועטעראן קען שטימען, פאר פארשטענדליכע סיבות.
 
אין אויב ס'איז דא א סופער מעדזשארעטי 66% פון וועטעראנען
דאס איז לכאורה נישט קיין אפציע, ווייל אסאך וועטעראנען נעמען כסדר וואקאציע פון דא, נישט יעדער ליינט יעדע וואך, און אפי' ווען יא, נישט יעדער ליינט אלע שנירלעך וכו'
 
דאס איז לכאורה נישט קיין אפציע, ווייל אסאך וועטעראנען נעמען כסדר וואקאציע פון דא, נישט יעדער ליינט יעדע וואך, און אפי' ווען יא, נישט יעדער ליינט אלע שנירלעך וכו'
פארדעם האב איך ציגעלייגט די וויכטיגע הוספה
א וויכטיגע הוספה:

איך מיין מ'זאל מאכן אז מ'קען נישט פלעין האבן די טיטל וועטעראן צי שטימען אויף אזא האקעלע נושה,

מ'דארף מאכן עפעס א וועג, אז נאר אויב איינער האט געשריבן א געוויסע עמאונט פון מעסעדזשעס אין א געוויסע צייט אפשניט ביפאר אזא אפשטימונג,
נאר אזא וועטעראן קען שטימען, פאר פארשטענדליכע סיבות.
 
די סיבה פארוואס ער איז געפלויגן, איז 'לכאורה' געווען ווייל ער האט אין א געוויסע וועג געשטערט די סדר דא.

ער האט געמאכט א געוויסע נעגעטיוו אפעקט אויפן סייט, עפעס וואס די מאדס האבן זעהט אויס נישט געהאט קיין ברירה פון איגנארירן!

ווי מחניים האט געשריבן, אז מ'האט אים עטליכע מאל געבעטן ער זאל שרייבן אנדערש וכו', און ער האט זיך נישט צוגעהערט, איינער וואס ס'אינטערעסירט אים בכלל נישט די סייט מיט אירע מענטשען, וויל נישט פאלגן און נעמען עצות פון די מאדס, און שרייבט עטליכע מאל אז ער וויל מ'זאל אים אויסשפארן...
ער קומט דא?
פארשלאג: אפשר אנשטאט זיך צו פארשמירן די הענט און פולקאם אויסשפארן אזא חציו טראלל וחציו אויטיסטיק (ווי שמייכעל) וואלט מען ווען געדארפט עפענען א פארמאכטע פארום (א שטייגער ווי העמק דבר) מיט'ן נאמען: "בארדערליין שנירלעך", און אנשטאט ארויסווארפן לגמרי, וועט מען בלויז אפזונדערן אלע זיינע שנירלעך אז בלויז ווער ס'וויל עס זעהן זאל עס קענען קוקן. ממילא צופרי ווען דו שטייסט אויף וועסטו נישט באמבאדירט ווערן פון 7 אנטי ציוני/ארוני שנירלעך ווארום זיי וועלן נישט ארויפקומען אויף דיין דעשבאורד.

ס'דארף ארבעטן אויף א וועג אז די מאדערעטארס זאלן נישט דארפן כסדר אריבעררוקן זיינע שנירלעך, נאר ער זאל בלויז קענען עפענען שנירלעך אדער קאמענטירן אין די פארמאכטע אפטיילונג​
 
לעצט רעדאגירט:
פארשלאג: אפשר אנשטאט זיך צו פארשימירן די הענט און פולקאם אויסשפארן אזא חציו טראלל וחציו אויטיסטיק (ווי שמייכעל) וואלט מען ווען געדארפט עפענען א פארמאכטע פארום (א שטייגער ווי העמק דבר) מיט'ן נאמען: "בארדערליין שנירלעך", און אנשטאט ארויסווארפן לגמרי, וועט מען בלויז אפזונדערן אלע זיינע שנירלעך אז בלויז ווער ס'וויל עס זעהן זאל עס קענען קוקן. ממילא צופרי ווען דו שטייסט אויף וועסטו נישט באמבאדירט ווערן פון 7 אנטי ציוני/ארוני שנירלעך ווארום זיי וועלן נישט ארויפקומען אויף דיין דעשבאורד.

ס'דארף ארבעטן אויף א וועג אז די מאדערעטארס זאלן נישט דארפן כסדר אריבעררוקן זיינע שנירלעך, נאר ער זאל בלויז קענען עפענען שנירלעך אדער קאמענטירן אין די פארמאכטע אפטיילונג​
דאס גיבט נאר שטאף פאר אזעלכע חברה
 
ווייל קרעמל ווארפט ארויס עניוואן וואס איז זייער אנדערש פון יעדן...
טאקע אזוי?
מ'האט אים בלויז געווארפן ווייל ער איז געווען זייער אנדערש ווי יעדן?
און נאך איינער וואס מ'האט געווארפן ווייל ער איז געווען זייער אנדערש ווי יעדן?

(לייביש הכהן האט מען דאך נישט געווארפן, און ער איז געגאנגען ווייל ער האט געהאלטן אז רוב עולם וויל אים נישט דא...
און מ'קען אויך נישט האבן קיין טענות אויף איינער וואס זאגט אז ער וויל איינעם נישט דא, ווייל פינקט ווי דו פארשטייסט אז יעדער מעג שרייבן וואס ער וויל און וואס ער האלט, אפי' ס'שמעקט נישט פון פאר אנדערע - מעג דאך דער אנדערער פינקט אזוי שרייבן אז ער וויל אים נישט דא האבן...)
 
ס'איז וויכטיג צו פארשטיין אז די גבאים דא זענען וואלענטירן וואס אלע פון זיי זענען סטאבילע מענטשן וואס פירן א פערזענליך לעבן און געבן זיך איבער פאר די זייטל אין זייערע פרייע צייט. ווען ס'איז דא א ניק וואס דרייט א קשיא טאג און נאכט און ס'שלעפט אריין צופיל צייט פון די גבאים אז זיי זאלן דארפן מאכן פרישע דעסיזשענס טאג אין נאכט וועט די פלאץ נישט קענען האבן קיין קיום.

זענען איינער פון די אלע וואס האבן טענות גרייט איבערצונעמען בלויז די ארבייט פון דיסציפלינען יענע איינצעלער צעווילדעוועטע ניק?
 
עס האט גארנישט מיט טראללעריי.

מ'האט אים אויסגעשפארט וויבאלד ער זאגט אז אין עזה קומט פאר א פעלקער מארד.
דו האסט מיט געהאלטן זיינע תגובות דא?
אדער סתם געשאסן אן לאטקע?

ניין, מ'האט אים נישט אויסגעשפארט וויבאלד ער האט געהאלטן אינאיין איבער'חזר'ן דעם גרויסן שקר!

בכלל נישט דאס, נאר ווי שוין געשריבן, איז זיין שפראך געווען די פראבלעם, די אופן וויאזוי ער האט ארויס געברענגט זיינע זאכן, וויאזוי ער האט זיך באצויגן צו זיי וועמען.
 
Back
Top